נח באַרעראַ איז אַ ייִדישער לערער, שרײַבער, איבערזעצער, און תּוכן־פּראָדוצענט
אויף יוטוב. אַ קאַליפֿאָרניער, האָט ער זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין
אוניװערסיטעט, װוּ ער האָט שטודירט ייִדישע לימודים. ער האָט זיך דרײַ מאָל געלערנט אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִװאָ אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל
װײַנרײַך און איז שפּעטער געװאָרן אַ לערער. זײַן
אַקאַדעמישע איבערזעצונג, צוזאַמען מיט נתנאל דויטשן, פֿון אַבֿרהם רעכטמאַנס
עטנאָגראַפֿישע זכרונות װעגן דער אַנ־סקי־עקספּעדיציע, װעט באַלד אַרויס פֿון
אינדיאַנאַ אוניװערסיטעט.