יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ איז געבוירן געוואָרן אויפֿן ווײַטן מיזרח אינעם ייִשובֿ כינגאַנסק אין אַ רוסישער היים. באַקומען אינעם ביראָבידזשאַנער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט איר העכערע בילדונג אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון ענגליש און ייִדיש, האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. ביזן יאָר 2011 האָט זי רעדאַגירט אויף ייִדיש און רוסיש די מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט דער קולטור, טראַדיציע און געשיכטע פֿון ייִדן אין דער געגנט, ווי אויך אין דער שטאָט כאַבאַראָווסק. אינעם זעלבן יאָר איז יעלענאַ געוואָרן די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער אויסגאַבע.
אַ סך צײַט גיט סאַראַשעווסקאַיאַ אָפּ פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, וואָס זייער ציל איז אָפּצוהיטן און אַנטוויקלען ייִדיש אין דער ייִדישער געגנט. אַזוי, למשל, האָט זי געשאַפֿן דאָס לערנבוך „ייִדיש פֿאַר אָנהייבער‟. זי האָט איבערגעזעצט אויף רוסיש אַ היפּשע צאָל דאָקומענטן פֿונעם מלוכישן אַרכיוו אין ביראָבידזשאַן, ווי אויך אייניקע ווערק פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש און באָריס סאַנדלער.
זי באַטייליקט זיך אָפֿט אין דער ביראָבידזשאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „ייִדישקייט‟.