דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ אין בוענאָס־אײַרעס איז גוט באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, ווי אַ פּרעכטיקער לערער פֿון ליטעראַטור און אַן אַקטיווער קולטור־טוער בײַ זיך אין לאַנד. צו זײַנע לעקציעס האָבן זיך צוגעהערט די סטודענטן פֿון אַ סך זומער־פּראָגראַמען, דורכגעפֿירט אין ווילנע, פּאַריז, ניו־יאָרק און אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט. לעצטנס קאָן מען אים הערן אויף די ווירטועלע לעקציעס, געפֿירט פֿון אַרבעטער־רינג.
אין זײַן אויטאָגראַף דערציילט ליכטענבוים וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן פּאָעט משה פּינטשעווסקי, וואָס האָט אָנגעהויבן זײַן פּאָעטישן וועג אויף די פֿעלדער פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער קאָלאָניזאַציע.