אַהרון אַפּעלפֿעלד: אַ וואָרט נאָך אַלעמען
ס׳איז געשטאָרבן דער העברעיִשער שרײַבער אַהרון אַפּעלפֿעלד. ווען עס גייען אַוועק אַזעלכע מענטשן, דאַכט זיך מיר, אַז יעדער, וואָס בלײַבט, וואָלט געדאַרפֿט, כאָטש אויף אַ רגע, זיך אומקוקן, ווי עס טרעפֿט אין מיטן אַ געיעג איבערן לעבן, ווען מע דערפֿילט פּלוצעם, אַז עמעצער האָט דיך אַ ריר געטאָן בײַם אַקסל.
איך האָב געהאַט די זכיה זיך צו באַקענען מיט דעם גרויסן שרײַבער. געשען איז עס אין 1992, ממש אין די ערשטע וואָכן פֿון מײַן קומען קיין ישׂראל. אַראָפּגעבראַכט די משפּחה פֿונעם פֿלי־פֿעלד קיין מבֿשׂרת־ציון, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער אַבסאָרבציע־צענטער, האָבן מיר — מײַן שווער און שוויגער, מײַן פֿרוי און איך, און צוויי אונדזערע זין — פֿאַרנומען אַ באַזודערע דירה פֿון דרײַ שלאָף־צימערן, אַ „סאַלאָן‟ און אַ קיך.
דער שיינער ייִשובֿ געפֿינט זיך אַ פֿינף־זעקס קילאָמעטער פֿון ירושלים, אויפֿן וועג פֿון תּל־אָבֿיבֿ. דעמאָלט, ווען מיר האָבן דאָרט צײַטווײַליק געוווינט, זײַנען ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿונעם „צענטער‟ געווען די עולים פֿון עטיאָפּיע, געבראַכט אין 1984 נאָך דער אַפּעראַציע „משה‟. אַ געוויסע צאָל סירישע ייִדן, געקומען קיין ישׂראל מיט געהיימע וועגן. אַ הייפֿל ייִדישע פּליטים פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע און נאָך עטלעכע משפּחות פֿון די „רוסים‟, וואָס האָבן דערווײַל נישט געקאָנט, צוליב פֿאַרשידענע סיבות, זיך געפֿינען אַ סטאַבילע וווינונג אין לאַנד. צווישן זיי אויך די ייִנגערע טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער און ציוניסטישן טוער אין בעסאַראַביע זלמן ראָזענטאַל, מרים ראָזענטאַל־געליטשענסקי מיטן מאַן און זון.
אין אַ טאָג, אומקערנדיק זיך פֿון ירושלים, האָט מיר די שוויגער, גלײַך פֿון דער שוועל געמאָלדן, אַז ס׳האָט מיך געזוכט אַן עלטערער מענטש. זײַן נאָמען האָט ער נישט אָנגערופֿן, בלויז געפֿרעגט, צי עס וווינט דאָ אַ ייִדישער שרײַבער.
— ער האָט גערעדט ייִדיש? — האָב איך שוין געפֿרעגט.
— נו יאָ… — האָט זיך געחידישט די שוויגער, — וואָלט איך עס דען פֿאַרשטאַנען, ווען ער רעדט עבֿרית?
— און ער האָט נישט געזאָגט, וואָס ער וויל?— ניין… — און זי האָט זיך פּלוצעם צעשמייכלט, — ער האָט נאָר געפֿרעגט, צי איך בין דײַן ווײַב?…
מײַן שוויגערס שמייכל האָב איך פֿאַרטײַטשט אויף מײַן אייגענעם אופֿן: און טאַקע, צי קאָן דען אַ ייִדישער שרײַבער זײַן אין מײַן עלטער? מײַן איראָנישער אײַנפֿאַל האָט געפֿונען אַ באַשטעטיקונג אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דער אומבאַקאַנטער גאַסט איז ווידער געקומען „זוכן דעם ייִדישן שרײַבער‟. אויף זײַן קײַלעכדיק פּנים האָט זיך אויף אַ רגע קלאָר אָנגעצייכנט סײַ אַ חידוש און סײַ אַ ספֿק.
צי האָב איך דעמאָלט געהערט דעם נאָמען אַהרון אַפּעלפֿעלד? אַוודאי, ניין. די צענדליקער ביכער אויף רוסיש, וואָס די סוכנות־שליחים פֿלעגן אַרײַנברענגען און פֿאַרשפּרייטן צווישן די אַקטיוויסטן, זײַנען מערסטנס געווען וועגן ייִדישער געשיכטע, געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל, טראַדיציע, געוויסע ציוניסטישע פּערזענלעכקייטן און זעלטן ווען אַן איבערזעצונג פֿון אַ העברעיִשן קלאַסיקער, געמאַכט נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע. יעדנפֿאַלס, אַפּעלפֿעלדס אַ בוך איז צווישן דער געבראַכטער „ליטעראַטור‟ נישט געווען.
מיר האָבן שפּאַצירט אויף דער הויפּט־גאַס פֿונעם ייִשובֿ, וואָס פֿון אירע ביידע זײַטן האָבן זיך אויסגעשטעלט רײַכע קאָטעדזשן, ווי מע רופֿט עס אין ישׂראל. ווי כ׳האָב געהערט, זײַנען צווישן די באַלעבאַטים געווען חבֿרי־כּנסת, הויכגעשטעלטע מיליטער־לײַט, מיניסטאָרן, מיט איין וואָרט, די ישׂראל־עליט. מ׳האָט אַפֿילו אָנגערופֿן זייערע נעמען. אין איינעם פֿון די קאָטעדזשן האָט אויך געוווינט מײַן נײַער באַקאַנטער.
מילא, דער ישׂראל־איסטאַבלישמענט, אָבער די ישׂראל־אינטעלעקטואַלן, בפֿרט די העברעיִשע ברידער־שרײַבער, ווי אַזוי האָבן זיי געקאָנט זען, וואָס עס קומט אין לאַנד פֿאָר מיט ייִדיש און זיך מאַכן כּלא־ידע?!
מיר האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן זײַנע ערשטע פֿראַגעס צו מיר איז געווען, פֿון וואַנען קומט צו מיר די שפּראַך? כ׳האָב אַוודאי געוווּסט וועגן דעם ביטערן מצבֿ פֿון ייִדיש אין ישׂראל, און זיך נישט געלייגט קיין פֿייגעלעך אין בוזעם, מכּוח מײַן פּרנסה אין דער נײַער היים. אַפּעלפֿעלד איז געווען דער ערשטער העברעיִשער שרײַבער, מיט וועלכן כ׳האָב זיך געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים, און ס׳האָט אין מיר געקאָכט און זיך געריסן אין דרויסן די פֿראַגע, וואָס האָט מיר נישט געגעבן קיין רו: מילא, דער ישׂראל־איסטאַבלישמענט, אָבער די ישׂראל־אינטעלעקטואַלן, בפֿרט די העברעיִשע ברידער־שרײַבער, ווי אַזוי האָבן זיי געקאָנט זען, וואָס עס קומט אין לאַנד פֿאָר מיט ייִדיש און זיך מאַכן כּלא־ידע?!
בשעת־מעשׂה, האָט אַפּעלפֿעלד געפֿרעגט, צי איך קען נישט דעם שרײַבער יוסף בורג פֿון טשערנאָוויץ? זײַן אינטערעס דווקא צו יוסף בורגן איז מיר קלאָרער געוואָרן, ווען כ׳האָב זיך שפּעטער דערוווּסט, אַז אַפּעלפֿעלד אַליין שטאַמט פֿון טשערנאָוויץ, ירושלים ד׳בוקובֿינא. ער האָט מיר דערציילט זײַן געשיכטע אַרום די שפּראַכן; אַז אין דער היים האָט מען גערעדט נאָר דײַטש, בײַ די זיידע־באָבע — ייִדיש, און קיין ישׂראל, נאָך דער מלחמה, איז ער, אַ בחור, געקומען מיט אַ מישמאַש אין קאָפּ פֿון דײַטש, ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש — קיין וואָרט נישט אין עבֿרית.
— ייִדיש, אַ חוץ אינעם אוניווערסיטעט, האָב איך זיך געלערנט בײַ די חסידים אין מאה־שערים און אויף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון די קאָמוניסטן. כ׳פֿלעג ספּעציעל באַזוכן זייערע אַסיפֿות, ווײַל דאָרט האָט מען געקאָנט הערן אַ גוטן וועלטלעכן ייִדיש.
מײַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע האָט זיך געריסן פֿון מיר. כ׳האָב אָבער אָנגעהויבן פֿון דער ווײַטנס. געפֿרעגט:
— וואָס מיינט עס, צו זײַן אַ ישׂראלדיקער שרײַבער?
אַ ווײַלע האָט ער געשוויגן. נישט וואָס ער האָט זיך פֿאַרטראַכט; אויף זײַן גלאַט־אָפּגעגאָלט בלייך פּנים האָט אַ ציטער געטאָן אַן אָדער. זײַן קול, וואָס ביז אַהער האָט זיך עס געהערט רויִק, אָן אַ מידסטער אָנשטרענגונג, איז מיטאַמאָל האַרטער און העכער געוואָרן:
— איך בין נישט קיין ישׂראל־שרײַבער, כ׳בין אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער שרײַבער, וואָס שרײַבט אויף עבֿרית.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך דעם מיין פֿון זײַן זאָג דעמאָלט נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען. וואָס יאָ, כ׳האָב דערפֿילט אין דעם מאָמענט, אַז נישט אַפּעלפֿעלדן דאַרף איך אַדרעסירן מײַן טענה וועגן דער באַציִונג צו ייִדיש אין ישׂראל.
מיר האָבן זיך געזעגנט בײַם אײַזערנעם הויף־טירל פֿון זײַן הויז.
— מײַן פֿרוי און איך פֿאַרבעטן אײַך מיט דער פֿרוי צו זײַן אונדעזע געסט פֿרײַטיק צו נאַכטס…
זינט דעמאָלט זײַנען אַוועק אַ סך יאָר. אין דער צײַט האָבן נאָך עטלעכע און צוואַנציק ביכער פֿון אַהרון אַפּעלפֿעלד דערזען די ליכטיקע שײַן. איך דערמאָן זיך, ווי אין יענעם אָוונט צו גאַסט בײַ די אַפּעלפֿעלדס האָט מיך דער באַלעבאָס פֿון דעם שיינעם הויז אין מבֿשׂרת־ציון צוגעפֿירט צו אַ ביכער־שראַנק און שטיל, נאָר מיט שטאָלץ אַ זאָג געטאָן: „דאָס זײַנען מײַנע ביכער, וואָס זײַנען ביז אַהער דערשינען…‟
מײַן בליק האָט זיך געשאַרט איבער די ביכער־רוקנס, ווי אַ פֿאַרבלאָנדזשעט געשפּענסט פֿון אַן אַנדער וועלט. דווקא אין אָט די געציילטע רגעס פֿון מײַן צעמישטקייט און איבערראַשונג האָב איך זיך אַריבערגעטראָגן אין מײַן קינדשאַפֿט, ריכטיקער, אין יענעם טאָג, ווען מײַן מאַמע האָט מיך, איר זיבן־יאָריקן בכור, געבראַכט אין דער שטאָטישער קינדער־ביבליאָטעק, צו פֿאַרשרײַבן ווי אַ לייענער. איך בין געבליבן שטיין געפּלעפֿט צווישן די הויכע פּאָליצעס־ווענט, פֿאַרשטעלט מיט ביכער. אַזוי פֿיל ביכער האָב איך נאָך אין מײַן לעבן נישט געזען!
אין אַ מאָמענט האָב איך אַרויסגעריסן מײַן האַנט פֿון דער מאַמעס האַנט און אַרויסגעלאָפֿן אין דרויסן. די מאַמע האָט מיך אָנגעיאָגט און אַן אָנגעשראָקענע געפֿרעגט, וואָס איז מיט מיר פּלוצעם געשען? כ׳האָב זיך צעוויינט. כ׳האָב געכליפּעט און קוים אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך: „מאַמע… כ׳וועל דאָך קיין מאָל ניט… קיין מאָל די אַלע ביכער ניט איבערלייענען…‟
אַהרון אַפּעלפֿעלד האָט מיך אומגעקערט צוריק אין זײַן געראַמען סאַלאָן, באַהאָנגען מיט קונסט־בילדער.
— צום באַדויערן, האָט מען נאָך קיין איין בוך מײַנס נישט איבערגעזעצט ניט אויף ייִדיש און ניט אויף רוסיש, — האָט ער זיך ווי פֿאַרענטפֿערט, — אַנדערש וואָלט איך אײַך געשענקט אַ בוך.
כ׳האָב אים געענטפֿערט מיט די ווערטער פֿונעם ליד, וואָס דעמאָלט איז אונדז אָפֿט אויסגעקומען צו הערן אין אולפּן פֿון אונדזער עבֿרית־לערערין: „אין ברירה צריך ללמוד עבֿרית…‟
פֿעברואַר 2018, ברוקלין, ניו־יאָרק