לאה שלאַנגער
דעם 29סטן אָקטאָבער 1948 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם „אילוסטרירטער וואָכנבלאַט‟, רעדאַגירט פֿון מרדכי צאַנין. די צײַטונג איז אויך געווען אַ מין אַבסאָרבציע־ביוראָ. אין 1949 איז די פּובליקאַציע באַקאַנט געוואָרן אונטערן נאָמען „לעצטע נײַעס”, וווּ יוסף פּאַפּיערניקאָוו האָט אָפּגעדרוקט זײַן ליד „צער פֿון ייִדיש‟, וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין מדינת־ישׂראל. „ייִדיש איז אַ ממזר…‟, — האָט ער געשריבן. דאָס איז געווען אין די יאָרן פֿון דער ווילדער טעטיקייט פֿון „הגדוד מגינאי השׂפֿה‟. אינעם ליד שרײַבט פּאַפּערניקאָוו:
איך אָטעם מיט ייִדיש אַזוי ווי מיט לופֿט,
ווען אַפֿילו זי שמעקט מיט געפֿאַלענע האַרבסטיק צעשאָטענע בלעטער…
איך קאָן נישט דאָס לשון מײַנס בײַטן, אַזוי ווי אַ העמד
ס’ליגט אין בלוט מיר, אין בלוט און אין טרערן…
כ’וועל זינגען ווי לאַנג איך וועל וויסן,
אַז ס’איז נאָך פֿאַראַן, וווּ אַזאַ, וואָס וויל ייִדיש מיך הערן.

אין דעצעמבער 1950 האָט זיך אין תּל-אָבֿיבֿ צונויפֿגענומען אַ גרופּע אַקטיאָרן, נײַע עולים פֿון פּוילן, כּדי צו שאַפֿן אַ ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער אין שפּיץ מיט נתן וואָלפֿאָוויטש, דוד האַרט, ישׂראל סעגאַל. נישט קוקנדיק אויף דעם, וואָס זיי האָבן געקענט אַ ביסל העברעיִש, האָבן זיי באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ייִדישן טעאַטער אויך צוליב דעם, אַז די נײַ־געקומענע ייִדישע אַקטיאָרן, וועלכע האָבן נישט געקאָנט שפּילן אויף העברעיִש, זאָלן האָבן אַרבעט. דער עולם איז געווען מערסטנס פֿון די נײַע עולים און די, וואָס האָבן געוואָלט אָנגיין מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט פֿון די אַלטע צײַטן. דאָס האָט טאַקע געהאַט אַ השפּעה אויף דער באַציִונג צום טעאַטער.
דעם טעאַטער האָבן זיי אָנגערופֿן „גאָלדפֿאַדען־טעאַטער‟ און געשפּילט אין אַן אַראַביש הויז אין יפֿו (ג’בעליא). דער רעפּערטואַר איז געווען פֿון דעם קלאַסישן ייִדישן טעאַטער פֿון מיזרח־אייראָפּע, פֿאָלקסטימלעכע פּיעסן, וואָס זײַנען געווען באַקאַנט דעם עולם פֿון דאָרט. אָנגעהויבן האָט מען פֿון „צוויי קוני־לעמל‟. קיין שוועריקייטן האָבן נישט אויסגעפֿעלט: דער זאַל, פֿינאַנצן, וואָס זײַנען באַשטאַנען פֿון אייגענע געלטער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, אַרײַנגעלייגט אין דעם געשעפֿט. זיי האָבן געמוזט אַרומפֿאָרן, זיך ווענדן צו די אַקטיאָרן אין אַמעריקע נאָך הילף.
ווי באַקאַנט, האָט דער ישׂראלדיקער טעאַטער־ און פֿילם־ראַט אין אויגוסט 1949 באַשלאָסן צו באַגרענעצן די ייִדישע טעאַטערס און ייִדישע קינסטלער; די געסט פֿון אויסלאַנד האָבן געהאַט רעכט צו שפּילן נאָר 6 וואָכן. די מלוכה־טשינאָווניקעס האָבן געטענהט, אַז טעאַטער איז ווי אַ שול, און געבן רעכט צו שפּילן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך, מיינט, צו דערציִען קינדער אין אַ פֿרעמדער קולטור.

פֿון דעסטוועגן, האָט אַ פֿאָרשטייער פֿון טעאַטער זיך געוואָנדן צום ראַט, כּדי צו באַקומען אַ דערלויבעניש צו שפּילן „צוויי קוני-לעמל‟, דער ענטפֿער איז געווען — לא מיט אַן אַלף! נאָך מער: דער ראַט האָט אַרויסגעגעבן אַ פֿאַראָרדענונג צו דער פּאָליציי אָפּצוהיטן זייער באַשלוס. נישט געקוקט דערויף, איז אין אַפּריל 1951 פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון „צוויי קוני-לעמל‟ אין חולון. די טרופּע איז אויך אַרויסגעפֿאָרן קיין אַשקלון — דאַן איז עס געווען אַן אָרט מיט שטיבלעך פֿאַר נײַע עולים — וווּ דער העברעיִשער טעאַטער האָט נאָך נישט געשפּילט. ווען די אַקטיאָרן זײַנען אָנגעקומען, איז דער זאַל געווען פֿאַרשלאָסן, לויט דער פֿאַראָרדענונג נישט צו לאָזן שפּילן אויף ייִדיש.
די אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער האָבן זיך שריפֿטלעך געוואָנדן צום ראַט, נאָר באַקומען אַ נעגאַטיוון ענטווער. דעמאָלט האָט זיך דוד האַרט געוואָנדן צום מיניסטער און געבעטן הילף. יענער האָט צוגעזאָגט, אָבער דעם פֿאַרבאָט האָט מען נישט אָפּגעשאַפֿן. האָט זיך וואָלפֿאָוויטש געטראָפֿן מיט דעם פֿאָרזיצער פֿון צענזור־ראַט און געבעטן מ’זאָל זיי לאָזן אויפֿטרעטן פֿאַרן ראַט, כּדי צו דערקלערן די נויט פֿון דעם אַנסאַמבל. דער ענטווער איז געווען זייער אַ קלאָרער: „ס׳איז פֿאַרבאָטן צו שפּילן אין ישׂראל אויף ייִדיש.‟
כּמעט יעדן אָוונט האָט זיך אַרײַנגעשטעלט אין טעאַטער אַ פּאָליציאַנט און אָנגערשריבן אַ ראַפּאָרט. דער טעאַטער איז געצוווּנגען געוואָרן צו צאָלן קנס.
דער אַנסאַמבל האָט אָבער ווײַטער געשפּילט גאָרדינס „מירעלע אפֿרת‟ און געגרייט צום אויפֿפֿיר משה גערשענזאָנס „הערשעלע אָסטראָפּאָלער‟. די פּרעמיערע האָט געזאָלט פֿאָרקומען דעם 1טן יוני 1951. אַזוי ווי דער טעאַטער האָט געשפּילט אָן אַן אָפֿיציעלער דערלויבעניש, האָט זיך כּמעט יעדן אָוונט אַרײַנגעשטעלט אין טעאַטער אַ פּאָליציאַנט און אָנגערשריבן אַ ראַפּאָרט. דער טעאַטער איז געצוווּנגען געוואָרן צו צאָלן קנס. נתן וואָלפֿאָוויטש איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אין געריכט, און די אַנדערע אַקטיאָרן האָבן באַקומען אַ וואָרענונג נישט ממשיך צו זײַן מיט די פֿאָרשטעלונגען.
די אַקטיאָרן האָבן דורך אַן אַדוואָקאַט זיך געוואָנדן צום העכסטן געריכט, אָנגעגעבן אַן אָנקלאָג צום אינערן־מיניסטער אויפֿן ראַט פֿאַר טעאַטער און פֿילם, און אויף דער פּאָליציי, וואָס צוליב זיי געפֿינט זיך דער ייִדישער טעאַטער אין אַ שווערער לאַגע. די אַקטיאָרן האָבן נישט קיין פּרנסה, זיי פֿאַרלירן דאָס געלט, אַרײַנגעלייגט אין טעאַטער, און דער פֿאַרווער איז נישט באַרעכטיקט; ער איז קעגן די געזעצן פֿון מדינת־ישׂראל, וועלכע גאַראַנטירן פֿרײַהייט פֿון שפּראַך, דערציִונג און קולטור אין ישׂראל. דאָס פֿאַרווערן ייִדיש איז אַ דיסקרימינאַציע צווישן בירגער, לויט דער רעליגיע, נאַציאָנאַליטעט און שפּראַך.
אין יולי 1951 איז דורך דעם העכסטן געריכט ענדלעך אַרויסגעגעבן געוואָרן אַ פֿאַראָרדענונג, צו דערלויבן די אָרטיקע אַנסאַמבלען שפּילן אויף ייִדיש. ס׳איז אויך באַפֿוילן געוואָרן דעם ראַט פֿאַר טעאַטער און פֿילם, צו דעקן אַלע אויסגאַבן פֿון געריכט.
אין יולי 1951 איז געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישער אַקטיאָרן־פֿאַראיין. די ערשטע פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אינעם אָרט, וווּ עס האָט געשפּילט דער „גאָלדפֿאַדען־טעאַטער‟.
דער טעאַטער האָט פֿאַרברייטערט זײַן טעטיקייט, אַרויס מיט 8 פֿאָרשטעלונגען: „מירעלע אפֿרת‟ און „קרויצער־סאַנאַטע‟ (יעקבֿ גאָרדין), „הערשעלע אָסטראָפּאָלער‟ (משה גערשענזאָן), „דאָס גרויסע געווינס‟ און „שווער צו זײַן אַ ייִד‟ (שלום-עליכם), „גרינע פֿעלדער‟ (פּרץ הירשביין), „ער וועט קומען בײַ נאַכט‟ איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצויזיש. דער טעאַטער האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג. אין יולי 1951 איז געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישער אַקטיאָרן־פֿאַראיין. די ערשטע פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אינעם אָרט, וווּ עס האָט געשפּילט דער „גאָלדפֿאַדען־טעאַטער‟.
אָבער דער מצבֿ פֿונעם טעאַטער איז ווײַטער געבליבן אַ שווערער, און דעם 29סטן יולי 1952 איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרזאַמלונג, אויף וועלכער עס איז באַשלאָסן געוואָרן צו פֿאַרקויפֿן דעם טעאַטער צו מאיר טענענבאַום, וואָס האָט געהאַט דעם זאַל אויף נחמני־גאַס, 56 אין תּל־אָבֿיבֿ. ער האָט פֿאַרהיט דעם נאָמען פֿונעם טעאַטער, אויסגעצאָלט די חובֿות. פֿון 1952 זײַנען אָפּגערופֿן געוואָרן אַלע באַגרענעצונגען פֿון ייִדישן טעאַטער, און דווקא דאַן האָט זיך אָנגעהויבן די ירידה פֿונעם טעאַטער. די העברעיִשע פּרעסע האָט אויך צוגעלייגט אַ האַנט צו דעם, שאַרף קריטיקירנדיק דעם נײַעם פֿאַרווײַלונגס־טעאַטער אויף ייִדיש.

אין יענער צײַט זײַנען געקומען אויף גאַסטראָלן באַוווּסטע אַקטיאָרן: יעקבֿ ווײַסליץ, רחל האָלצער, מאָריס שוואַרץ, יוסף בולאָף, דזשיגאַן און שומאַכער און אַנדערע.
דזשיגאַן און שומאַכער זײַנען געקומען דעם 15 מערץ 1950. ווי יעדער ייִדישער טעאַטער, האָבן אויך זיי געמוזט אָנקומען צום ראַט פֿאַר אַ דערלויבעניש. דער ראַט איז נישט געווען אַנטציקט, און דאָך דערלויבט זיי צו שפּילן אויף אַ באַגרענעצטער צײַט. דעם 18טן מערץ 1950 איז אין זאַל פֿון „אהל שם‟ אין תּל-אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, „ויסעו ויחנו‟ (און געפֿאָרן און זיך פֿאַרהאַלטן).
די פֿאָרשטעלונג איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס דערפֿאָלג. איך דערמאָן אײַך, אַז דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען דער עסטאַבלישמענט האָט איגנאָרירט די ייִדישע שפּראַך און דעם ייִדישן טעאַטער. מ’האָט אַפֿילו געהאַלטן, אַז דזשיגאַן און שומאַכער מיט זייער הצלחה האָבן געבראַכט צום פֿאַרבאָט צו שפּילן ייִדיש טעאַטער.

„הײַנט אין אָוונט קומט פֿאָר די לעצטע פֿאָרשטעלונג פֿון דזשיגאַן און שומאַכער מיט דער דערלויבעניש פֿון מדינת־ישׂראל‟ — האָט דעם 2טן מײַ 1950 געשריבן עזריאל קאַרלעבאַך, דער רעדאַקטאָר פֿון „מעריבֿ‟, — פֿון הײַנט אָן זײַנען פֿאַרבאָטן די דאָזיקע פֿאָרשטעלונגען‟.
די פֿאָרמעלע סיבות האָבן געקלונגען אַזוי:
1. די קינסטלער האָבן נישט צוגעשטעלט דעם ראַט (דער צענזור) פֿאַר טעאַטער און פֿילם די טעקסטן.
2. לויט דעם געזעץ פֿון ראַט קאָנען געסט־קינסלער אויפֿטרעטן אין ישׂראל בלויז 6 וואָכן.
די ביוראָקראַטן פֿון קונסט האָבן זיך, ווײַזט אויס, דערשראָקן פֿאַרן דערפֿאָלג, וואָס דזשיגאַן און שומאַכער האָבן געהאַט. „אין אונדזער פֿרײַען לאַנד, — האָט געשריבן אַ געוויסער זשורנאַליסט אין אָנהייב 1951 (ער האָט זיך נישט אונטערגעשריבן) הערשט די צענזור אויף פּאָליטישער סאַטירע‟.
די באַמיִונגען פֿון געוויסע זשורנאַליסטן און שרײַבער אָפּרופֿן דעם באַשלוס זײַנען נישט געלונגען.
זײַנען די צוויי טעאַטער־ליבלינגען געפֿאָרן קיין אַרגענטינע. דאָרט האָט מען זיי אויפֿגענומען מיט פֿרייד.
דער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון „מעריבֿ‟ און ספּיקער אין ראַדיאָ, עזריה ראַפּאָפּאָרט האָט אין 1953 געשריבן: „דזשיגאַן און שומאַכער זײַנען אפֿשר די איינציקע, וואָס קאָנען דערוועקן אין די סאַברעס חרטה, וואָס זיי פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש, ס’אַ טראַגעדיע פֿאַרלירן ייִדיש אין דער ישׂראל־קולטור.‟ חיים גמזו דער שטרענגסטער קריטיקער אונדזערער אין יענע יאָרן האָט געשריבן, אַז „זיי שמײַסן אויף רעכטס און אויף לינקס. זיי זײַנען געפֿערלעך קאָמיש…‟ אַנדערע האָבן געשריבן: „מ’דאַרף אויפֿהענגען אויף זייער פּלייצע אַ וואָרענונג — ׳אכטונג, אויפֿרײַס־מאַטעריאַל!׳‟. דאָס איז טאַקע געווען געזאָגט מיט הומאָר, אָבער אייניקע האָבן עס אויפֿגענומען ערנסט.
אין דער צײַטונג „מעריבֿ‟ האָט מען אין יאָר 1959 געשריבן: „די צוויי קאָמיקער זײַנען געפֿערלעך…‟.
אין דעצעמבער 1958 האָט די צענזור־קאָמיסיע באַשלאָסן אָפּצולייגן זייער פֿאַרזאַמלונג און גיין זען די פֿאָרשטעלונג פֿון דזשיגאַן און שומאַכער. „זיי פֿאַרכאַפּן אונדז מיט זייער קונסט, מיט זייער ייִדיש, — האָט מען געשריבן, — אַזוי אַרום קאָן דער ישׂראלי נישט זיך קעגנשטעלן דעם ייִדישן וואָרט… פֿון די צוויי הומאָריסטן רעדט אַרויס דאָס פֿאָלק אויף ייִדיש… ס׳איז אַ נס, וואָס ס’איז נאָך פֿאַראַן אין ישׂראל אַ ייִדישע קולטור, נישט קוקנדיק אויף דעם פּאָליטישן, אידעאָלאָגישן און פֿינאַנציעלן פֿאַרבאָט…‟ — האָט מען געשריבן.

אַזוי צי אַזוי האָבן דזשיגאַן און שומאַכער אַרײַנגעבראַכט אַ וויכטיקן בײַשטײַער צו באַפֿרײַען די ייִדיש־רעדנדיקע פֿון דער אַבסאָלוטקייט פֿון עבֿרית אין יענע צײַטן, און באַפֿרײַען די פֿאַרברענטע העברעיִסטן פֿונעם פּחד פֿאַר ייִדיש.
הײַנט, פֿאַרשטייט זיך, שטייען מיר נישט פֿאַר אַזעלכע פּראָבלעמען; פֿאַרקערט, הײַנט איז געוואָרן לעבעדיקער און פֿרײַער אויף דער ייִדישער גאַס אין ישׂראל. ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור לערנט מען אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אין בר-אילנער אוניווערסיטעט, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און אינעם אוניווערסיטעט פֿון באר־שבֿע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַזעלכע אינסטיטוציעס, ווי בית שלום-עליכם, בית־לייוויק, „יונג ייִדיש‟, אַרבעטער־רינג און אַנדערע ערטער. אין אַ סך שטעט און שטעטלעך איבערן לאַנד זײַנען פֿאַראַן קלובן, וווּ מע לערנט ייִדיש, און וווּנדער איבער וווּנדער — אַלץ מער סאַברעס לערנען זיך ייִדיש…
איז לאָמיר טאַקע זאָגן: „כּן־ירבו‟.