לאַפּסוס־קאַקטוס — 6

מיר וועלן ממשיך זײַן אונדזער באַקאַנטשאַפֿט פֿון די אַזוי גערופֿענע קרובֿישע ווערטער, וואָס פֿון דרויסן זעען זיי אויס פֿאַרשיידנאַרטיק און קלינגען אַנדערש, אָבער האָבן אינערלעכע פֿאַרבינדונגען. צו מאָל אַזוי נאָענט, אַז עס ברענגט אַרײַן אַ פּלאָנטערניש און פֿאַרפֿירעניש.

אַלע בײַשפּילן וואָס איך ברענג ווײַטער, זײַנען גענומען געוואָרן פֿון די הײַנטיקע ייִדישע פּובליקאַציעס.

דערקענען און אָנערקענען

די אַרכעאָלאָגן האָבן דערקענט דאָס חשיבֿות פֿון די געפֿונענע חפֿצים.

ס׳איז כּלומרש קלאָר דער באַטײַט פֿונעם זאַץ; ס׳וואָלט אָבער געווען אין גאַנצן קלאָר און דײַטלעך, ווען ס׳וואָלט אין דעם זאַץ גענוצט געוואָרן דאָס קרובֿישע וואָרט „אָנערקענט‟.
די אַרכעאָלאָגן האָבן אָנערקענט דאָס חשיבֿות פֿון די געפֿונענע חפֿצים.

דערקענען און אַנטדעקן, אַנטפּלעקן

אין יאָר 1947 האָט מען אין די קומראַנער היילן דערקענט די מגילות פֿון ים־המלך.

אויך אין דעם זאַץ קאָן מען פֿאַרשטיין, וואָס עס מיינט דאָ דאָס וואָרט „דערקענט‟, כאָשט מיט אַ געוויסן אָנשטרענג. גאָר לײַכט און פּינקטלעך וואָלט געווען, ווען סע שטייט געשריבן:
אין יאָר 1947 האָט מען אין די קומראַנער היילן אַנטפּלעקט (אָדער אַנטדענקט) די מגילות פֿון ים־המלך.

דערקענען און דערוויסן זיך

איידער איך ברענג דעם פֿאָלגנדיקן מוסטער, מוז איך וואָרענען די לייענער מיט שוואַכע נערוון און רײַכער פֿאַנטאַזיע: זײַט גרייט!

דער שטאַרקסטער מאָטיװ איז דער באַגער צו דערקענען זײַן געשטאָרבענע באָבע.

איך רעד שוין נישט, אַז דער גאַנצער זאַץ דערמאָנט מיר אַ קאַליקע אויף קוליעס, אָבער צו האָבן אַ באַגער צו דערקענען זײַן געשטאָרבענע באָבע?!.. איך האָב דעם אײַנדרוק, אַז דער מחבר פֿון דעם זאַץ ווייסט, נעבעך נישט, דעם אמתן זין פֿונעם וואָרט „באַגער‟. וועל איך עס אים דערקלערן אויף ענגליש, אויף זײַן מאַמע־לשון: desire, passion, lust.
אין דער אמתן האָט געזאָלט זײַן:
דער שטאַרקסטער מאָטיװ איז (בײַ אים) געווען דער וווּנטש זיך צו דערוויסן (וואָס מער) וועגן זײַן (פֿאַר)שטאָרבענער באָבע.

דערקענען און אידענטיפֿיצירן

דער פֿאַרשפּרייטסטער באַנוץ פֿונעם וואָרט „דערקענען‟ איז בײַם טרעפֿן זיך און דערקענען איינער דעם אַנדערן. איר געדענקט דאָך דעם איראָנישן וווּנטש פֿון אַן אַלטן ייִד:
„אַבי מע טרעפֿט זיך, אַבי מע דערקענט זיך און מע רעדט נאָך צו דער זאַך!‟

* * *

צום סוף — אַ צאָל פֿאָלקסטימלעכע אויסדרוקן און זייערע דערקלערונגען אַרום אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון אונדזער קערפּער, ווי אַ „פֿוס‟:

אַבי אויף די פֿיס — עס מיינט, אַז מ׳איז שוין טאַקע אַלט און נישט גאָר געזונט, נאָר מ׳איז אַקטיוו.

זיך שטעלן אויף די פֿיס — עס מיינט, צו געפֿינען אַ תּכליתדיקן וועג אין לעבן.

זיך שטעלן אויף די פֿיסלעך, מיינט, צו זײַן קעגן, פּראָטעסטירן, פֿאָדערן…

שטעלן (מאַכן) פֿיס — אַנטלויפֿן, זיך ראַטעווען.

פֿאַלן פֿון די פֿיס — זײַן זייער מיד.

אונטערשטעלן אַ פֿיסל — אָנטאָן (ברענגען) בשתיקה, שטילערהייט שאָדן (אויף דעם קאַריערע־וועג, למשל)

און נאָך: אַ גלײַכווערטל, וואָס פֿאָדערט נישט קיין דערקלערונג:

אַ גוט ווײַב שטעלט אויף די פֿיס, אַ שלעכט ווײַב וואַרפֿט פֿון די פֿיס

אַ פֿריילעכן פּורים, טײַערע געסט פֿון „ייִדיש־בראַנזשע‟!

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s