מיכאל קרוטיקאָוו
(צום 115טן יאָרצײַט נאָכן קעשענעווער פּאָגראָם)
פֿאַר ייִדן האָט זיך דאָס 20סטע יאָרהונדערט אָנגעהויבן מיטן קעשענעווער פּאָגראָם אין אַפּריל 1903. די ידיעות וועגן די שרעקלעכע געשעענישן אין אַ ווײַטער פּראָווינץ־שטאָט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע האָט דערשיטערט די גאַנצע וועלט. 49 ייִדן זײַנען אומגעקומען במשך פֿון די דרײַ פּאָגראָם־טעג, צוויי מאָל מער, בעת אַלע פּאָגראָמען פֿון 1881־1882, וועלכע האָבן גורם געווען די גרעסטע עמיגראַציע־כוואַליע אין דער ביז־דעמאָלטיקער ייִדישער געשיכטע. די וועלט האָט זיך ווייניק געקאָנט משער זײַן, אַז דאָס איז געווען בלויז דער אָנהייב. שוין אין צוויי יאָר אַרום, בעת דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905, וועט מען מוזן ציילן די ייִדישע פּאָגראָם־קרבנות נישט אין צענדליקער, נאָר אין הונדערטער נפֿשות. דאָס שרעקלעכסטע וועט קומען נאָך שפּעטער.
דער נאָמען פֿון דער פֿאַרשלאָפֿענער פּראָווינציעלער שטאָט אין דער ווײַטער דרום־מערבֿדיקער געגנט פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע איז גלײַך באַלאָדן געוואָרן מיט אַ שווערן סימבאָלישן באַטײַט. די רעאַלע טראַגעדיע פֿון רעאַלע מענטשן איז מגולגל געוואָרן אין אַ לעגענדע, פֿון וועלכער יעדע פּאָליטישע באַוועגונג האָט געצויגן אַן אייגענעם מוסר־השׂכּל אין הסכּם מיט איר אידעאָלאָגישן סדר־היום. דער קעשענעווער פּאָגראָם איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּראָפּאַגאַנדע־מיטל סײַ בײַ די ייִדישע און סײַ בײַ די אַלגעמיינע רוסלענדישע פּאַרטייען.
די ניט־ייִדישע רעוואָלוציאָנערן האָבן פֿאַרטײַטשט קעשענעוו ווי אַ באַווײַז, אַז די וואָרצלען פֿון אַלע רוסישע און ייִדישע צרות ליגן באַגראָבן אין דעם אויטאָקראַטישן מהות פֿון דעם צאַרישן רעזשים. די ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן געטענהט, אַז נאָך קעשענעוו טאָר מען זיך מער נישט פֿאַרלאָזן אויף דער פּראָלעטאַרישער סאָלידאַריטעט. אי דער „בונד‟, אי „פּועלי־ציון‟ האָבן גערופֿן צו שאַפֿן אַ ייִדישע זעלבשוץ, וואָס זאָל פֿאַרטיידיקן די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון פּאָגראָמען. די ניט־סאָציאַליסטישע ציוניסטן מיט אחד־העם בראָש האָבן געשטיצט די אידעע פֿון דער ייִדישער זעלבשוץ, אָבער זיי האָבן בכלל נישט געגלייבט אינעם ייִדישן קיום אין רוסלאַנד.

דער קעשענעווער פּאָגראָם האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם נישט נאָר אויף דער ייִדישער סבֿיבֿה; קעגן דער אָפֿיציעלער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק, וואָס האָט גוטגעהייסן די עפֿנטלעכע אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען, האָבן זיך אַרויסגעזאָגט אָנגעזעענע רוסישע שרײַבערס: לעוו טאָלסטוי, וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, מאַקסים גאָרקי. דער פֿאָטער פֿונעם באַרימטן שרײַבער נאַבאָקאָוו האָט באַצאָלט מיט זײַן גלענצנדיקער מלוכישער קאַריערע (וואָס וואָלט אים מסתּמא געפֿירט צום פּאָסטן פֿון יוסטיץ־מיניסטער) פֿאַר זײַן אַרטיקל אינעם רוסישן יורידישן זשורנאַל, אין וועלכן ער האָט באַשולדיקט די רעגירונג אינעם אָרגאַניזירן דעם פּאָגראָם. אַזוי אָדער אַנדערש, האָט קעשענעוו געדינט ווי אַ קאַטאַליזאַטאָר פֿון כּלערליי פּאָליטישע פּראָטעסטן אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט.
דער סאַמע באַרימטער דיכטערישער אָפּרוף אויף דעם קעשענעווער פּאָגראָם איז אַרויס פֿון אונטער דער פּען פֿון דעם גרויסן נאַציאָנאַלן פּאָעט חיים־נחמן ביאַליק. ער האָט געשאַפֿן זײַן פּאָעמע אין צוויי נוסחאָות: אויף העברעיִש — אונטערן נאָמען „העיר ההרגה‟ און אויף ייִדיש — „אין שחיטה־שטאָט‟. אין רוסיש איז זי פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין דער גלענצנדיקער איבערזעצונג פֿון וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי. דער רוסישער נוסח האָט מסתּמא געפֿונען מער לייענער צווישן דער רוסישער און רוסיש־ייִדישער אינטעלעגענץ, איידער ביאַליקס אָריגינעלע טעקסטן אויף ייִדיש און העברעיִש.
אייגנטלעך, האָט ביאַליקס פּאָעמע ווייניק צו טאָן מיט דער פֿאַקטישער געשיכטע פֿון דעם פּאָגראָם אין קעשענעוו, כאָטש דער דיכטער האָט באַזוכט די שטאָט אין גיכן נאָך דער טראַגעדיע, ווי אַ מיטגליד פֿון דער ספּעציעלער קאָמיסיע פֿון ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע טוערס. ביאַליק האָט אַפֿילו געביטן דאָס אָרט און צײַט (מסתּמא לויט דער עצה פֿון דעם רוסישן צענזאָר, דעם געשמדטן חב״דניק). זײַן פּאָעמע טראָגט דאָס אונטערקעפּל „משׂא נעמיראָוו‟, וואָס שיקט דעם לייענער אָפּ צו די היסטאָרישע געשעענישן בעת כמעלניצקיס אויפֿשטאַנד פֿון 1648־1649 (גזירות ת״ח־ות״ט).

ביאַליק באַנוצט זיך מיט די פּאָגראָם־עפּיזאָדן, כּדי אויפֿצולעבן זײַן נעגאַטיווע טעאָלאָגיש־דיכטערישע קאָנצעפּציע פֿון גלות־עקזיסטענץ, אַגבֿ, האָט ביאַליקס פּאָעטיש שרעק־בילד שאָקירט אייניקע פֿון זײַנע מיטצײַטלער. ש.־י. אַבראַמאָוויטש (מענדעלע מוכר־ספֿרים) האָט דעם דיכטער נישט געקאָנט מוחל זײַן, הלמאַי ער האָט אַרויפֿגעלייגט די שולד פֿאַר דעם פּאָגראָם אויף די קרבנות, נישט אויף די פּאָגראָמשטשיקעס. עס איז מערקווירדיק, אַז דער דיכטער האָט קיין מאָל נישט דערמאָנט די פֿילצאָליקע פֿאַקטן פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד בעת דעם פּאָגראָם, וועלכע ער האָט געזאַמלט בײַם באַזוכן קעשענעוו אין 1903.
ביזן הײַנטיקן טאָג קאָן מען נישט רעדן וועגן קעשענעוו און נישט באַרירן דערבײַ ביאַליקס פּאָעמע. דער באַגריף „קעשענעוו‟ שפּילט אַ ריזיקע ראָלע אינעם רוסיש־ייִדישן באַוווּסטזײַן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אָבער גאַנץ אָפֿט איז די ראָלע פֿון רעאַלע פֿאַקטן גאַנץ אַ קנאַפּע. אויפֿן ערשטן פּלאַן טרעטן אַרויס די פּאָליטישע פֿאַקטאָרן: דער אינטערנאַציאָנאַלער סקאַנדאַל, וואָס איז אויסגעבראָכן נאָכן פּאָגראָם, די רעאַקציע פֿון דער רוסלענדישער און אויסלענדישער עפֿנטלעכער מיינונג, דער באַטײַט פֿון דעם פּאָגראָם פֿאַר דער קאָנסאָלידאַציע פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן אין אַמעריקע.
די נאָכקלאַנגען פֿון די אַמאָליקע דעבאַטעס הערט מען נאָך ביז הײַנט צו טאָג אין דער רוסישער פּובליציסטיק. די וויכּוחים דרייען זיך אַרום איין קלאָץ־קשיא: צי האָט די צאַרישע רעגירונג בפֿרט דער אינערן־מיניסטער פֿאָן־פּלעווע, צוגעגרייט און אָרגאַניזירט דעם פּאָגראָם דירעקט פֿון פּעטערבונרג? די דאָזיקע באַשולדיקונג באַזירט זיך אויף אַ געהיימען בריוו, פּובליקירט אין דער לאָנדאָנער צײַטונג „טײַמס‟, וואָס פּלעווע האָט געשיקט פּערזענלעך צום בעסאַראַבער גובערנאַטאָר פֿאָן־ראַאַבען פֿאַרן פּאָגראָם. אין אָט דעם בריוו האָט דער מיניסטער געוואָרנט דעם גובערנאַטאָר וועגן מעגלעכע אַנטי־ייִדישע „אומרוען‟, וואָס קאָנען פֿאָרקומען פּאַסכע־צײַט אין קעשענעוו, און האָט „רעקאָמענדירט‟ נישט צו נוצן קיין שום גוואַלד־מיטלען קעגן די קריסטלעכע פֿאַרברעכערס.

הגם די רוסישע רעגירונג האָט אָפֿיציעל אָפּגעלייקנט, אַז פּלעווע האָט אָנגעשריבן אַזאַ מין בריוו, איז די ליבעראַלע געזעלשאַפֿטלעכקייט אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד געבליבן זיכער, אַז דער צאַרישער רעזשים האָט דירעקט אָרגאַניזירט דעם פּאָגראָם, כּדי אויסצונוצן די ייִדן ווי אַ כּפּרה־הינדל פֿאַר דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און אויסלאָזן צו זיי דעם „כּעס‟ פֿונעם קריסטלעכן המון. ביזן הײַנטיקן טאָג זײַנען דאָ חילוקי־דעות, אויף וויפֿל די דאָזיקע ווערסיע איז היסטאָריש באַרעכטיקט און ווי דײַטלעך קאָן זי זײַן באַשטעטיקט דורך אַרכיוואַלע דאָקומענטן.
אין זײַן בוך „צוויי הונדערט יאָר צוזאַמען‟ באַשולדיקט דער שרײַבער אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין די ייִדן אינעם צעבלאָזן די קעשענעווער טראַגעדיע און אין באַנוצן זיך מיט דעם געפֿעלשטן בריוו, כּדי צו פֿאַרשוואַרצן דעם אימאַזש פֿון רוסלאַנד אין די אויגן פֿון דער וועלט. עס גייט דעם גרויסן שרײַבער נישט אָן, אַז אין קעשענעוו האָט דער קריסטלעכער המון געראַבעוועט, פֿאַרגוואַלדיקט און געהרגעט ייִדן. עס פֿאַרדריסט אים נאָר, וואָס די ייִדן האָבן „אויסגענוצט‟ דעם פּאָגראָם צוליב איין צוועק — צעבלאָזן די „אַנטירוסישע‟ פּראָפּאַגאַנדע. עס חידוש אים דערבײַ נישט, הלמאַי האָט די גאַנצע וועלט פֿאָרט געגלייבט אין דער עכטקייט פֿון פּלעוועס בריוו. אויב אַפֿילו מע זאָל אָננעמען, אַז דער קעשענעווער גובערנאַטאָר האָט נישט באַקומען פֿון אים דעם בריוו, איז זײַן אויפֿפֿירונג בעת דעם פּאָגראָם געווען אין דעם פֿולן הסכּם מיטן מיניסטערס אינסטרוקציעס. די דאָזיקע פֿראַגע איז אין דעם לעצטן סך־הכּל וויכטיקער, ווי דער היסטאָרישער פֿאַקט פֿון דעם בריוו.