באָריס סאַנדלער
3 .טוריסטן און בעזשענצעס
אין יענע טעג, ווען די עמיגראַציע־כוואַליע האָט אָנגענומען כּוח, און טויזנטער מענטשן האָבן זיך געקליבן אין זייער נע־ונד, האָבן אין דער זעלבער צײַט אָנגעהויבן אָנצוקומען קיין מאָלדאָווע געסט פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין די אָנהייב 1970ער און שפּעטער האָבן די מענטשן פֿאַרלאָזט די היימישע ערטער פֿון זייער קינדשאַפֿט און יוגנט. זיי זײַנען שוין פֿעסט געשטאַנען אויף די פֿיס אין זייער נײַער היים, און דאָך האָט זיי אַהער געבראַכט צו פֿירן דער באַגער פֿון אָפּצופֿרישן דעם זכּרון, פֿון לעשן דעם בענקשאַפֿט־דורשט.

צווישן אַזעלכע געסט איז געווען מײַן בעלצער בן־עיר און ניסלס נאָענטער חבֿר, דער מאָלער לעאָניד פּינטשעווסקי. ס’איז שוין געווען טיף אין האַרבסט אַרײַן, און די גרויע טעג האָבן מיטגעשטימט מיטן אַלגעמיינעם געמיט פֿונעם מענטשלעכן אַרום.
לעאָניד איז געווען אָנגעטאָן אין אַ לאַנגן גאַבאַרדין־מאַנטל, דער האַלדז אַרומגעוויקלט מיט אַ רויטן שאַרף, פֿון פֿאָרנט באָמבלט זיך אויפֿן בויך אַ טײַערער פֿאָטאָאַפּאַראַט. מיט איין וואָרט, אַ טיפּישער אַמעריקאַנער טוריסט, וואָס נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק וואָלט זײַן עקסטראַוואַגאַנטער באָהעמישער אויסזען זיכער צוגעצויגן דעם אויפֿמערקט פֿון די „קאָמפּיטענטע זיכערהייט־אָרגאַנען‟. ס’איז קלאָר געווען, אַז אויך זיי, די דאָזיקע „אָרגאַנען‟, דער „שוץ און שווערד‟ פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, געפֿינען זיך אין אַ צײַטווײַליקער פֿאַרלוירנקייט און פֿאַרלעגנהייט; זיי ווייסן, נעבעך, אַליין נישט, וועמען צו דינען און וועמעס קאָמאַנדעס אויסצופֿירן — פֿון דער היגער נײַער מאַכט אָדער נאָך אַלץ פֿון דער מאָסקווער. דער שפּעטערדיקער מאָסקווער „אויגוסט־פּוטש‟ פֿון 1991 קעגן גאָרבאַטשאָווס „פּערעסטרויקע‟ האָט נאָך געהאַלטן בײַם אויסרײַפֿן זיך אין די געדערעם פֿון „קאַגעבע‟.
מיר, די פֿילמיר־גרופּע, האָבן אַזאַ געלעגנהייט נישט געקאָנט דורכלאָזן; אַזוי האָט זיך אינעם סצענאַר באַוויזן דער עפּיזאָד, וואָס האָט געקראָגן דעם נאָמען „אַ גאַסט אין בעלצער תּל־אָבֿיבֿ‟. דער וווין־קוואַרטאַל, אויפֿגעבויט אין צענטער פֿון בעלץ, אין די 1960ער יאָרן, איז באַשטאַנען פֿון איינטיפּישע פֿינפֿשטאָקיקע קאָאָפּעראַטיווע הײַזער. זײַן „ציוניסטישן נאָמען‟ האָט ער געקראָגן צוליב דעם, וואָס אין ס’רובֿ דירות פֿון אָט די הײַזער, האָבן זיך באַזעצט ייִדן. אין איינער פֿון אַזאַ דירה האָט פֿאַרן פֿאַרלאָזן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געוווינט אונדזער אַמעריקאַנער גאַסט, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, קליין טעכטערל, און זײַנע עלטערן.
ווי עס טרעפֿט בײַ אַן עכטן מאָלער, האָט זײַן שאַפֿערישער וועג אים פֿאַרפֿירט אין אַ זײַט פֿון דעם „גענעראַל־מאַגיסטראַל‟ מיטן נאָמען „סאָציאַליסטישער רעאַליזם‟. עטלעכע יאָר איז אָנגעגאַנגען זײַן קאַמף זיך צו דערשלאָגן אַן אַרויספֿאָר־וויזע פֿאַר זײַן משפּחה און עלטערן. און אָט, נאָך נײַן יאָר איז ער ווידער געקומען אין זײַן הויף. צוזאַמען מיט אים איז אַהער געקומען זײַן פֿרײַנד און תּלמיד, דער מאָלער שטעפֿאַן סאַדאָווניקאָוו. ביידע טראָגן זיי אין האַרצן אַ גרויסע ליבע צו בעלץ, אָדער ווי זיי האָבן עס גערופֿן, „בעלציאַנסטווע‟. אָט די אויסגעחלומטע בעלציאַנסטווע האָבן זיי אַריבערגעטראָגן אויף זייערע קינסטלערישע לײַוונטן.
פּינטשעווסקי שטייט אין מיטן דעם הויף לעבן אַ גרויסער בלויער קאָנסטרוקציע — אַ טויבנשלאַק. לעאָניד הייבט אָן רעדן אויף ענגליש. זײַן פּנים שמייכלט, אָבער אין די שוואַרצע אויגן, אין די ווינקעלעך, זעט מען קוים אָן טרערן. ער דערציילט נישט וועגן זײַן לעבן אין ניו־יאָרק, ער דערמאָנט זיך אין די יאָרן פֿון זײַן קינדשאַפֿט און יונגט.
— קיין בעלץ זײַנען מײַנע עלטערן אָנגעקומען פֿון דער עוואַקואַציע. איך בין דעמאָלט אַלט געווען פֿינף יאָר. אויף דער גאַס, וווּ מיר האָבן דעמאָלט געוווינט, האָבן אַלע קינדער גערעדט צווישן זיך ייִדיש. בײַם אָנהייב האָב איך זיך איבערגעשראָקן און זיך צעוויינט: „וואָס שרײַען זיי? וואָס קריגן זיי זיך‟ — האָב איך געכליפּעט. אָבער גאָר אין גיכן האָב איך זיך צו דעם צוגעוווינט און שוין אויך זיך געשפּילט מיט די קינדער אויף ייִדיש. ייִדיש האָב איך זיך אויסגעלערנט אויף דער גאַס. אין דעם „בעלצער תּל־אָבֿיבֿ‟ האָבן כּמעט אין אַלע דירות געוווינט מײַנע באַקאַנטע און פֿרײַנד. הײַנט וואָלט מען דאָ געקאָנט מאַכן אַ פּרעכטיקע קאָנצעפּטועלע אויסשטעלונג, אויב אַרויסהענגען אויף די אַלע גאַניקעס שילדלעך: „דאָ האָט געוווינט מאָניע ווײַנבוים‟, „דאָ האָט געוווינט זוניע פֿליישמאַן‟, „דאָ האָט געוווינט ניומע קאָרנבליט‟ און אַזוי ווײַטער. איך ווייס נישט, ווער עס וווינט דאָ הײַנט, אָבער הײַנט זײַנען די טיר־און־פֿענצטער פֿאַרמאַכט פֿאַר מיר…
(ער רופֿט צו זיך צו זײַן פֿרײַנד, שטעפֿאַן סאַדאָווניקאָוו.)
— דו האָסט מיר פֿריִער, שטעפֿאַן, דערציילט זייער אַ טשיקאַווע געשיכטע וועגן דעם ריזיקן טויבנשלאַק, דערצייל עס אויך אינעם פֿילם פֿאַר די קומעדיקע דורות.
— ווען מ’האָט דאָ געבויט אָט דעם טויבנשלאַק, האָבן מענטשן זיך געחידושט, פֿאַר וואָס איז ער אַזוי גרויס. ממש אַן עגיפּטישע פּיראַמידע. לאָזט זיך אויס, אַז אינעווייניק איז געמאַכט געוואָרן אַ מין בונקער, וווּ די ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין די אַרומיקע דירות, האָבן דאָרט צונויפֿגעקלאַפּט קאַסטנס און זיך געפּאַקעוועט צום אַוועקפֿאָרן…
שטעפֿאַן סאַדאָווניקאָוו איז געווען אין אונדזער פֿילם דער מאָלער. זײַנע בילדער מיט ייִדישע מאָטיוון האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ באַזונדערע וואַרעמקייט און בענקשאַפֿט נאָך דער אַמאָליקער שטאָט בעלץ מיט איר אייגנאַרטיקן גאַסן־געבוי און בעסאַראַביש־רומענישער אַרכיטעקטור; זײַנע בילדער זײַנען אַ געמאָלטע לעגענדע וועגן אַ נעלם געוואָרענער שטאָט מיט מאָדנע ייִדישע פּאַרשוינען. ווען ס’איז געקומען זײַן צײַט, האָט ער אויך עמיגרירט קיין רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין מאָסקווע. אין 2011 האָט ער אַרויסגעלאָזט אויף רוסיש אַ בוך קינסטלערישע זכרונות, שיין אילוסטרירט מיט זײַנע בילדער. עס הייסט, „אויגן איבערגעקערט אין הימל‟.
ווי געזאָגט, האָבן קיין געסט פֿון אויסלאַנד נישט אויסגעפֿעלט אין יענע גרויע טעג 1990. עס זײַנען אָבער אָנגעקומען קיין מאָלדאָווע אויך אַנדערע „געסט‟. צו זיי וואָלט מער געפּאַסט דאָס וואָרט „פּליט‟ אָדער דאָס פֿאַרגעסענע — „בעזשעניעץ‟. נישט צו פֿאַרווײַלן זיך און אַ קיצל צו טאָן זייערע נאַסטאַלגישע געפֿילן זײַנען אָט די מענטשן געקומען; זיי זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון אַ שרעקלעכער סכּנה, פֿון די אַזוי גערופֿענע „צווישן־נאַציאָנאַלע קאָנפֿליקטן‟, וואָס האָבן אָנגעהויבן אָנצונעמען כּוח אין פֿאַרשידענע ווינקלען פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס זײַנען געווען בולטע סימנים, אַז די מעכטיקע קאָמוניסטישע אימפּעריע האַלט שמאָל. אין מאָלדאָווע האָט מען עס אויך פֿאַרזוכט, נאָר אַ ביסל שפּעטער, צווישן דעם לינקן און רעכטן נעסטער־ברעג, צווישן די פּראָ־רוסישע און פּראָ־רומענישע נאַציאָנאַליסטן.

דער פּליט מיטן נאָמען אַריק, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז אויסגערעדט זײַן האַרץ, איז אַנטלאָפֿן פֿון דער שטאָט באַקו, אַזערבײַדזשאַן. מיט דעם יונגערמאַן, האַלב אַרמענער, האַלב ייִד, האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין אַ שמוציקן ווינקל, זעט אויס אַ קיך, מיט אַ גאַז־פּליטע און אַ שמאָל טישל, פֿאַרשפּרייט מיט אַן אָפּגעריבענעם צעראָטע־טישטעך. ער האָט זיך געקליבן טרינקען טיי, נאָר איידער ער האָט עס געטאָן, האָט ער פֿאַררייכערט אַ ציגאַרעט און אָנגעהויבן זײַן ווידוי.
די סיטואַציע איז זייער אָנגעגליט געוואָרן. עס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט טויזנטער קלאַנגען — פּאָגראָמען דאָ, פּאָגראָמען דאָרט. איינעם האָט מען דערהרגעט, דעם צווייטן — פֿאַרברענט… מער וואַרטן האָט מען שוין נישט געקאָנט. מיר האָבן באַשלאָסן צו פֿאָרן. אין וועג האָבן מיר געהאַט זיך אָפּגעשטעלט בײַ עטלעכע קאָנטראָל־פּאָסטן, אָבער מ’האָט אונדז באַלד דורכגעלאָזט. אויף איינעם האָט מען אונדז פֿון דעסטוועגן פֿאַרהאַלטן. דער מצבֿ איז געוואָרן זייער קאָמפּליצירט. ס’איז דערגאַנגען דערצו, אַז די מאַמע האָט געמוזט ווײַזן אירע דאָקומענטן און דערווײַזן דעם פּאַטראָל איר ייִדישן אָפּשטאַם; אַז מיר זײַנען אַלע ייִדן, נישט אַרמענער. אין מײַן פּאַס און אינעם פּאַס פֿון מײַן שוועסטער איז געווען אָנגעוויזן, אַז מיר זײַנען לויט דער נאַציאָנאַליטעט אַרמענער. אין יענע יאָרן, ווען איך האָב באַקומען מײַן פּאַס, אין 1973, האָט מער געלוינט צו פֿאַרשרײַבן זיך ווי אַן אַרמענער, איידער אַ ייִד. אַפֿילו אין אַזאַ רעפּובליק ווי אַזערבײַדזשאַן, וווּ צו די ייִדן האָט מען זיך באַצויגן גוט.
אונדזער ייִדישער אָפּשטאַם פֿון דער מאַמעס צד, האָט פֿאַקטיש געראַטעוועט אונדזערע לעבנס.
נאָך דרײַ טעג פֿאָרן זײַנען מיר אָנגעקומען קיין קעשענעוו. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז כאָטש דאָ איז רויִק און שטיל. איז אָט, גיט אַ קוק אין דער צײַטונג פֿון נעכטן: „אין מאָלדאָווע ווערט אַלץ הייסער‟. איך לייען און ווייס שוין נישט וואָס צו טראַכטן?! איך שטעל זיך אין גאַנצן נישט פֿאָר: ווער איך בין איצט? פֿון דעם טאַטנס צד בין איך אַן אַרמענער. פֿון דער מאַמעס — אַ ייִד. וווּאַהין זאָל איך זיך אַהינטאָן? וווּאַהין זאָל איך גיין און וווּ איז מײַן היים?..
דער פּליט אַריק, ווי אויך טויזנטער אַנדערע פּליטים פֿון אַזערבײַדזשאַן זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם קאָנפֿליקט צווישן די נאַציאָנאַליסטן פֿון צוויי שכנותדיקע, דערווײַל נאָך סאָוועטישע רעפּובליקן, אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן, איבער דעם ראַיאָן באַרג־קאַראַבאַך, וואָס האָט צו יענער צײַט געהערט צו אַזערבײַדזשאַן. אין יאָר 1813 איז דער שטח פֿון באַרג־קאַראַבאַך אַרײַן אין די גרענעצן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. די אָרטיקע באַפֿעלקערונג איז דעמאָלט באַשטאַנען ס’רובֿ פֿון די קאַווקאַזער מוסולמענער. אײַנצושטעלן אַ באַלאַנס, זײַנען אַהין פֿון אַרמעניע בגוואַלד אַרײַנגעבראַכט געוואָרן עטלעכע הונדערט קריסטלעכע משפּחות. אַזוי איז אין יענער געגנט צעבלאָזן געוואָרן דאָס אימפּערישע פֿײַער פֿון שׂינאה און מענטשנהאַס.
סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז אויך בעסאַראַביע, אַ דרום־פּראָווינץ אין דער רוסישער אימפּעריע, געוואָרן אַן עקספּערימענטאַלע לאַבאָראַטאָריע צו קולטיווירן מענטשנהאַס, ווי אַ מיטל צו קעמפֿן מיט די קעגנער פֿון דער צאַרישער מאַכט, וואָס איז אַליין געווען אומבאַהאָלפֿן צו לייזן די אינערלעכע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. האָט די מאַכט עס געטאָן אויפֿן חשבון פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. קעשענעוו איז אין יענער צײַט געוואָרן אַ פֿרוכטלעכער באָדן פֿאַר די קעגנער פֿון צאַרישן רעזשים. אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן. קיין בעסערע „סחורה‟ אויסצוניצן אין איר קאַמף קעגן „רעוואָלוציאָנערן‟ די דורותדיקע פּראָוואַסלאַוונע שׂינאה צו ייִדן, די בלוטזויגער אויפֿן לײַב פֿון קריסטלעכן פֿאָלק, איז שווער געווען צו געפֿינען. נאָך אַ געוויסער צוגרייטונג, דורך דער שוואַרץ־מאהניקער פּרעסע, אין שפּיץ מיטן פּאַטאַלאָגישן אַנטיסעמיט פּאַוואָלאַקי קרושעוואַן, האָט דער שיכּורער המון זיך אַ לאָז געטאָן אין די אָרעמע קוואַרטאַלן פֿון קעשענעוו.

דאָס הויז נומער 13. אַ מיטל־יאָריקע ייִדענע, אויסגעפּוצט לכּבֿוד אונדזער קומען אַהער „צו מאַכן מיט איר קינאָ‟, גיט אונדז איבער די קנאַפּע ידיעות, וואָס זי האָט געוווּסט וועגן דער געשיכטע פֿון אָט דעם הויז:
— דאָ איז אַמאָל געווען אַ גרויסער הויף. אַ האַלבן הויף האָבן מײַנע עלטערן געקויפֿט בײַ אַ גוי. אָט אין דעם הויז וווין איך מיט מײַן מאַן, און דאָ לעבן אונדז, האָט געוווינט אַן אַלטער ייִד פֿון עטלעכע און אַכציק יאָר. ער האָט טאַקע אונדז דערציילט, אַז אין דעם הויף איז געווען אַ גרויסער פּאָגראָם. וווּ איז ער איצט? ער איז אַרויסגעפֿאָרן מיט זײַן זון קיין אַמעריקע. ער האָט דאָרט אַ טאָכטער…
אין זײַן נאָטיץ „דאָס הויז נומער 13‟ האָט דער רוסישער שרײַבער וולאַדימיר קאָראָלענקאָ געשריבן באַלד נאָכן פּאָגראָם: „דעם 6טן אַפּריל 1903, אינעם לעצטן טאָג פֿון דער גרויסער קריסטלעכער חגא פּאַסכאַ האָבן זיך אין דער שטאָט אָנגעהויבן פּאָגראָמען. די צעגראָמירונג איז געווען אין פֿולן ברען. די שויבן צעזעצט און די פֿענצטער אַרויסגעריסן. די הרובעס צעשמעטערט. דאָס מעבל און געפֿעס צעבראָכן אויף שטיק־שטיקלעך. די צעריסענע ספֿרים האָבן זיך געוואַלגערט איבערן הויף און אַרום דעם הויז.
„צווישן דעם ווילדן גיהנום, אָנגעפֿילט מיט קנאַלן, בראַזגן, מעשוגהנעם געלעכטער און שוידערלעכע געשרייען פֿון פּחד, האָט שוין אין די רוצחים אויפֿגעזאָטן דער דורשט צו בלוט. אינעם הויז נומער 13 האָט דער המון דערהרגעט אומבאַהאָלפֿענע ייִדן. דערהרגעט פּאַמעלעך, אין מיטן דעם טאָג אין אַ שטאָט מיט מענטשן, ווי ס’וואָלט געווען אין אַ פֿינצטערן וואַלד.
“מאיר־זעלמאַן ווײצמאַן איז פֿאַרן פּאָגראָם געווען בלינד אויף איין אויג. בעת דעם פּאָגראָם האָט אַ קריסטלעך ייִנגל אויסגעזעצט אים דאָס צווייטע אויג. שפּעטער האָט דאָס ייִנגל זיך באַרימט, אַז ער האָט עס געטאָן מיט אַן אײַזערנעם געוויכט, צוגעבונדן צו אַ שטריקל…‟
המשך קומט