
אין דעם „וואָרט פֿריִער‟ צום בוך שרײַבן שבֿע־איטע צוקער:
ווי דער רעדאַקטאָר פֿון „אויפֿן שוועל‟, אַ זשורנאַל, וואָס איז שוין כּמעט אַכציק יאָר אַלט און איז שטענדיק געווען אויף דעם העכסטן שפּראַכיקן און אינטעלעקטועלן ניוואָ, האָב איך געהאַט זעלטענע שאַפֿערישע און אינטעלעקטועלע מעגלעכקייטן. איך האָב געהאַט די זכיה צו אַרבעטן מיט די לעצטע שרײַבערס פֿונעם עלטערן דור ווי, למשל, אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, יאָני פֿײַן, יחיאל שרײַבמאַן און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. דערצו האָב איך געקענט אויסקלײַבן טעמעס פֿאַר יעדן נומער, וואָס אינטערעסירט מיך און געקענט שרײַבן ווען און וויפֿל איך האָב געוואָלט. דאָס ביכל קלײַבט צונויף מײַנע „שרײַבעכצער‟ (ווי איך און דער גראַפֿיקער פֿונעם זשורנאַל, יאַנקל סאַלאַנט, פֿלעגן זיך וויצלען איידער איך האָב באַשטימט דעם טיטל), געדרוקטע „אויפֿן שוועל‟ במשך די פֿופֿצן יאָר, ווי אויך אַ פּאָר אין אַנדערע ערטער…
פּרײַז: 15 דאָל.
פּאָסטגעלט לאָזט מען וויסן נאָך דעם ווי מע באַשטעלט דאָס בוך אויפֿן אַדרעס: