אַ ייִדישער פֿילם, געמאַכט אין אַ צײַט פֿון זיצן אויף טשעמאָדאַנען (4)

באָריס סאַנדלער

4. דער וועג קיין ישׂראל פֿירט דורך מאָסקווע

אין 2013, בשעתן קומען קיין קעשענעוו האָב איך באַזוכט דעם אָרטיקן היסטאָרישן מוזיי. איך בין געגאַנגען פֿון איין זאַל צום אַנדערן, באַקענענדיק זיך מיט די שיטערע עקספּאָנאַטן; כ’האָב געזוכט כאָטש עפּעס אַ דערמאָנונג וועגן די בלוטיקע געשעענישן פֿון 1903, 1905 — קיין וואָרט נישט, קיין שפּור נישט, קיין דערמאָנונג בכלל נישט, אַז אין דעם איצטיקן אומאָפּהענגיקן לאַנד האָבן אַמאָל געוווינט און געליטן ייִדן.

פּונקט אַזוי האָט די סאָוועטישע מאַכט אָפּגעווישט אַ גרעסערן טייל פֿון דעם אַלטן ייִדישן בית־עולם, וווּ עס זײַנען באַגראָבן געוואָרן די קרבנות פֿון די ביידע קעשענעווער פּאָגראָמען, און וווּ עס שטייט די מצבֿה פֿונעם באַקאַנטן גײַסטלעכן פֿירער, דעם הויפּט־רבֿ פֿון בעסאַראַביע ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה, יהודה־לייב צירעלסאָן.

צום 100סטן יאָרצײַט נאָכן פּאָגראָם אין קעשענעוו איז אין אַ ווינקל פֿון דעם אַמאָליקן אַלטן בית־עולם, און איצט אַ פּאַרק, געשטעלט געוואָרן אַ שיינער גראַניט־דענקמאָל; געשטעלט נישט פֿון דער איצטיקער מאַכט, נאָר פֿון די בעסאַראַבער ייִדן. לאָמיר דאָ דערמאָנען די מחברים פֿון דעם מאָנומענט, די צוויי בעסאַראַבער קינסטלער: סקולפּטאָר נחום עפּעלבאַום און אַרכיטעקט שמעון שוחט.

יאָר 1990. די געשיכטע האָט אונדז פֿאַרשלעפּט אין איר טראַגישן ווירבל; אָבער די איצטיקע טאָג־טעגלעכקייט האָט אַרײַנגעשריבן נײַע קאַפּיטלעך. דעם סצענאַר האָט מען געמוזט יעדעס מאָל ענדערן — עפּעס צוגעבן, און עפּעס אַרויסנעמען; אַזוי טרעפֿט זיך אָפֿט בײַם פֿילמירן אַ דאָקומענטאַר. די ווירקלעכקייט איז קליגער און אײַנפֿאַלערישער, בפֿרט אין אַ צײַט, ווען די געשיכטע פֿון אַ פֿאָלק ווערט געשריבן יעדע שעה און יעדע מינוט. דאָס אויג פֿון דעם קינאָ־אַפּאַראַט איז מסוגל געווען אַרויסצוכאַפּן פֿונעם לעבעדיקן הו־האַ נאָר דאָס רעאַלע, דאָס ממשותדיקע; די פּיטשעווקעס אָבער פֿון מענטשלעכע איבערלעבענישן און געפֿילן, דאָס מעטאַפֿיזישע איז פֿאַרבליבן באַהאַלטן אויסער דעם קינאָ־קאַדער.

#1-9_24
די משפּחה בעלענשטיין, ליאָווע און פֿאַניע און זייער טעכטערל מילענאַ…

די משפּחה בעלענשטיין, ליאָווע און פֿאַניע און זייער טעכטערל מילענאַ, וווינען אין דעם אַלטן טייל פֿון קעשענעוו, אויף דער טעאָבאַשעווסקיע־גאַס. די גאַס איז געווען באַקאַנט אין שטאָט, צוליב דעם ווענעראָלאָגישן דיספּאַנסער, וואָס האָט זיך דאָרט געפֿונען. די ייִנגלעך פֿלעגן זיך נאָך וויצלען: “איינס, צוויי, טעאָבאַשעווסקיע 3”.

די פֿיר־יאָריקע מילענאַ לויפֿט אַרום איבערן אייבערשטן צימער, פֿאַרשטעלט מיט אַלט־מאָדישע חפֿצים, בילדער און באַשיידן מעבל. ליאָווע זיצט אויפֿן דיוואַן און הערט זיך צו צו דעם, וואָס זײַן פֿרוי דערציילט:

— אין גיכן וועלן מיר אויך פֿאַרלאָזן די שטוב און גאַס, וווּ ס’האָבן נאָך נישט לאַנג צוריק געוווינט אַ סך ייִדישע משפּחות. אין דער שטוב בין איך געבוירן געוואָרן, ווי אויך מײַן שוועסטער. מיר האָבן דאָ אָפּגעוווינט, דאַכט זיך, אַ גאַנץ לעבן. ס’האָט זיך געדאַכט, אַז דאָ וועלן מיר שוין בלײַבן ביזן טויט… מילענאַ, וווּהין פֿאָרן מיר?

— קיין ישׂראל…

— אַוודאי, איז עס זייער ווייטיקלעך צו פֿאַרלאָזן די שטוב. דאָ זײַנען איבערגעווען אַלע אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים… אָבער איצט איז די שטוב ליידיק געוואָרן. אַלע זײַנען זיך צעפֿאָרן. אַלע הײַזער זײַנען ליידיק געוואָרן. נאָר מיר זײַנען נאָך דערווײַל פֿאַרבליבן…

צום שמועס שליסט זיך צו ליאָווע:
— דער אַנטיסעמיטיזם האָט מיך באַגלייט מײַן גאַנץ לעבן. עס איז געפֿערלעך צו זײַן שטענדיק שולדיק אין דעם, אין וואָס דו ביסט נישט שולדיק. בײַ מײַנע אַכט יאָר בין איך געווען אַזוי צענעריקט, אַז ביז הײַנט קאָן מען נאָך זען אויף מײַן לײַב שפּורן פֿון יענע קלעפּ…

100_0200
פֿאַניע און ליאָווע, חיפֿה, הײַנטיקע טעג

הײַנט וווינען פֿאַניע און ליאָווע אין חיפֿה. פֿאַניע האָט אַ סך יאָר אָפּגעאַרבעט אין אַ שול, ווי אַ לערערין פֿון אינפֿאָרמאַטיק. ליאָווע איז געבליבן בײַ זײַן פֿאַך, אַן אינזשעניר אויף אַ פֿאַבריק. אין אַ יאָר אַרום גייט ער אויך אַרויס אויף פּענסיע. זייער איינציקע טאָכטער, מילענאַ, איז נאָכן פֿאַרענדיקן די שול, אַוועק דינען אין דער אַרמיי, און דערנאָך זיך געלערנט אויף דעם אָפּטייל פֿון פֿיזיאַטעראַפּיע בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט. חתונה געהאַט.

פֿון פֿאַניע און ליאָוועס דירה אויפֿן דרײַצנטן גאָרן קאָן מען אין אַ שיינעם טאָג קלאָר זען דעם חיפֿהר אײַנגוס. זיי האָבן ליב צו גיין אין טעאַטער און קוקן ישׂראל־פֿילמען. זיי פֿאָרן אַ סך אַרום איבער דער וועלט, אָבער קעשענעוו האָבן זיי מער קיין מאָל נישט באַזוכט, הגם דערמאָנען אָפֿט די שטאָט פֿון זייער אַמאָל…

אונדזערע פּראָדוצענטן, עדואַרד און ראָמאַן, האָבן אַלץ אָפֿטער דערמאָנט אונדז, אַז ווי שאַפֿעריש מיר זאָלן נישט געווען זײַן, איז פֿאָרט פֿאַראַן אַ טערמין און אַ ביודזשעט, וואָס מע מוז זיך בײַ זיי האַלטן. דערצו איז שוין געקומען די צײַט אַריבערצוטראָגן אונדזער אַרבעט אין ישׂראל, וווּ מע קוקט שוין אויף אונדז אַרויס. זייערע ווערטער וועגן ישׂראל האָבן אונדז ווידער פֿאַרטשאַדעט — איין קלייניקייט, מאַכן קינאָ אין אויסלאַנד; נאָר געציילטע גדולים פֿונעם סאָוועטישן קינעמאָטאָגראַף האָבן געהאַט אַזאַ מזל!

און אָט, אַנגאַזשירט אַ האַלבן וואַגאָן, פֿאָרט שוין די פֿילמיר־גרופּע אָפּ קיין מאָסקווע, און פֿון דאָרט, מיטן עראָפּלאַן, קיין ישׂראל. אמת, קיין ישׂראל, נאָך אַ שטרענגן אויסקלײַב וועלן, חוץ דעם רעזשיסאָר, סצענאַריסט און דעם קאַמעראַ־אָפּעראַטאָר, פֿליִען נאָך פֿינף מענטשן: דער פֿילם־דירעקטאָר, מאָלער, רעדאַקטאָר, קלאַנג־אינזשעניר און די זינגערין אַניע גינזבורג. אומדערוואַרט פֿאַר מיר און ניסלען האָט זיך אַנטפּלעקט, אַז אונדזערע פּראָדוצענטן האָבן בדעה במשך פֿון דער וואָך, וואָס מיר וועלן פֿילמירן אין ישׂראל, אַדורכפֿירן אַן אויספֿאַרקויף פֿון שטעפֿאַנס בילדער און מאַכן עטלעכע קאָנצערטן פֿון ייִדיש־געזאַנג מיט אַניע גינזבורג.

— מיר וועלן קאָנען אויף דעם אויספֿאַרקויף און די קאָנצערטן פֿאַרדינען אַ סך געלט, כּדי ממשיך צו זײַן אונדזער אַרבעט. און נאָך, — האָט זיך געטיילט מיט זײַנע פּלענער עדואַרד, — ראָמאַן און איך וועלן אַרויספֿליִען פֿריִער מיט דרײַ טעג, און שוין אָפּנעמען אײַך גלײַך פֿונעם בן־גוריון־עראָפּאָרט.

ס’האָט געקלונגען פֿאַנטאַסטיש. אַפֿילו צו פֿאַנטאַסטיש מע זאָל אין דעם קאָנען גלייבן. דאָס אייביקע ייִדישע צווייפֿל־ווערעמל, האָט פֿאָרט זיך אַ ריר געטאָן בײַ מיר אונטערן „לעפֿעלע‟. כ’האָב אַ טראַכט געטאָן: ס’וועט נישט זײַן איבעריק זיך צו פֿאַרבינדן מיט מײַן נאָענטן פֿרײַד אין ישׂראל, שמריהו לין, דער דעמאָלטיקער פֿאַראַנטוואָטלעכער סעקרעטאַר פֿון „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. ווי ס’האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, האָט מײַן צווייפֿל־ווערעמל נישט אומזיסט מיר געשיקט וואָרענונג־סיגנאַלן.

#2-9_43
זיך דורכצושטופּן צום אַרײַנגאַנג פֿונעם קאָנסולאַט איז געווען נישט פּשוט…

לויטן סצענאַר האָבן מיר אין מאָסקווע געדאַרפֿט זיך טרעפֿן מיטן גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַריה לוין. ווי באַוווּסט, זײַנען יאָרן לאַנג קיין פֿולע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נישט געווען. די אַזוי גערופֿענע קאָנסולאַט־גרופּע פֿון ישׂראל האָט געפֿירט איר אַרבעט אונטערן דאַך פֿון דער האָלענדישער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע. נאָך דער טרעפֿונג פֿון ביידע אויסערן־מיניסטאָרן, עדואַרד שעוואַרנאַדזע און דוד לוי אין סעפּטעמבער 1990, איז דער סטאַטוס פֿון די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען געשטיגן ביז אַ קאָנסולאַט, און אין 1991 — ביז אַן אַמבאַסאַדע. צו אונדזער קומען קיין מאָסקווע האָט אַריה לוין שוין געהאַט אָנגעטאָן דעם סמאָקינג פֿון אַ גענעראַל־קאָנסול, און שוין געהאַלטן אין זײַן שאַפֿע צוגעגרייט דעם שוואַרצן פֿראַק פֿון אַ פֿולמעכטיקן ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר.

זיך דורכצושטופּן צום אַרײַנגאַנג פֿונעם קאָנסולאַט מיט אונדזער גאַנצן קלאַפּערגעצײַג איז געווען נישט פּשוט. לאַנגע רייען, נאָך לענגער ווי בײַ די גרויסע מאָסקווער אוניווערסאַלע קראָמען, האָבן זיך אויסגעשטעלט לענג־אויס דעם שטיינערנעם פּלויט. מענטשן, געקומען פֿון אַלע ווינקעלעך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן זיי פֿאָרט נישט אַלע געחלומט מאַכן אַן עליה; זייער הויפּטציל איז געווען זיך, קודם־כּל, אַרויסרײַסן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און ווײַטער — וווּ עס וועט זיך לאָזן — אַמעריקע, דײַטשלאַנד, אויסטראַליע… און דאָך, האָבן זיי געמוזט באַקומען זייער אַרויספֿאָר־שײַן דווקא פֿון דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַטישער נאַטשאַלסטווע.

левин
גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַריה לוין

איך זיץ בײַם טיש אַנטקעגן אַריה לוין, אַ קליינוווּקסיקער מענטש, מיט אַ מאָגער, אַסקעטיש פּנים. ער איז שטרענג און אײַנגעהאַלטן. ער וואַרט נישט כ’זאָלן אים שטעלן פֿראַגעס. ער ווייסט אַליין גוט, וואָס צו זאָגן. ייִדיש קען ער נישט. ער רעדט אויף אַ גוטן רוסיש.

— דאָס אויפֿהייבן די ישׂראל־פֿאָן אין מאָסקווע איז פֿאַר מיר פּערזענלעך געווען אַ גרויסע פֿרייד. כ’האָב אין מײַן לעבן נישט געטראַכט, אַז דווקא איך וועל עס טאָן. איך דערמאָן זיך איצט אין מײַנע עלטערן, וועלכע האָבן שטענדיק געטרוימט וועגן אַ ייִדישער מדינה. וועגן אַ ייִדישער סוּווערעניטעט. מײַן טאַטע פֿלעגט שטענדיק רעדן וועגן דעם מיט מיר. און ווען מיט יאָרן צוריק איז עס געשען, זײַנען מיר אַוודאי געווען זייער צופֿרידן.

דאָס איבעררײַסן די צווישן־באַציִונגען פֿון ישׂראל און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געווען אַ גרויסער פֿעלער. מיר האָבן עס איבערגעלעבט זייער ווייטיקלעך. במשך פֿון די זיבעציק יאָר סאָוועטן־מאַכט איז פֿאָרגעקומען אַ סך שלעכטס בנוגע די ייִדן אין דעם לאַנד. די ייִדן האָבן אַ סך געליטן. נאָר דאָס אַראָפּציִען די ישׂראל־פֿאָן, און דערצו נאָך אין יענער סיטואַציע, ווען ס’איז געטאָן געוואָרן; אָט די דערנידערונג, וואָס מיר האָבן דעמאָלט געפֿילט, — איז בפֿירוש געווען, מיין איך, נישט ריכטיק.

דעריבער איז דער פֿאַקט פֿון אויפֿהייבן ווידער די ישׂראל־פֿאָן — אַ פֿריידפֿול געשעעניש סײַ פֿאַר מיר פּערזענלעך, סײַ פֿאַר מײַן לאַנד און פֿאַר די ייִדן בכלל. עס איז אַ היסטאָרישע דערשײַנונג, און זיך באַטייליקן אין דעם איז אַ גרויסער כּבֿוד. איך מיין, אַז דער טאָג וועט פֿאַרבלײַבן אין זכּרון פֿון דורות, ווי אַ וויכטיקער קאַפּיטל, אַרײַנגעשריבן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק.

אונדזער וועג קיין ישׂראל איז געווען אָפֿן.
המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

w

Connecting to %s