
איז דאָס צווייטע בוך פֿון יעווגעני קיסין, וואָס איז לעצטנס דערשינען בײַם פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟. די אויסגאַבע שליסט אײַן דערציילונגען, דעם ציקל „פּאָלעמישע נאָטיצן‟ און צוויי טאָג־ביכער: „אַזיאַטישער טאָגבוך‟ (2018) און „דאָס מאַריענבאַדער טאָגבוך‟ (2019). אינעם בוך קאָן מען זען זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿונעם מחבר בעת זײַנע קאָנצערט־טורנעען אין דרום־קאָרעע, טײַוואַן און האָנג־קאָנג; ווי אויך אויפֿן באַרימטן קוראָרט, וווּהין ס׳פֿלעגט קומען זיך היילן „אויף די וואַסערן‟ די גרעסטע אייראָפּעיִשע פּערזענלעכקייטן.
צו באַשטעלן דאָס בוך: https://www.amazon.com/gp/product/1937417905/ref=ewc_pr_img_1?smid=ATVPDKIKX0DER&psc=1