דער שרײַבער יואל מאַטוועיעוו איז גוט באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער. זײַנע אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס‟, אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ און אין אַנדערע ייִדישע אויסגאַבעס זײַנען רײַך מיט אינפֿאָרמאַציע און וויסן אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן — ייִדישקייט, פּאָפּולערע וויסנשאַפֿט, געשיכטע, פֿאָלקלאָר וכדומה. אין זײַן אויטאָגראַף פֿאַר „ייִדיש בראַנזשע‟ אַנטפּלעקט אונדז יואל נאָך איין זײַט פֿון זײַן ליטעראַרישן טאַלאַנט — פּאָעזיע. ער לייענט זײַנע אייגענע לידער און די לידער, איבערגעזעצט פֿון רוסיש און ליטוויש.