זיסל סלעפּאָוויטש איז הײַנט איינער פֿון די אַקטיווסטע און פּאָפּולערסטע מוזיקאַלישע טוערס אויף דער ייִדישער גאַס אין אַמעריקע. אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע פּערזענלעכקייט, איז ער באַשעפֿטיק און אַנגאַזשירט סײַ ווי אַ מוזיקאָלאָג, סײַ ווי אַ קלאַרנעטיסט און פּיאַניסט, און סײַ ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון צוויי באַקאַנטע מוזיקאַלישע כּלי־זמר־גרופּעס “ליטטוואַקעס” און “מינסקער קאַפּעליע”. אויב ס׳איז ווייניק, איז זיסל אויך אַ טאַלאַנטירטער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיק־אָראַנזשירער.