קיין נאָמען!

עמיל קאַלין

געשען איז דאָס אין ניו־יאָרק, ערגעץ אויף פּאַרק־עוועניו, לעבן איינעם פֿון די „סטאַרבאַקס‟, וואָס מע שטויסט זיך אין זיי דאָרט אָן אויף יעדן שריט און טריט. איך האָב זיך צעקריגט אויפֿן טעלעפֿאָן מיט מײַן פּלוניתטע. דאָס איז געווען אַ געוויינטלעכע קריגערײַ פֿון מאַן-און-ווײַב-מיט-קינדערלעך אויף אַ פּראָסט מאַמע־לשון.

אַז דאָס מחלוקת האָט אָפּגעהילט, האָב איך פֿאַרמאַכט דעם טעלעפֿאָן און באַמערקט ווי אַ קליינטשיקע פֿרוי מיט אַ קוסט גרויע האָר אויפֿן קאָפּ, אָנגעטאָן אין אַ בלויען „בלעיזער‟, שטעלט אויף מיר אָן איר בלויען, בליטשענדיקן בליק.

איך האָב געמיינט, אַז איר „פּושקעלע‟ איז אַ ביסל גערירט און זי וועט תּיכּף אָפּטרעטן, אָבער זי איז צוגעגאַנגען צו מיר און מיט אַ שמייכל, וואָס האָט נישט אויסגעזען זייער קינסטלעך, געפֿרעגט:

— איר האָט נאָר וואָס גערעדט יִידיש, אַיאָ?
— געטראָפֿן, — האָב איך אַרויסגעשטאַמלט און אויסגעדרייט דעם קאָפּ אין דער צווייטער זײַט, ווי איך וואָלט עפּעס געזוכט. אַ גראָב אָנצוהערעניש, אַז דער איצטיקער שמועס גייט מיר ווינציק אָן.

זי האָט אָבער נישט אַרויסגעוויזן קיין שום סימן, אַז זי האָט בדעה איבערצושלאָגן אונדזער באַקאַנטשאַפֿט. זי האָט געפּרוּווט אײַנשטילן איר ווײַס, בייז הינטעלע, וואָס האָט געהאַלטן אין איין האַווקען, אַרויסגעשטעקט איר דיקן ווײַזפֿינגער מיט אַ רויטן נאָגל און געלאָזט מיר וויסן, אַז דאָס רעדן ייִדיש איז אַ גרויסע סגולה, לאַוו-דווקא פֿון אַ רעליגיעזן אָדער נאַציאָנאַלן שטאַנדפּונקט, נאָר גלאַט אַזוי, מחמת דאָס אַרויסרעדן די ווערטער אַליין טראָגט אין זיך אַן „אַאוראַ‟ אַ „קאַרמאַ‟ פֿון אַ גוטוויליקע „דאָשאַ‟.

איך האָב ווײַטער כּלומרשט געזוכט עפּעס מיטן בליק, נאָר מײַנע זוכענישן האָבן געמאַכט אויף איר אַ קנאַפּן רושם. האָט זי דערקלערט, אַז די „מאָדנע‟ ווערטער וואָס זי ניצט, און איך קען זיי נאָך נישט, שטאַמען פֿון אַן אוראַלטער, הייליקער שפּראַך — סאַנסקריט הייסט זי; און זיי באַטײַטן טאַקע מער ווי אונדזער מוח איז מסוגל צו באַנעמען.

— דאָס איז זייער גוט, — האָב איך געשעפּטשעט מיט אַ האַלב מויל, — אַ טעות.
זי האָט זיך אָנגעכאַפּט אין מײַן געמאַכטן „אינטערעס‟ און צוגעשטאַנען צו מיר איך זאָל „אומבאַדינגט‟ קומען צו איר צו גאַסט.

— איך וויל דיר ווײַזן אַ ייִדיש בוך, וואָס איז זייער ספּעציעל פֿאַר מיר, — האָט זי מודיע געווען, און איך, אַ פּאָלנער נאַר, האָב אײַנגעשטימט, און מיר האָבן זיך וואַרעם געזעגנט.

איר הינטעלע האָט ווײַטער געהאַווקעט אויף מײַן רוקן, בשעת איך האָב זיך דעווײַטערט. שפּעטער איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז כ׳האָב געדאַרפֿט כאָטש פֿרעגן, וועגן וואָס פֿאַר אַ בוך גייט די רייד. וואָס מיינט עס, „ספּעציעל‟? אַ סבֿרא, אַז זי רעדט וועגן „אַלע ווערק‟ פֿון שלום-עליכם, האָב איך אַליין פֿאַרענטפֿערט די קשיא.

די טיר האָט געעפֿנט אַ טונקל-הויטיקע, קליין-וווּקסיקע, קײַלעכדיקע פֿרוי מיט אַ אונטערטעניקן בליק. איר אויסזען איז געווען גאָר נישט ענלעך אויף יענער מאָדנער פֿרוי מיטן הינטעלע פֿון פּאַרק־עוועניו. זעט אויס, כ׳בין אַרײַן נישט אין דער ריכטיקער טיר, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, און אָפּגעטראָטן, אַרויסזאָגנדיק קורצע אַנטשוליקונג-ווערטער.

— ניין, ניין, — האָט מיך אָפּגעשטעלט די רונדיקע פֿרוי און צוגעגעבן מיט אַ קײַלעכדיקן רי”ש: — מיס ראָדס וועט אײַך באַלד אויפֿנעמען. זי וואַרט אויף אײַך.

אין אַ מינוט אַרום איז אויסגעוואַקסן דער קוסט גרויע האָר. איצט איז די פֿרוי געווען שוין אָנגעטאָן אין אַ רויטן, שרײַענדיקן „בלעיזער‟, מיט אַ טוך איבער די אָקסלען. דאָס ווײַסע הינטעלע האָט געהאַווקעט מיט לויטער רשעות אויף מײַנע הויזן. פֿון וואַנען נעמט זיך אין אַזאַ קליין באַשעפֿעניש אַזוי פֿיל בייזקייט?

— סעמי, שאַ! גענוג! ער איז אַ גאַסט, — האָט מיס ראָדס, וואָס כ׳האָב זיך ערשט דערוווּסט איר נאָמען, זיסלעך צעצויגן די ווערטער ווי זי וואָלט געמוסרט אַ צעבאַלעוועט קינד.

מיס ראָדס האָט ווידער געצילט אויף מיר איר בלויען, בליטשענדיקן בליק: „סעמי, האָב איך אים אָנגערופֿן נאָך מײַן טאַטן, סעמועל, סעמועל ראָזען‟.

איך האָב געקוקט אויף דער בייזלעכער פֿיר-פֿיסיקער מצבהלע, וואָס האָט נישט איבערגעריסן זײַן בילערײַ, און זיך געסטאַרעט אויסצוקראַצן אַ קלוג וואָרט, צוגעפּאַסט צו דעם אומבאַקוועמען מאָמענט. לסוף, איז אַרויסגעקומען בלויז: „איך בין זיכער, אײַער טאַטע איז געווען אַן אומפֿאַרגעסלעכער מענטש‟.

מיס ראָדס האָט געשײַנט:
— ער איז טאַקע געווען אומפֿאַרגעסלעך, — האָט זי אונטערגעכאַפּט, — דאָס בוך, וואָס איך וויל אײַך ווײַזן, איז זײַנס. ער איז געווען אַ באַגאַבטער דיכטער.

מיס ראָדס האָט מיך געפֿירט, ווי אַ געניטע גאַסט-געבערין, צו אַ ברייטן טיש, וואָס איז געשטאַנען לעבן אַ פּרעכטיקער אָפֿענער קיך, וווּ ס‘האָט שוין געוואַרט אויף אונדז אַ בלאָנדער ריז, אָנגעטאָן אין אַ בלויען, געקעסטלטן העמד און ברייטע, העל־ברוינע הויזן. איבער די מלבושים האָט ער געטראָגן אַ רויטן, באַבלימלטן פֿאַרטעך. ער האַט זיך געפּאָרעט מיט אַ גרויסן מעסער איבער אַן קופּקעלע גרינסן.

— דאָס, איז הערי, מײַן מאַן, — האָט מיס ראָדס אָנגעוויזן מיטן קאָפּ אויף דעם ריז אינעם געקעסטלטן העמד.

ער האָט זיך נישט מטריח געווען אויפֿהייבן די אויגן געוווירן צו ווערן, ווער עס איז ערשט אַרײַנגעטראָטן אין זײַנע ד’-אַמות.
— האַרי אַרבעט אין תּיקון-עולם, אויסצובעסערן די וועלט, — האָט מיס ראָדס גערעדט ווי זי וואָלט עס אַרויסגעלייענט פֿון אַ שטיקל פּאַפּיר, — ער מאַכט טעכנאָלאָגיע, צוגענגלעך פֿאַר נויטווענדיקע סײַ דאָ, אין לאַנד, סײַ אין אויסלאַנד. אַזוי, באַזאָרגנדיק זיי מיט די נייטיקע כּלים פֿאַרן מאָרגן, עפֿנט ער דעם טויער צו אַ בעסער לעבן.

דער ריז, וואָס האָט ביז אַהער עוסק געווען מיט זײַן מלאָכה, האָט אויפֿגעהויבן דעם בליק צו אונדז. ער האָט אונדז באַטראַכט, ווי מע וואָלט אים נאָר וואָס אויפֿגעוועקט פֿון שלאָף. דאָס מעסער האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ רגע און דער ריז, נאָך שטייענדיק איבערן קופּקעלע ירקות, האָט געוואָרפֿן מהיכא-תיתידיק: „העי, האַו אר יו?‟

איך האָב געשענקט אַ ברייטן שמייכל, ווי דער מינהג איז, און אים פֿאַרזיכערט, אַז אַלץ איז „גרעיט!‟. דערהערנדיק דעם „גרעיט‟, האָט זיך דער ריז ווידער אײַנגעבויגן איבער די גרינסן, אָן אַן איבעריק וואָרט, און געטאָן זײַנס.

מיס ראָדס האָט גערעדט מיט ברען:
— יאָ, איך האַלט שטאַרק פֿון טעכנאָלאָגיע. זי איז דער שליסל צו אַ בעסערן מאָרגן. מע מוז פֿאַרריכטן די קרומע וועלט. גיב נאָר אַ קוק, וואָס עס טוט זיך אַרום — אַן אומגליק… ווילסט טרינקען קאַווע? ווילסט אַ קוק טאָן דאָס בוך? — האָט מיס ראָדס פּלוצעם געפֿרעגט, גלײַך ווי טעכנאָלאָגיע, תּיקון-עולם, אַ טעפּעלע קאַווע און אַ ייִדיש בוך פֿון אַן אומבאַקאַנטן פּאָעט זענען איין און די זעלבע זאַך.

נאָך דעם, וואָס זי האָט אָנגעגאָסן קאַווע אין צוויי ברייטע „מאַגס‟, איז מיס ראָדס צוגעגאַנגען צו אַ ביכער־שראַנק, וואָס איז געשטאַנען דערבײַ און, נאָך אַ קורץ קווענקלעניש, אַרויסגענומען אַ גרין ביכעלע.

— אָט, דאָס איז עס, — האָט זי אַרײַנגעלייגט איר פֿאָטערס גײַסטיקע ירושה אין מײַנע הענט.

די פּשוטע גרינע הילע, אָפּגעריבן בײַ די זײַטן, איז נישט געווען קיין דיקע, און די געלבלעך-ברוינע זײַטלעך האָבן אויסגעזען ווי אשר-יצר-פּאַפּיר. דאָס וואָרט „לידער‟, אָנגעשריבן מיט העל-בלויע, קרומלעכע אותיות, איז געשטאַנען אויבן. אונטן, איז אָנגעוויזן געווען דער נאָמען פֿונעם מחבר — יעקבֿ בערקאָוויטש.

מאָדנע, איז אויפֿגעשפּרונגען אַ ווידערשפּעניקע מחשבֿה, מיס ראָדס האָט נאָר וואָס דערמאָנט, אַז דער נאָמען פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם פֿאָטער און איר איצטיקן רשעותדיק הינטעלע איז גראָד „סעמועל‟, נישט אַנדערש. פֿאַר וואָס זשע זאָל אַ יעקב ווערן אָ „סאַמועל‟ אין דער קאָלאָמבוסעס מדינה? ער האָט דאָך געקענט פֿאַרענגלישן זײַן נאָמען אויף „דזשעיקאָב‟. און פֿאַר וואָס שטימט נישט דער משפּחה-נאָמען? ווי זאָגט מען: נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן, אָבער די פֿאָרשטעלונג מוז מען שפּילן ווײַטער.

איך האָב געקוקט אויף מיס ראָדס, וואָס האָט געזופּט פֿון איר „מאַג‟, נאָר כּדי צו באַשטעטיקן דאָס, וואָס מיר איז געווען קלאָר פֿון אָנהייב אָן; זי איז גאָט די נשמה שולדיק. זי קוקט אויף די פֿירקאַנטיקע אותיות ווי אַ האָן — און אין איר פֿאַל אַ הון — און איך האָב נישט געוואָלט אויפֿוועקן בײַ איר קיין איבעריקע ספֿקות און האַרץ-קלעמענישן. זי זאָגט, אַז איר פֿאָטער האָט אָנגעשריבן דאָס בוך — זאָל זײַן אַזוי.

איך האָב געעפֿנט דאָס בוך. פֿון דעם ערשטן זײַטל האָט געקוקט אויף מיר דער „דיכטער יעקבֿ בערקאָוויטש‟ בכבודו-ועצמו — אַזוי איז געשטאַנען אונטער דער פֿאָטאָגראַפֿיע. אין זײַן בליק איז געווען עפּעס סודותדיקס, פֿאַרבאָרגנס. ער האָט געקוקט אויף מיר מיט אַן ערנסטקייט, אַ שטײַפֿקייט, וואָס האָט זיך נישט געפּאָרט מיט די „דיכטערישע‟ האָר — אַ קאַם טונקעלע האָר, וואָס ציִען זיך פֿון אויבן אַראָפּ און אָט־אָט וועלן זיי פֿאַרלאָזן דעם פֿאַרזאָרגטן שטערן.

אונטן איז געשטאַנען דער נאָמען פֿון דעם פֿאַרלאַג — „פּראָגרעס‟, און דאָס דרוק-אָרט און יאָר: „בוקאַרעשט, 1956‟. איך האָב איבערגעמישט דאָס זײַטן און גענומען לייענען דאָס „וואָרט פֿריִער‟, וואָס ס׳האָט אָנגעשריבן זײַנער אַ „פּען-חבֿר‟. דער פּען-חבֿר האָט באַשריבן בערקאַוויטשן ווי אַ קעמפֿערישן דיכטער, אַן אמתער פּראָלעטאַרער, וואָס זײַנע פֿערזן „שפּרודלען מיט גלויבן אינעם מענטשן‟ און אין דעם „טריומף פֿון סאָציאַליזם‟.

די איין-דײַטיקע, קלאָרע ווערטער, מיט וועלכע דער פּען-חבֿר האָט געשילדערט יעקבֿ בערקאָוויטשס געשטאַלט, האָבן נישט געשטימט מיטן אומעטיקן, פֿאַרלוירענעם בליק, וואָס איך האָב נאָר וואָס געזען אויף דער פֿאָדערשטער זײַט. איך האָב געקענט זיך פֿאָרשטעלן יעקבֿ בערקאָוויטשן ווי ער זיצט פֿאַר דער קאַמערע און פּרוּווט, וויפֿל עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן, באַהאַלטן דעם אומעט אין זײַן בליק; אײַנשלינגען די טיפֿע פֿאַרצווייפֿלונג, אָפּשטילן די נאָגנדיקע זאָרג. לסוף, האָט זיך אים אײַנגעגעבן פֿאַרשטעלן די געפֿילן, וואָס ער האָט נישט געטאָרט אַרויסווײַזן, און זיי געביטן אויף שטײַפֿקייט אין לעצטן מאָמענט, איידער דער פֿאָטאָגראַף האָט אויסגערופֿן: „איינס, צוויי, דרײַ!‟ — און די קאַמערע האָט אַ בליץ געטאָן.

איך האָב געמישט די צאַרטע, פֿאַרגעלטע בלעטער פֿון דעם בוך און אָנגעטאַפּט מיט די שפּיץ־פֿינגער דאָס געפֿיל, וואָס ווי כ׳האָב געמיינט, האָב איך עס שוין פֿון לאַנג פֿאַרגעסן; דאָס געפֿיל פֿון האַרבסטיקע טרוקענע בלעטער, וואָס צעקרישלען זיך לײַכט און מיט רעש אין די קינדישע אומגעניטע פֿינגער. די האַרבסטיקע בלעטער, וואָס פֿאַרפֿלייצטן די אַלעען אין פּאַרק ערב-ווינטער, זענען אַ סימבאָל פֿון אַ סוף, פֿון אַן אויסגעלאָשענעם חיות. און וויפֿל חיות שטעקט אין אָט די קליינע אָפּגעריבענע אותיות, וואָס פֿאַרפֿלייצן די פֿאַרגעלטע בלעטער פֿונעם בוך?

איך האָב אָנגעהויבן לייענען דאָס ליד, וואָס הייסט, „אַ צײַט אַ נײַע‟.

דאָס גלויבן אין יונגע הערצער עס ברענט
מיר קענען עס דערגרייכן, עס ליגט אין אונדזערע הענט,
מיט מי און שווייס, און פּײַן און שמאַרצן
טראָגן מיר זיך אַרום מיט אַ געזאַנג אין האַרצן.
עס איז נישט ווײַט און עס וועט מקוים ווערן דער חלום
מיר שטייען אויפֿן שוועל פֿון אַ צײַט אַ נײַער — פֿון פֿרידן און שלום…

איך האָב זיך באַנוגט מיט דעם „פֿרידן-און-שלום‟ און איבערגעפֿירט דעם בליק אויפֿן ליד, וואָס איז געשטאַנען אַנטקעגן, „דאָס פּענדזל‟.

דאָס פּענדזל אַ קליינס, נאָר מעכטיקס
מאָלט אויפֿן לײַוונט אַ חלום אַ שיינעם
דאָס פּענדזל איז נישט גלאַט אַ פּענדזל — נײן!
עס איז אַ האַמער, אַ זעגל, און מעגלעך, אַלע אין איינעם

אונטער פֿעיִקע הענט אין זאַוואָד טאָג-און-נאַכט זיי קלאַפּן
דורך אַרבעט שווערער טוען די מענטשן פֿון מי זיך זאָרגן
ווײַל נישט אומזיסט קלאַפּן זיי, דאָס געצײַג צוזאַמען — דאָס ניין!
זיי ברענגען אונדזער אויסגעטרוימטן ליכטיקן מאָרגן.

איך האָב איבערגעמישט נאָך עטלעכע זײַטלעך; אַלע לידער האָבן געהאַט די אייגענע שטימונג. די לידער, וואָס זענען נישט געווען אָנגעפּאַקט מיט האָפֿענונגען, בליִענדיקע און ליכטיקע מאָרגנס, האָבן געהערט צו דער קאַטעגאָריע „נאַטור־לידער‟. די „נאַטור־לידער‟ האָבן באַזונגען בקולי-קולות די שיינקייט פֿון דער רומענישער לאַנדשאַפֿט.

דער פּאָעט האָט נישט געקאַרגט אויף מליצה; די בערג זענען „מעכטיקע ריזן פֿון פֿעלדזן אויסגעקנייטע‟ די פֿעלדער — „אומענדלעכע גינגאָלדע טרוימען‟, און די טײַכן „גלעטן מיט זילבערקייט די באָרוועסע פֿיס פֿון פּויערטעס‟.

די ווירקלעכקייט, ווי דער דיכטער האָט זי געשילדערט, איז געווען פֿלאַך און מאַט.
איך האָב געשפּירט, אַז אַלע לידער וואָס איך האָב געלייענט ביז אַהער, זענען געווען ווי פֿאַרקריפּלט, געהאַט אַ מום, אַפֿילו אויב מע נעמט אָן, אַז דער דיכטער האָט „אַרײַנגעאָטעמט אין דעם יש אַ פּאָעטישע פֿאַרחלומטקייט‟, ווי עס האָט געשריבן זײַן פּען-חבֿר אין דעם „וואָרט פֿריִער‟.

יעקבֿ בערקאָוויטשס דיכטונג, און אפֿשר אויך ער גופֿא, האָט אָנגעוווירן דאָס, וואָס איז מענטשלעך בשעתן באַנעמען די וועלט: פֿראַגע-צייכנס, צוויידײַטיקייט, צווייפֿל.
יאָ, יענער צווייפֿל און אומעט, וואָס איך האָב לכאורה דערזען אין זײַן בליק, איז געווען, נאָך אַלעמען, אַן אײַנרעדעניש.

דאָס אויספֿעלן פֿון אײַנפֿאַל און עמקות אין די לידער האָט ווי אָנגעזאָגט: „ווען דער קאָמוניסטישער עקספּערימענט וועט זיך פֿאַרענדיקן, און דער צוגעזאָגטער ׳אויסגעטרוימטער׳ ליכטיקער מאָרגן וועט קומען, וועט אויך קומען אַ צײַט, ווען מענטשן וועלן נישט דאַרפֿן טראַכט צו פֿיל. בעסער אַפֿילו, נישט טראַכטן אין גאַנצן…‟
ווען איך וואָלט געלייענט אָט די לידער אין יאָר 1956, למשל, וואָלט איך באמת געקענט טרעפֿן, וואָס עס וואַרט אויף מיר; און ווען איך וואָלט יאָ דערגאַנגען אַזוי ווײַט און פֿאַרשטאַנען, אַז איך נעם אָנטייל אין אַ גלאָבאַלן דורכפֿאַל, טאָ וואָס וואָלט איך געטאָן? געשטעלט פֿיס? מסתּמא, ניין. איך בין בטבֿע אַ פּחדן. איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, אַז כ׳בין מוסגל צו שוואַרצן די גרענעצן אָן פּאַספּאָרטן, שוין אָפּגערעדט, אַז אַרויסצוקריגן אַ פּאַספּאָרט איז געווען אַ מעשׂה פֿאַר זיך. פּאַספּאָרטן פֿלעגט מען נישט געבן סתּם אַזוי: „קוק אים אָן, דעם מיוחס! ער מיינט, אַז עס קומט אים אַ פּאַס…‟

— וואָס מיינסטו וועגן מײַן פֿאָטערס פּאָעזיע?, — האָט מיך מיס ראָדס אין אַן אויגנבליק אומגעקערט צוריק צום דאָ און איצט.
— זייער אינטערעסאַנט…, — האָב איך געענטפֿערט מיטן ניכטערסטן קול, וואָס כ׳האָב געקענט אַרויסבאַקומען פֿון זיך.

איך האָב געהאָפֿט, אַז דער לאַנגווײַל און גרינגשעצונג נעמען נישט איבער די מאַכט איבער די מוסקלען פֿון מײַן פּנים. איך האָב געהאָפֿט, אַז איך זע אויס פֿאַרטראַכט, אפֿשר פֿאַרטראָגן, ווי אַן עכטער קענער, וואָס האָט זיך ערשט אומגעקערט פֿון אַ קורצער און באַדײַטפֿולער אינטילעקטועלער נסיעה אין די טיפֿענישן פֿון אַ גאָר וואָגיק ווערק.

— איך רעכן אַרויסצוגעבן צען טויזנט עקזעמפּלאַרן פֿון דעם בוך, איבערגעזעצט אין ענגליש, פֿאַרשטייט זיך. דאָס וועט זײַן דער ערשטער שוואַלב, און ווײַטער וועט מען שוין זען.

מיס ראָדס האָט נישט געמאַכט חוזק. זי האָט נישט געשמייכלט און מײַן וווּנק מיטן קאָפּ, וואָס האָט זיך ממש געבעטן, האָט זיך פֿאַרזאַמט. איך האָב זיך געקראַצט די נאַקעטע גאָמבע, ווי געוואָלט דערמיט זאָגן: „גוט, גוט, פֿאַרוואָס נישט?‟

— קענסט נעמען אויף זיך די איבערזעצונג? איך וויל דאָס שענסטע און בעסטע פֿאַר מײַן טאַטנס ווערק.

איך האָב געשוויגן אַ ווײַל, אָבער די מחשבֿות האָבן גערעדט: זי וויל, איך זאָל איבערזעצן די קינדישע קאָמוניסטישע לידער? זי איז נישט בײַ די ריינע געדאַנקען, כ’לעבן. און פֿאַרוואָס זאָל זי טאַקע זײַן בײַ די ריינע געדאַנקען? זי קען זיך בפֿירוש פֿאַרגינען אַלע משוגעתן. זי האָט געלט, דאַכט זיך, איבערגענוג. לאָז זי זיך וואַרפֿן מיט אים ווי נאָר עס געפֿעלט איר. און די פּאָעזיע? ווערטער קען מען איבערזעצן אָבער שטימונג, געוווינהייטן, אײַנרעדענישן? וואָס טוט מען מיט דעם? ווי קומען „די זאַוואָדן‟ איבערן וואַסער? די גאַנצע מליצה אין די לידער קלינגט פּשוט לעכערלעך אין אַנקל סעמס מדינה.

גוט, אָבער די זאַוואָדן אין די לידער זענען נישט גלאַט פּראָסטע געבײַדעס; זיי זענען דאָך אַן אידעאַל, אַ שטרעבונג. אין אַמעריקע, למשל, טויג נישט צו שרײַבן „פֿאַבריק‟, ווײַל דאָס וואָרט אַליין טראָגט אין זיך אַ גאָר אַנדער באַטײַט. אפֿשר אַנשטאָט „אַרבעטן אין אַ זאַוואָד‟ קען מען זאָגן „צוטראַכטן נײַע טעכנאָלאָגיע‟.
אַנשטאָט „מי‟ — קאַריערע, אַנשטאָט „ליכטיקן מאָרגן‟ — אַ בעסערע וועלט.

דאָס ליד אויף „אַמעריקאַניש‟ האָט זיך שוין געשריבן בײַ מיר פֿון זיך אַליין:

די טעכנאָלאָגיע טראָגט אין זיך אַ געזאַנג
פֿון אַ בעסערער וועלט פֿון אַ שענערן הײַנט
אַ וועלט אַ קרומע וועט זי מתקן זײַן געשווינד
אויסגלײַך די פּלייצע, אויסשולן דאָס קינד

איך וועל נישט איבערזעצן גלאַט אַזוי; איך וועל איבערשרײַבן. מיט די נאַטור־לידער וועל איך זיך שוין געבן אַן עצה אַזוי צי אַנדערש. אויב איך וועל זיך האַלטן בײַם אַלטן נוסח, וועלן זיך די קאָמוניסטישע פּוסטע לאָזונגען גלײַך וואַרפֿן אין די אויגן און דער לייענער וועט זיך האַלטן בײַ די זײַטן. ניין, איך וועל איבערשרײַבן אַזוי, אַז דער אַמעריקאַנער לייענער וועט אַרויסלייענען די הײַנטיקע פּוסטע לאָזונגען און באַלעקן זיך די פֿינגער. איך וועל מאַכן פֿון יעקבֿ בערקאָוויטשן אַ גרויסן „וויזיאָנער‟, אַ נבֿיא פֿון טעכנאָלאָגישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרשריט.

— אַוודאַי וועל איך נעמען אויף זיך די עבֿודה, — האָב איך געמאָלדן מיס ראָדס, — דאָס וועט אַרויסקומען וווּנדערלעך!

זי האָט זיך שטאַרק דעפֿרייט און מיר האָבן געמאַכט אַ „לחיים‟ מיט די טעפּלעך קאַווע. איך האָב זיך נאָך נישט מיישבֿ געווען, צי כ׳זאָל צוגעבן אַן עפּילאָג, אַ מין „נאָך אַלעמען‟, כּדי צו לאָזן דעם לייענער וויסן, אַז ער דאַרף שטעלן פֿיס באַצײַטנס.

תּל־אָבֿיבֿ, ינואַר 2018

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s