(אָנהייב אין די נומערן פֿון אָקטאָבער, נאָוועמבער, דעצעמבער, יאַנואַר, פֿעברואַר)
יעווגעני קיסין
11
ווי מיר ווייסן שוין, פֿלעגט סטאַסיק, וואָס מע זאָל אים ניט געווען זאָגן, תּמיד טאָן און פּועלן אַזוי ווי ער האָט עס געוואָלט. יעדעס מאָל, ווען די מאַמע אָדער די באָבע איז געוואָרן אויפֿגערעגט, האָט ער געזאָגט מיט זײַן געוויינטלעכן כיטרע שמייכעלע אויפֿן פּנים: „באַרויִק זיך!‟ — און געטאָן, ווי ער פֿאַרשטייט. בלויז אין איין זאַך האָט סטאַסיק נאָכגעגעבן די מאַמע־באָבעס טענות: זיי האָבן בײַ אים געבעטן, ער זאָל זיך גיין לערנען אין הויכשול, וווּ ס’איז דאָ אַ מיליטערישע קאַטעדרע, כּדי ניט דאַרפֿן גיין אין דער אַרמיי. אַוודאי, קיין שום חשק צו דינען דער מלוכה האָט אונדזער העלד לחלוטין ניט געהאַט, נאָר ווײַל אַלץ איז אים געווען אינטערעסאַנט, וואָלט ער געווען אַ בעלן פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַן אַרמיי־דערפֿאַרונג. די מאַמע און די באָבע אָבער האָבן שרעקלעך מורא געהאַט פֿאַר דעם, וויסנדיק, ווי די עלטערע סאָלדאַטן אין דער אַרמיי, די אַזוי גערופֿענע „זיידעס‟, איזדיעקעווען זיך איבער די ייִנגערע סאָלדאַטן, און כּמעט מיט טרערן אין די אויגן אײַנגערעדט סטאַסיקן, ער זאָל זיי פֿאָלגן.
— נו, פֿאַר וואָס האָט איר מורא? — פֿלעגט סטאַסיק ענטפֿערן, — כ׳וועל איינעם ארײַנפֿאָרן אין פּרצוף אַרײַן, וועלן שוין די אַנדערע זיך ניט טשעפּען!
— איינעם וועסטו ארײַנפֿאָרן, און צען אַנדערע וועלן דיך צעהרגענען, — פֿלעגט די מאַמע טענהן ווײַטער, — טו, וואָס דו ווילסט, נאָר פֿון דעם באַפֿרײַ מיך, כ׳בעט דיך!
אויסער דעם פּשוטן נײַגער, איז געווען אויך אַן אַנדער סיבה, איבער וועלכער סטאַסיק האָט געוואָלט גיין אין דער אַרמיי: ס’האָט זיך אים שוין געוואָלט בכלל פֿאַרלאָזן די היים, און די אַרמיי וואָלט געווען דער בעסטער תּירוץ פֿאַר דעם. פֿון דעסטוועגן, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ איז די גרענעץ, ס׳וועט פֿאַרשאַפֿט דער באָבען און מאַמען האַרץ־ווייטיק, און ער האָט זיי געמוזט נאָכגעבן. ער איז אַוועק זיך לערנען אינעם אינסטיטוט פֿון טראַנספּאָרט-אינזשענירן, וווּ ס’איז דווקא געווען אַ מיליטערישע קאַטעדרע. אין דער זעלבער צײַט, איז סטאַסיק נאָך פֿעסטער געוואָרן אין זײַן כּוונה זיך ארויסרײַסן פֿון די היים־דלתּ אַמות. ס’איז אָבער געשען אַזוינס, וואָס האָט תּיכּף און אויף לאַנג פֿאַרקערעוועט זײַנע געדאַנקען אין גאָר אַן אַנדער ריכטונג; און כאָטש אין לעצטן סך-הכּל האָט עס געבראַכט צו דעם, אַז ער האָט טאַקע פֿאַרלאָזט די היים, איז עס פֿאָרגעקומען ווײַט ניט אַזוי, ווי ער האָט געהאַט זיך פֿאָרגעשטעלט.
בערך אין דער זעלבער צײַט האָבן אי די טאַטע–מאַמע, אי די באָבע–זיידע דײַטלעך דערקלערט סטאַסיקן, אַז פֿאַרווײַלן זיך קאָן ער מיט וואָסערע פֿרויען ער וויל, אָבער חתונה האָבן מוז ער נאָר מיט אַ ייִדיש מיידל. דאָ האָט אונדזער העלד ניט דערווידערט, נאָר גלײַך באַשלאָסן בײַ זיך, אַז בשעתן אויסקלײַבן זיך אַ כּלה, וועט ער זיך ניט באַגרענעצן אויף אַזאַ אופֿן.
סטאַסיק איז געוואָרן אַ הויכער, ברייטפּלייציקער בחור מיט קורצע, נאָר געדיכטע קאַשטאַנאָווע האָר און פֿאַרשײַטן בליק פֿון די גרויע אויגן. אַ חוץ מאַשען, האָט ער הנאה געהאַט אויך פֿון אַנדערע מיידלעך, וואָס האָבן כּמעט קיין שום שפּור אין זײַן נשמה ניט געלאָזט; נאָר ווען ער איז צום ערשטן מאָל געקומען אויף די לעקציעס אינעם אינסטיטוט… במשך פֿונעם גאַנצן טאָג האָט ער כּמעט ניט געהערט די לערערס, רק געוואָרפֿן בליקן אויף אַ קורס–חבֿרטע, אַ בלאָנדינקע מיט בלויע אויגן אויף איר קלוגן פּנים. אָנגעטאָן אין אַ פּשוט קליידל, האָט עס בולט באַטאָנט די ליניעס פֿון איר פֿיגור. זי האָט געהייסן נאַטאַשע איוואַנאָוואַ. סוף-כּל-סוף, האָט זי באַמערקט סטאַסיקס בליקן און געענטפֿערט מיט אַ שמייכל, וואָס האָט קיין שום ספֿקות ניט געלאָזט.

ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נאַטאַשע וווינט אין אַ שכנישן ראַיאָן: עטלעכע טראָלייבוס–אָפּשטעלן דרום–צו פֿון סטאַסיקס הויז. זיי האָבן אָנגעהויבן פֿאַרברענגען כּמעט די גאַנצע פֿרײַע צײַט צוזאַמען. נאָך נאַטאַשען האָט סטאַסיק אוכאַזשעוועט אויף אַן ערנסטן אופֿן; בלויז אין עטלעכע חדשים אַרום נאָך זייער באַקאַנטשאַפֿט האָט ער געבעטן בײַ איר אַ דערלויבעניש זי אַ קוש צו טאָן, און ניט מער. אין זײַנע שמועסן מיט נאַטאַשען האָט סטאַסיק פֿון מאָל צו מאָל אַרײַנגעשטעלט ייִדישע ווערטלעך, דערקלערנדיק זייער באַטײַט. „אין אײַער משפּחה רעדט מען ייִדיש?‟ — האָט נאַטאַשע בײַ אים געפֿרעגט. — „יאָ, אַוודאי‟, — האָט סטאַסיק באַשטעטיקט.
ביז איר באַקאַנטשאַפֿט מיט סטאַסיקן זײַנען נאַטאַשעס פֿאָרשטעלונגען וועגן ייִדן געווען גאָר אַבסטראַקט. ניט אין איר שול, ניט אין איר הויז, ווי אויך אין די שכנישע הײַזער, זײַנען קיין ייִדן ניט געווען. אין נאַטאַשעס משפּחה האָט מען קיין מאָל ניט באַהאַנדלט די נאַציאָנאַלע פֿראַגע, אַזעלכע זאַכן האָבן דאָרט קיינעם ניט געאַרט. אירע עלטערן און די באָבע זײַנען געווען פּראָסטע מענטשן און האָבן תּמיד סטימולירט נאַטאַשען זי זאָל זיך גוט לערנען, כּדי צו דערגרייכן מער פֿון זיי.
— ווילסט גיין אין ייִדישן טעאַטער? — האָט סטאַסיק איין מאָל פֿאָרגעלייגט.
— יאָ, — האָט נאַטאַשע מסכּים געווען, — כ׳האָב אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז אַזאַ טעאַטער איז דאָ…
— אַוודאי! — האָט סטאַסיק פֿאַרזיכערט זײַן חבֿרטע, הגם אויף אַן אמתן איז דאָס געווען ניט קיין טעאַטער, נאָר פּשוט אַ דראַמאַטישער אַנסאַמבל. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט סטאַסיק קיין איין פֿאָרשטעלונג זייערע ניט דורכגעלאָזט, זיך באַקענט מיטן רעזשיסער און אויסגעבעטן בײַ אים די טעקסטן פֿון אַלע זייערע ספּעקטאַקלען. דאָס מאָל האָבן זיי געשפּילט „דעם פֿאַרכּישופֿטן שנײַדער‟ לויט שלום–עליכמען, וואָס סטאַסיק האָט שוין געקענט אויף אויסווייניק און אַפֿילו געלייענט, קוים מיט צרות, אין אָריגינאַל: געפֿונען אין אַ ביבליאָטעק, וווּ ס׳זײַנען געווען ייִדישע ביכער.
— פּרעכטיק… אומגלייבלעך… — האָט נאַטאַשע זיך געחידושט, ווען זיי זײַנען אַרויס אין דרויסן נאָכן ספּעקטאַקל, — דער צאַפּ… און בכלל… כ׳האָב קיין מאָל ענלעכס צו דעם ניט געזען…
זיי האָבן לאַנגזאַם געשפּאַנט איבערן ברייטן פּראָספּעקט. די שנייעלעך האָבן געפֿינקלט אין דער שײַן פֿון הויכע לאַמטערנס, און דער סקריפּ פֿונעם שניי אונטער די פֿיס האָט זיך איבערגעמישט מיט דער אומגעוויינטלעכער מוזיק, וואָס האָט נאָך געקלונגען אין די אויערן. נאַטאַשע האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, געשוויגן עטלעכע רגעס און געזאָגט פֿאַרטראַכט:
— אַ שאָד, אַוודאי, וואָס איך פֿאַרשטיי ניט קיין ייִדיש וואָרט…
— ווילסטו איך זאָל דיך אויסלערנען? — האָט סטאַסיק געפֿרעגט.
נאַטאַשע האָט ווידער אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און מיט אַ פֿינקל אין די אויגן אַרויפֿגעקוקט אויף איר הויכוווּקסיקן קאַוואַליר: — יאָ!
… בערך אין אָנדערהאַלבן יאָר אַרום זײַנען סטאַסיק און נאַטאַשע געפֿאָרן אינעם מעטראָ. פֿאַרשיכּורט פֿון ליבע און פֿאַרכאפּט מיטן שמועס, האָבן זיי ניט באַמערקט די פֿאַרוווּנדערטע און אַפֿילו פֿאַרדעכטיקטע בליקן פֿון אַנדערע פּאַסאַזשירן.

— אויף וואָסער שפּראַך רעדט איר? — האָט זיך געווענדט צו זיי אַ מיטלוווּקסיקע פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן מיט אַ צורה, וואָס האָט געקאָנט געהערן סײַ צו אַ מעלקערין, סײַ צום סעקרעטאַר פֿון אַ פּאַרטיי–קאָמיטעט.
— אויף דער ייִדישער, — האָט נאַטאַשע געענטפֿערט מיט אַן אומשולדיק–גוטמוטיקן שמייכל.
— איר זײַט דען ייִ… ייִדן? — האָט די פֿרוי געפֿרעגט נאָך מער פֿאַרחידושט, קוקנדיק אויף נאַטאַשעס רונד פּנים און סטאַסיקס קורנאָסע נאָז.
— איך בין א ייִד! — האָט סטאַסיק פֿריילעך באַשטעטיקט.
— דערלעבט… — האָט גדלותדיק אַרויסגעבראַכן אַ שיינער באַריטאָן, וואָס האָט געהערט צו אַ קליינטשיקן מאַנספּאַרשוין פֿון אַ יאָר פֿופֿציק, אָנגעטאָן אין אַן אָנצוג מיט אַ האַלדזטוך און מיט גרויסע ברילן אויף דער נאָז, — ניט גענוג, וואָס זיי מאַכן קאַליע רוסישע מיידלעך, צווינגען זיי נאָך זייערע באַרישניעס צו ריידן אויף זייער זשידאָווסקע שפּראַך…
— ווי האָט איר די העזה? — האָט זיך אָנגעצונדן נאַטאַשע, נאָר איר אויסגעשריי איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אין סטאַסיקס געברום:
— וואָס האָסטו געזאָגט, דו, ניט–דערשלאָגענער פֿאַשיסט?!
דערפֿילט, אַז זײַן האַנט הייבט זיך ניט אויף אויף אַ מענטשן, וואָס איז כּמעט מיט צוויי קעפּ נידעריקער פֿון אים, האָט סטאַסיק באַשלאָסן צו האַנדלען אַנדערש. דער צוג איז גראָד צוגעפֿאָרן צו אַ סטאַנציע, האָט סטאַסיק, אונטערכאַפּנדיק דעם פּאַרשוין אונטער דער פּאַכווע, ווי אַ זאַק קאַרטאָפֿליעס, אַרויס מיט אים פֿונעם וואַגאָן. „אנו, לאָמיר גיין אין מיליציע!‟ — האָט סטאַסיק געברומט ווײַטער. נאַטאַשע האָט קוים באַוויזן ארויסלויפֿן נאָך אים.
— אָט, חבֿר מיליציאָנער, מיר האָבן געכאַפּט אַ פֿאַשיסט! — האָט סטאַסיק געמאָלדן.
זיי זײַנען זאַלבע דריט געשטאַנען אינעם מיליציע-צימער בײַ דער מעטראָ־סטאַנציע. דערהערט, מיט וואָס אייגנטלעך ס׳האָט זיך פֿאַרזינדיקט „דער פֿאַשיסט‟, האָבן די מיליציאָנערן געפּרוּווט וואָס גיכער פּטור צו ווערן פֿון אונדזערע יונגע העלדן. „גוט, מיר וועלן זיך שוין מיט אים פֿונאַנדערקלײַבן…‟
ס’האָט געקלונגען ווי סתּם אַן אויסרייד. נאָר מיט סטאַסיקן איז דער דאָזיקער נומער ניט דורכגעגאַנגען.
— קאַרל מאַרקס און יאַקאָוו סווערדלאָוו!… — האָט סטאַסיק געדונערט, פֿאַרטויבנדיק דעם רעש פֿון די אָנקומענדיקע און אָפּפֿאָרנדיקע צוגן. ער האָט אַוודאי ניט פֿאַרגעסן, וואָס מאַרקס האָט געהאַט געשריבן וועגן ייִדן, נאָר שוין געוווּסט, אַז פֿון אַ טויזנט מענטשן אויף דער גאַס וועט זיך ניט געפֿינען אַפֿילו איינער, וואָס זאָל געווען לייענען „דעם פֿאָטער פֿון אונדזערע אידעען‟.
— לענינס געבאָטן!… דער פּראָלעטאַרישער אינטערנאַציאָנאַליזם!… — האָט סטאַסיק געהאַלטן אין איין שרײַען, — וואָס האָט לענין געזאָגט? די שוואַרצמאהניקע קאָנטרע דאַרף מען צעשיסן!…
אויף אַן אמתן איז ער לחלוטין ניט געווען זיכער, אַז לענין האָט בכלל געהאַט געזאָגט עפּעס אַזוינס; פֿאַרקערט: לענין האָט די ייִדן ניט געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאָלק און געפּריידיקט, אַז זיי מוזן זיך אַסימילירן. נאָך מער, דער, וואָס רוקט אַרויס דעם לאָזונג פֿון ייִדישער נאַציאָנאלער קולטור, העלפֿט אַרויס די רבנים און בורזשואַזיע. קיין ספֿקות אָבער האָט אונדזער העלד ניט געהאַט, אַז די צוויי פֿאָרשטייער פֿון דער מאַכט, וואָס זיצן אַנטקעגן אים, ווי ס׳רובֿ סאָוועטישע מענטשן, האָבן קיין שום אַנונג ניט וועגן דעם, וואָס דער פֿירער פֿונעם וועלט-פּראָלעטאַריאַט האָט געזאָגט און ניט געזאָגט. זייער העכסט מזל וואָלט געווען, ווען לענין וואָלט געהייסן נעמען כאַבאַר.
— און אפֿשר איז ער אַ שפּיאָן?! — האָט סטאַסיק אָנגעוויזן אויף דעם ממש פּריטשמעליעט געוואָרענעם ייִדן–האַסער, — ווי האָט אונדזער פּראָלעטאַרישער פּאָעט מאַיאַקאָווסקי געשריבן? „דער בורזשוּי איז אַנטלאָפֿן פֿון ברעגן פֿון היגע און פֿאַרזונקען אין ענגלישן זאַמד, און עס גייט אים אין לעבן — אויף טויט צו צעקריגן די פֿעלקער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד!‟. וועמען דינט ער, דער ניט-דערשלאָגענער ווײַסגוואַרדייער?!
„דער ניט-דערשלאָגענער ווײַסגוואַרדייער‟ האָט, נעבעך, געפּינטלט מיט די אויגן. נאַטאַשע, דערשיטערט סײַ פֿון דעם, וואָס ס׳איז געשען אינעם וואַגאָן, סײַ פֿונעם בפֿירושן גלײַכגילט מצד די „השגחה–געבער‟ אויף דער אָרדענונג, האָט יעדעס מאָל, בשעת די קורצע פּויזעס צווישן סטאַסיקס טיראַדעס, אַן אויפֿגעבראַכטע אַרײַנגעשטעלט: „ס׳איז דאָך סקאַנדאַליעז! ס׳איז דאָך א בזיון!’’; און סטאַסיק האָט געהאַלטן אין איין שיטן פּעך און שוועבל:
— אַז אָך און וויי… — האָט נאַטאַשע שטיל באַשטעטיקט, ווען זיי זײַנען סוף-כּּל-סוף אַרויס אין דרויסן.
— טאַקע, נאַטאַשע, אזוי איז עס, — האָט סטאַסיק געענטפֿערט און אפֿשר צום ערשטן מאָל אין לעבן אַ זיפֿץ געטאָן.
זי האָט זיך צערטלעך צוגעטוליעט צו אים, און אַזוי זײַנען זיי געגאַנגען, פּאַמעלעך און לאַנג…
— הער, סטאַסיק, איך וויל פּישן, — האָט נאַטאַשע פּלוצעם געזאָגט, ווי געקומען צו זיך. זיי ביידע האָבן זיך אַרומגעקוקט, צי מע זעט ניט קיין קוסטעס דערנעבן.
— איז לאָמיר אַרײַנגיין צו מיר, ס׳איז בלויז פֿינף מינוט צו פֿוס! — האָט סטאַסיק פֿאָרגעלייגט. נאַטאַשע איז אַ ביסל צעמישט געוואָרן, נאָר סטאַסיק האָט זי אונטערגעכאַפּט אויף די הענט און אַוועקגעטראָגן.
די טיר האָט געעפֿנט דער טאַטע.
— דאָס איז מײַן קורס–חבֿרטע נאַטאַשע… — האָט סטאַסיק זיך אָנגערופֿן, — מיר האָבן דאָ איינעם אַן אַנטיסעמיט אין מיליציע אָפּגעפֿירט, און נאַטאַשע איז אַזוי צערודערט געוואָרן, אַז איר האָט זיך פֿאַרוואָלט אין טואַלעט. מעג זי אַרײַנגיין אויף אַ מינוטקעלע?
דעם טאַטנס אויגן האָבן געהאַלטן אין ווערן אַלץ גרעסער און גרעסער; זיי זײַנען אָבער שיִער ניט אינגאַצן אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן שטערן, ווען דאָס העלהאָריקע מיידל מיט אַ טיפּיש סלאַוויש פּנים האָט זייער בנימוסדיק זיך געווענדט צו אים אויף ייִדיש:
— שלום–עליכם, אַ גוטן אָוונט. איך הייס נאַטאַשע.
— זייער אָנגענעם… — האָט דער טאַטע אַ פֿאַרלוירענער אַ מורמל געטאָן אויף רוסיש, — קומט אַרײַן…
דאָ איז שוין אונטערגעקומען די מאַמע, און נאַטאַשע האָט זיך געוואָנדן צו איר מיט די זעלבע ווערטער:
— זדראַווסטוווּיטיע, נאַטאַשאַ [1], — האָט די מאַמע געענטפֿערט צעמישט.
— איך קען ריידן אויך ייִדיש, — האָט נאַטאַשע ווײַטער גערעדט, — סטאַסיק האָט מיך אויסגעלערנט.
— ע–ע–ע… נו, מי וואָאָבשטשע–טאָ גאָוואָרים פּאָ–רוססקי [2]… — די מאַמע האָט, אַוודאי, געוווּסט, אַז פֿון סטאַסיקן קאָן מען דערוואַרטן אַלץ, נאָר דאָ איז אַפֿילו זי מבֿולבל געוואָרן.
נאַטאַשע, פֿון איר זײַט, האָט זיך אויך פֿאַרלוירן און שעמעוודיק געזאָגט שוין אויף רוסיש:
— סטאַסיק האָט מיר געזאָגט, אַז אין אײַער משפּחה רעדט מען ייִדיש…
— נו, די באָבע–זיידע בײַ אונדז ריידן דאָך ייִדיש! — און סטאַסיק האָט גענומען פֿילבאַדײַטנדיק צוּווינקען פֿון הינטער נאַטאַשעס רוקן.
די באָבע–זיידע זײַנען שוין אויך געווען דאָ. נאַטאַשע האָט געקוקט אויף זיי און געזאָגט מיט אַ ניט–זיכערן קול:
— זדראַווסטוווּיטיע… שלום–עליכם… איך הייס נאַטאַשע…
ווען נאַטאַשע האָט זיך יענעם אָוונט אומגעקערט אַהיים, האָט זי דערציילט איר הויזגעזינד וועגן אַלץ, וואָס ס׳איז מיט איר אין יענעם טאָג געשען. נאַטאַשעס באָבע האָט גערעדט ווייניק, נאָר זייער וואָגיק, און איר וואָרט האָט תּמיד געהאַט אַן אויטאָריטעט אין דער משפּחה. האָט די באָבע שטרענג אַ קוק געטאָן אויפֿן אייניקל און געזאָגט, ווי געפּסקנט:
— נאַטאַלקאַ! זאַ יאַוורעיאַ וויכאָדי! [3] ער וועט ניט טרינקען. ער וועט דיך ניט שלאָגן. ער וועט ברענגען אַהיים דעם גאַנצן אַרבעטלוין — ניע טאָ, שאָ נאַשאַ פּיאַן! [4]
און ווען סטאַסיק נאָכן באַגלייטן נאַטאַשען, האָט זיך אומגעקערט אַהיים און געפֿרעגט: „נו, ווי געפֿעלט אײַך מײַן כּלה?‟, — האָט די באָבע רעוועקע שווער אַ זיפֿץ געטאָן, צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און געזאָגט:
— אָך, אַ שייגעץ… — זי האָט גוטמוטיק געשמייכלט, געקוקט אויף איר אייניקל מיט די אויגן, פֿול מיט ליבע, און צוגעגעבן:
— נאָך אַ מין י יִ ד י ש ע ר ש י י ג ע ץ !

ע פּ י ל אָ ג
סטאַסיק האָט איבערגעקערט אַ גלעזל משקה און פֿאַרביסן מיט קאָלבעס, גלײַך פֿונעם שטיק. נאָך קײַענדיק, האָט ער זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם טיש און אײַנגעשלאָסן דעם ראַדיאָ. ס׳האָט זיך דערהערט אַ פֿעסט מאַנצבילש קול:
— די ישׂראלדיקע אַגרעסאָרן זײַנען באַגאַנגען אַ נײַעם בלוטיקן פֿאַרברעכן…
— סטאַסיק, שליס אויס דעם גרילצער! — האָט נאַטאַשע געשריִען פֿונעם צימער, — דאָס קינד קען ניט אײַנשלאָפֿן!
סטאַסיק האָט גיך געפֿונען אַן אַנדער פּראָגראַם, און ס׳האָט זיך געדוכט, אַז סע האָט געהילכט די זעלבע שטים:
— אָנגעפֿירט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, גייען די פֿעלקער פֿון אונדזער היימלאַנד מיט זיכערע טריט צום קאָמוניזם…
— וועסט אויסשליסן דאָס דרער צי ניט?! — אין אַ פּאָר רגעס אַרום איז נאַטאַשע, אָנגעטאָן אין אַ כאַלאַט, אַרײַנגעקומען אין קיך.
— ווידער בײַסטו אָפּ פֿונעם גאַנצן שטיק?! — זי האָט געוואָלט ברוגז ווערן אויפֿן מאַן, נאָר ניט געקאָנט און געזאָגט מיט אַ שמייכל:
— שייגעץ!
— ניט סתּם אַ „שייגעץ‟, נאָר „אַ ייִדישער שייגעץ‟! — האָט סטאַסיק פֿאַרראָכטן זײַן ווײַב אויך מיט אַ שמייכל.
— קיש מיך אין תּחת! — האָט נאַטאַשע געזאָגט.
— אומבאַדינגט! — האָט סטאַסיק באַשטעטיקט, — אי אין תּחת, אי אין אַנדערע ערטער… מ–מ–ם!..
ביידע פֿענצטער פֿון דער איינצימערדיקער דירה אין אַ נײַעם צוועלפֿגאָרנדיקן בנין האָבן געלײַכט אין דער נאַכט. אין דער קיך האָט סטאַניסלאַוו בן–ישׂראל עטלער געזשליאָקעט משקה און פֿאַרביסן עס מיט חזיר–וווּרשט, און אינעם צימער האָט זײַן ווײַב, נאַטאַליאַ וואַסיליעוונאַ איוואַנאָוואַ, שטיל פֿאַרוויגט זייער פֿינף־חדשימדיק טעכטערל פּאָלינקע מיט אַ ייִדיש לידעלע:
און איך האָב דאָס קעסעלע גוט באַטראַכט,
און איך האָב דאָס אין אויוון אַרײַנגעקנאָקט.
און ס׳איז וואַרעם אין מײַן שטיבל,
האָט ניט קיין פֿאַראיבל,
טשירי–בירי–טשירי–בירי–באַם–באַם–באַם…
[1] זדראַווסטוווּיטיע (רוס.) — סאַלוט
[2] מי וואָאָבשטשע–טאָ גאָוואָרים פּאָ–רוססקי (רוס.) בדרך־כּלל ריידן מיר רוסיש
[3] זאַ יאַוורעיאַ וויכאָדי! (רוס.) — האָב חתונה מיט אַ ייִד
[4] ניע טאָ, שאָ נאַשאַ פּיאַן! (רוס.) — ניט אַזוי, ווי אונדזערע שיכּורניקעס