אויטאָגראַף — מרדכי יושקאָווסקי

מרדכי יושקאָווסקי איז געבוירן אינעם שטעטל קראַסנע לעבן וויניצע (אוקראַיִנע). שטודירט עקאָנאָמיע אין מאָסקווער טראַנספּאָרט-אוניווערסיטעט. פֿון 1986 געדרוקט אַרטיקלען און דערציילונגען אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וווּ ער האָט דערנאָך געאַרבעט.

אין 1989 עולה געווען קיין ישׂראל; אין 1997 — געקראָגן אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישער ליטעראַטור בײַם בר-אילן אוניווערסיטעט. אין משך פֿון 17 יאָר אָנגעפֿירט מיט זומער-סעמינאַרן „ייִדיש און ייִדישקייט‟ אין מיזרח-אייראָפּע. אין משך פֿון 14 יאָר (2001־2014) געאַרבעט ווי דער אינספּעקטאָר פֿון ייִדיש-לימוד אינעם בילדונגס-מיניסטעריום.

פֿון 2014 — אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָלן ייִדיש-צענטער אין ווילנע, געשאַפֿן בײַם ייִדישן וועלט-קאָנגרעס. יושקאָווסקי האָט אויפֿגעשטעלט אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון ישׂראל אַ ברייטע נעץ קורסן פֿון ייִדישער ליטעראַטור, אין וועלכע עס שטודירן אַרום 2500 מענטשן אַ יאָר.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s