פֿון אונדזער עזבֿון: טבֿיה גען (1912־2003)

20180128_094544דער שרײַבער טבֿיה גען איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל שאַדאָוו, ליטע. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די משפּחה אַריבערגעפֿאָרן קיין מאַריופּאָל, אוקראַיִנע. נאָכן פֿאַרענדיקן די ייִדישע שול, האָט ער זיך געלערנט אינעם כאַרקאָווער ייִדישן מאַשינבוי־טעכניקום, דערנאָך פֿאַרענדיקט דעם ייִדישן אָפּטייל בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ גען האָט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. זיך אומגעקערט פֿון ווײַטן מיזרח, האָט ער זיך באַזעצט אין מאָסקווע. ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, איז ער אַוועק אויפֿן פֿראָנט. נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג האָט מען אים דעמאָביליזירט, און ער האָט זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע.

זײַנע ערשטע דערציילונגען זײַנען דערשינען אין 1930. די הויפּט־טעמעס פֿון זיי איז דעמאָלט געווען דאָס לעבן און שטייגער, די פּסיכאָלאָגיע פֿון דער סטודענטשאַפֿט, אַרבעטער און געלערנטן. פֿאַר דער מלחמה האָט גען באַוויזן אַרויסצוגעבן 2 ביכער. דאָס דריטע ביכל („דאָס פֿאַרבליבענע העפֿטל‟) איז דערשינען אין 1944.

נאָכן איבעררײַס, צוליב די סטאַלין־רעפּרעסיעס, האָט טבֿיה גען זיך ווידער אומגעקערט צו ייִדיש, אַ דאַנק דעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. דאָרט, במשך פֿון איבער דרײַסיק יאָר דערשײַנען זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען. אין זײַנע ווערק האָט ער געשילדערט דאָס ייִדישע לעבן אין דער גרויסער שטאָט. צום ערשטן מאָל איז אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַוועק די רייד וועגן עלעקטראָניק, טעכנישע דערפֿינדונגען, וועגן וויסנשאַפֿטלער און זייערע פֿאָרשונגען, עקספּערימענטן און פּראָדוציר־פּראָצעסן.

פֿאַר גענס רעאַליסטישן סטיל זײַנען כאַראַקטעריסטיש באַשיידענע דערציילונגס־מאָנירן און לײַכטער הומאָר. אין דער טיפֿער עלטער איז דער שרײַבער עולה געווען קיין ישׂראל, וווּ ער איז געשטאָרבן אין בת־ים.

לייענט אַ דערציילונג פֿון טבֿיה גענס בוך „אונדזערע צײַטן‟ (פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, מאָסקווע, 1972)

ייִדישע ביכער

וואָס איז בעסער — אַ גלאָז ניסלעך, צי אַ הײַפֿל אוריוק [1]? יאָסל פּינטשעוו אַן עלף־יאָריק ייִנגל, וויל, געוויינטלעך, סײַ דאָס, סײַ יענץ, נאָר דאָס ביסל מינץ־געלט, וואָס ער האָט אין קעשענע, וועט אויף די ביידע געשמאַקע זאַכן ניט סטײַען. יאָסל מאַמע אַרבעט אינעם ניי־אַרטעל „פּאָבעדאַ‟ (זיג), און יעדעס מאָל, ווען ער בעט בײַ איר געלט צו קויפֿן נאַשערײַ אויפֿן מאַרק, האָט זי צו אים אַ טענה:
— בײַ דיר איז נאָר „גיב און גיב!‟, וווּ זאָל איך דיר נעמען? אַ דערוואַקסן ייִנגל זאָל ניט וועלן וויסן, ווי שווער עס קומט אָן דער גראָשן.

киргизия,базар
עלאַ מײַלאַרט: דער מאַרק אין אַ קירגיזיש שטעטל אין די מלחמה־יאָרן

סוף־כּל־סוף גיט זי, אָבער אַזוי ווייניק, אַז ס׳איז כּמעט ווי גאָרניט. אַרומדרייענדיק זיך איצט צווישן די טישן אויפֿן מאַרק, האָט יאָסל געהאַט אַ האָפֿענונג, אַז ס׳וועט אפֿשר ווערן אַ בוראַן, ניט אַזאַ גרויסער בוראַן, וואָס וואַלגערט אום ביימער און רײַסט אַראָפּ דעכער פֿון די הײַזער, נאָר אַ בוראַנטשיק. דאָ, אין קירגיזיע, טרעפֿט, אַז אין משך פֿון פֿופֿצן מינוט קאָן ווערן אַן איבערקערעניש; דער הימל, וואָס האָט אָקאָרשט העל געלויכטן, ווערט מיט אַ מאָל פֿאַרצויגן מיט אַ שוואַרצער כמאַרע און ס׳הייבט זיך אויף אַ געפֿערלעכער שטורעמווינט, וואָס מע רופֿט אים בוראַן.

נײן, אַזאַ שטורעם האָט יאָסל ניט געוואָלט, אָבער אַ קלענערן, אַ שטורעווינטל, וואָלט איצט ניט געשאַט. די מאַרק־הענדלערקעס ווילן דאַן וואָס גיכער, אַבי לעבעדיק, אַנטלויפֿן אַהיים, דער מקח אויף ניסלעך און אויף אוריוק פֿאַלט בײַ זיי אויסערגעוויינטלעך, מע קען עס נעמען כּמעט אומזיסט.

דערווײַל אָבער איז דער הימל געווען ריין. די בלעטער אויף די צווײַגן פֿון די ביימער האָבן קוים זיך געטרייסלט און אין דער ווײַטנס האָט שטיל און רויִק געפֿינקלט די אָזערע איסיק־קול, אָן איין מינדסט בלעזעלע אויף איר שפּיגלדיקער אויבערפֿלאַך. מ׳האָט געדאַרפֿט אָננעמען זיך מיט געדולד און וואַרטן.

יאָסל איז אָפּגעטראָטן פֿונעם מאַרק, ער זאָל אים ניט רייצן, און זיך אָפּגעשטעלט לעבן דעם ביכער־קיאָסק. פֿאַר דער מלחמה, ווען יאָסל איז נאָך געגאַנגען אינעם צווייטן קלאַס פֿון דער קאַדלוביצער ייִדישער שול, האָט אים דער טאַטע געבראַכט פֿון קיִעוו אַ בוך אין זייער אַ שיינעם אײַנבונד און מיט אַ סך געמעלן. אינעם בוך זײַנען געווען אַלע לידער, וואָס מע פֿלעגט אין שול דעקלאַמירן אויף די קינדער־פֿרימאָרגנס: „דאָס פֿידעלע‟, „לעמל נאַשער‟, „אַנאַ־וואַנאַ בריגאַדיר‟. ווען די לערערין חנה האָט פֿאָרגעלייענט „לעמל נאַשער‟, האָט יאָסל געמוזט אַראָפּלאָזן די אויגן. ער האָט דערפֿילט זיך געטראָפֿן, ניט מיט קיין אַנדערן, נאָר טאַקע מיט אים האָט פּאַסירט, אַז ער האָט זיך צוגעכאַפּט צום טעפּל אײַנגעמאַכטס.

בעת דער עוואַקואַציע, פֿאָרנדיק אין וואַגאָן, איז דאָס בוך אומגעגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט — מאַמעס האָבן מיט דעם געשטילט די קינדער. נאָר אין איינער אַ נאַכט, ווען יאָסל איז געשמאַק געשלאָפֿן, הוידענדיק זיך אויף דער באַנק לעבן דער מאַמען (אַלץ מער אָפּשטויסנדיק זי צום ברעג), איז דער בוך ערגעץ אויף אַ סטאַנציע אַראָפּגעשטיגן, אַ פֿאַרשפּאַרטער אין טשעמאָדאַן, בײַ עמעצן פֿון ד פּאַסאַזשירן.

איצט לערנט זיך יאָסל אין דער היגער רוסישער שול, ער איז שוין אינעם פֿערטן קלאַס, נאָר ווען ער גייט ניט פֿאַרבײַ דעם ביכער־קיאָסק, כאַפּט ער אַ קוק, צי ס׳איז ניטאָ דאָרטן יענץ ביכל? ער וואָלט שוין אויסגעבעטן בײַ דער מאַמען געלט און עס געקויפֿט. ווען דער טאַטע וועט זיך אומקערן פֿון פֿראָנט, וועט יאָסל ווײַזן, אַז ער האָט פֿאַרהיט זײַן מתּנה.

כּדי צו זען די ביכער, וואָס זײַנען אויסגעשטעלט, הייבט זיך יאָסל אויפֿן שטיין, וואָס ליגט לעבן קיאָסק, בייגט אַריבער דעם קאָפּ איבערן געשטעל און שטעקט אַרײַן אינעוויניק זײַן גאַנץ האַקל־פּאַקל: די גרויע אייגעלעך, דאָס נעזל מיט דער דראַפּינקע, דעם האַלדז, וואָס איז פֿון איין זײַט ריין, פֿון דער אַנדערער שמוציק, ווײַל יאָסל האָט ניט אין דער פֿרי גענוג געדולד אַרומוואַשן זיך פֿון אַלע זײַטן, און אַז די מאַמע איז ניטאָ, און זי קערט אים ניט אום צוריק צו דער האַנטפֿאַס, איז ער יוצא אַבי־ווי.

דער אַלטער מאַן, דער פֿאַרקויפֿער, וואָס האַלט, געוויינטלעך, די ברילן הויך אַרויפֿגערוקט אויפֿן שטערן, האָט אַ ביסל מיט רוגזה זיי אַראָפּגעלאָזט אויף די וואַסערדיק־בלויע אויגן. ער האָט אָנגעקוקט דעם גוואַלדאָוונעם קונה, וואָס איז דאָ אַראָפּגעקומען צו אים, און פֿאַרנומען נענטער צו זיך די בויגנס פּאָטשט־מאַרקעס און די קאָנווערטן, וואָס זײַנען געלעגן אויפֿן געשטעל צו ווײַט אַרויסגערוקט אין דער דרויסנדיקער זײַט.

יאָסל באַליידיקט זיך ניט אויף נאַראָנים. גלײַך איז ער טאַקע אַ בעלן אויף פּאָטשט־מאַרקעס. ער זאָל וויסן דעם טאַטנס אַדרעס אויפֿן פֿראָנט, קאָן ער שיקן הונדערט בריוו אַ טאָג. אָן אַ סימן פֿון אַ מאַרקע.

צום קיאָסק איז צוגעהונקען אויף קוליעס אַ מיליטעריש־געקליידטער בחור מיט אַ גוואַרדיע־צייכן אויף דער גימנאַסטיאָרקע. דאָס פּנים איז געווען רויט פֿון אָנשטרענגונג. דער שטערן פֿײַכט, און פֿײַכט זײַנען געווען די בלאָנדע קרויזן האָר אויפֿן קאָפּ. בכלל איז עס געווען נאָך גאָר אַ יונגער בחור, נאָר ווען מ׳האָט אַרײַנגעקוקט אים אין די אויגן, האָט מען געזען, אַז ער האָט שוין אַ סך געזען, אַ סך איבערגעלעבט. אַלטע אויגן אויף אַ יונגן פּנים. אפֿשר האָבן זיי זיך געעלטערט, די אויגן, דאַן, ווען ער איז צום ערשטן מאָל אַוועק אינעם שלאַכט, אָדער אפֿשר, ווען ער האָט דערהאַלטן אַ בריוו, אַז די אייגענע זײַנען אומגעקומען, אָדער ווען ער האָט אינעם מיליטערישן שפּיטאָל זיך אויפֿגעכאַפּט נאָכן נאַרקאָז און דערזען, אַז ער האָט ניט ביידע פֿיס?

— ייִדישע ביכער זײַנען אויך דאָ! — האָט ער מיט צופֿרידנקייט קאָנסטאַטירט נאָך דעם, ווי ער האָט באַקוקט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן, וואָס איז אויסגעשטעלט אינעווייניק בײַ די ווענטלעך פֿון קיאָסק. — גיט מיר, ביטע אַלץ, וואָס איר האָט פֿון ייִדישער ליטעראַטור.

דער פֿאַרקויפֿער האָט אָנגעהויבן דערלאַנגען בוך נאָך בוך. דער בחור האָט גענומען און געבעטן נאָך. ער האָט שוין געהאַט שלום־עליכמס „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟, פּרצעס צווייטן באַנד געזאַמלטע ווערק, בערגעלסאָנס ערשטן בוך „בײַם דניעפּער‟.

— אָט זע איך „משפּחה מאַשבער‟, — האָט ער אָנגעוויזן מיט דער האַנט אינעם עקסטן ווינקל אויף דער אייבערשטער פּאָליצע, — דערלאַנגט עס מיר, ביטע, אויך.

דער אַסאָרטימענט פֿון קיאַסק איז אין גיכן אויסגעשעפּט געוואָרן. דער פֿאַרקויפֿער האָט אַראָפּגענומען פֿון צוואָק די חשבון־ברעט און מיט אַ געוויסער פֿײַערלעכקייט, וואָס נידערט שטענדיק אַראָפּ אויף זײַן געזיכט, ווען ער האָט צו טאָן מיט אַ גוטן קונה, האָט ער גענומען באַרעכענען, וויפֿל די קניה באַטרעפֿט.

מיט אומרו האָט דער בחור גענומען נאָכשפּירן, ווי אַזוי אויף איין דרעטל און אויפֿן צווייטן דרעטל וואַקסט אין דער צאָל דאָס זײַלכל ביינדלעך. ער האָט זיך געכאַפּט, אַז ער האָט ווינציק געלט. באַצײַטנס האָט ער גענומען אויסגראָבלען ביז אַ קאָפּיקע פֿון אַלע קעשענעס. צום גליק, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז עס פֿעלט אַ קלייניקייט, בסך־הכּל אַ ביסל מינץ, אָבער דאָס מינץ האָט מען אויך געדאַרפֿט האָבן, אַניט וועט אויסקומען אומקערן איינעם פֿון די ביכער.

ער האָט אין פֿאַרלעגנהייט אַ קוק געטאָן אויפֿן פֿאַרקויפֿער. יענער האָט געשוויגן. דאַן האָט ער אומגעקוקט זיך אין די זײַטן, נאָר קיינער איז ניט געווען, אַ חוץ עפּעס אַ ייִנגל, אַ שנעקל, וואָס קאָן מיט גאָרניט קומען צו הילף. פֿאַרקערט, מע דאַרף זיך היטן, אַז ער זאָל ניט אַרײַנקריכן אין קעשענע און אַוועקנעמן דאָס, וואָס איז דאָרט פֿאַראַן. דער חבֿרה־מאַן האָט זיך די גאַנצע צײַט עפּעס געדרייט לעבן אים, און אָט איז ער שוין געשטאַנען ווי אַ צוגעוואַקסענער און ניט אַראָפּגענומען די אויגן פֿונעם פּעקל אָפּגעלייגטע ביכער.

— כ׳קאָן אײַך באָרגן, — האָט דאָס שנעקל פּלוצעם זיך אָנגערופֿן.
— דו האָסט איבעריקס? — האָט דער בחור אָנגעקוקט דעם פּאַרשוין.
— איבעריקע האָב איך ניט, נאָר אַ ביסל האָב איך… כ׳האָב פּונקט אַזוי פֿיל, וויפֿל אײַך פֿעלט, — אין יאָסלס קול האָט זיך געפֿילט די שטאָלצקייט פֿון אַ מענטשן, וואָס קאָן העלפֿן אין אַ נויט.

— איז לאָמיר זײַן באַקאַנט, — האָט דער בחור געווענדט זיך צו יאָסלען. — מיך רופֿט מען הערשל בריקמאַן. אַ פֿראָנטאָוויק, ווי דו זעסט… איצט בין איך אַ חשבון־פֿירער אין קאָלווירט [2] „קזיל קירגיזסטאַן‟. האָסט אפֿשר געהערט, ס׳איז ניט ווײַט פֿון דאַנען. אין אַ וואָך אַרום וועל איך ווידער קומען צו פֿאָרן אַהער אין שטאָט און וועל דיר תּיכּף אָפּגעבן דעם חובֿ. אָדער, — האָט דער בחור זיך געכאַפּט, — צוליב וואָס דאַרפֿסטו וואַרטן? וועסט באַלד גיין מיט מיר אין „פּויערים־הויז‟, וווּ כ׳האָב זיך אָפּגעשטעלט מיט נאָך קאָלווירטניקעס, און דאַן האָסטו דאָס געלט גלײַך צוריק…

дом дехканина
אַ פּויערים־הויז

— באַאומרויִק זיך ניט, — האָט סאָליד, ווי עס פּאַסט, ווען עס גייט אַ רייד וועגן געלט־ענינים, אָפּגערופֿן זיך יאָסל, אַרויסנעמענדיק פֿון דער קעשענע דעם גאַנצן אוצר זײַנעם. קיין איין מענטשן אויף דער וועלט וואָלט ער מסתּמא מיט אַזאַ אויפֿריכטיקער גרייטקייט ניט אַנטליִען געלט, ווי יאָסל האָט איצט אַנטליִען דעם אינוואַליד. — עס שפּילט בײַ מיר קיין ראָלע ניט. איך האָב גענוג, איך האָב אַ סך אין דער היים, — האָט דער קרעדיטאָר פֿאַרזיכערט, מורא האָבנדיק, ווײַזט אויס, אַז יענער קאָן אומגעריכט זיך באַטראַכטן און פֿאַרבראַקירן די הלוואה.

הערשל האָט גענומען בײַ יאָסלען דאָס געלט און זיך צעצאָלט. דערנאָך האָבן ביידע געלאָזט זיך גיין איבער דער הויפּט־גאַס, אין דער ריכטונג צום „פּויערים־הויז‟. יאָסל האָט געטראָגן די ביכער. הערשל האָט געשײַנט פֿון פֿאַרגעניגן, וואָס איצט וועט ער האָבן וואָס צו לייענען.

— דאָס חיות איז בײַ מיר ליטעראַטור, — האָט ער הויך גערעדט, שווער שפּאַנענדיק אויף די קוליעס. ער האָט אָפֿט זיך אָפּגעשטעלט און געווישט דעם שווייס פֿון פּנים. — איך האָב זיך געלערנט אין דער הײַסינער ייִדישער שול, האָסט געהערט אין אַזאַ שטעטל — הײַסין? איך בין פֿון דאָרטן און שטענדיק האָב איך געהאַט אויף ליטעראַטור — „אויסגעצייכנט‟. ווילסט, — האָט ער זײַן באַגלייטער פּלוצעם אַ פֿרעג געטאָן, — וועל איך דיך באַלד עקזאַמענירן?.. זאָג מיר נאָר, ווער האָט געזאָגט: „לאַכן איז געזונט, דאָקטוירים הייסן לאַכן‟? ווייסט ניט? שלום־עליכים האָט עס געזאָגט. און ווער האָט אָנגעשריבן „די דרײַ נייטערינס‟?

די אויגן — רויט, די ליפּן — בלאָ,
קיין טראָפּן בלוט אין באַק ניטאָ…

מײַן מאַמע פֿלעגט עס זייער שיין זינגען. דאָס האָט אָנגעשריבן פּרץ. ביסט אַ פֿײַנער עם־האָרץ, ברודערקע. און ווער האָט אָנגעשריבן די פּאָעמע „יאַטן‟?

פֿאָרן אויף די פֿראָנטן בלאָנדע קאָמסאָמאָלקעס…

שווײַגסט? אַ ביטערער סימן! פֿאַרגעדענק: דאָס האָט אָנגעשריבן איציק פֿעפֿער. איין מאָל איז ער אַראָפּגעקומען צו אונדז אין שטעטל און איך בין געשטאַנען אַזוי נאָענט לעבן אים, ווי דו ביסט איצט לעבן מיר. נו, און ווער עס האָט אָנגעשריבן „דאָס פֿידעלע‟ און „לעמל נאַשער‟ ווייסטו אויך ניט?

— דאָס ווייס איך. קוויטקאָ, — האָט געענטפֿערט יאָסל. — איך האָב געהאַט זײַן בוך, האָט מען אים צוגעשלעפּט בײַ מיר, ווען מיר זײַנען געפֿאָרן אין וואַגאָן…

דער עקזאַמען וואָלט אפֿשר זיך נאָך געצויגן, נאָר דער וועג האָט זיך שוין געהאַט פֿאַרענדיקט. זיי זײַנעם אַרײַן אין געראַמען הויף פֿון „פּויערים־הויז‟. אַ גרויסער וואָגן פֿון קאָלווירט „קזיל קירגיסטאַן‟ איז געשטאַנען גרייט אָפּצופֿאָרן. די קאָלווירטניקעס האָבן געוואַרט אויף הערשלען. זיי האָבן געמאַכט פֿאַר אים אַן אָרט אין סאַמע מיטן וואָגן, אונטערגעשפּרייט אים אַ שאָפֿן־פּעלצל. די ביכער האָט מען פֿאַרוויקלט אין אַ בונט־פֿאַרביק קאָלדרעכל.

אויף אַ פּאָר מינוט איז אויך יאָסל אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן וואָגן. הערשל האָט אים אַרומגענומען ווי אַ ייִנגער ברודערל, און דער טראַנספּאָרט מיט אַ טראַסק און אויפֿהייבנדיק אַ שטויב, האָט זיך גערירט פֿון אָרט. יאָסל איז געווען אַ בעלן צו פֿאָרן ביזן סאַמע קאָלווירט. ער וואָלט דאָרט געלעבט צוזאַמען מיט הערשלען, אָבער די פּויערטע, וואָס איז געזעסן פֿון פֿאָרנט און אָנגעטריבן די פֿערד, האָט אַלץ אָפֿטער גענומען זיך אומקוקן אויף הינטן, פֿרעגנדיק מיט די אויגן בײַ אירע פּאַסאַזשירן, צי רעכנט דער יונגאַטש ווען־עס־איז אַראָפּקריכן. מע האָט דאָך אים אַרויפֿגעלאָזט נאָר אויף אַ ווײַלע.

יאָסל איז פֿון דעסטוועגן קנאַפּ נתפּעל געוואָרן פֿון איר קוקעניש. אַראָפּגעשפּרונגען איז ער נאָר דאַן, ווען דער וואָגן איז שוין געווען אויפֿן ראַנד שטאָט, וווּ עס זײַנען די וואַרשטאַטן פֿון דער מאַשין־טראַקטאָר־סטאַנציע.

יאָסל האָט זיך דערמאָנט, אַז נאָך גאָר ניט לאַנג צוריק האָט ער געוואָלט, אַז עס זאָל זײַן, אויב ניט קיין בוראַן, איז כאָטש אַ בוראַנטשיק, און מיט שרעק האָט ער אַ קוק געטאָן אויפֿן וואָגן. וואָס וואָלט געווען מיט הערשלען, ווען עס טרעפֿט אין וועג אַ שטורעמווינט? די פֿערד מיטן וואָגן בלײַבן שטיין, זיי קאָנען זיך ניט רירן פֿון אָרט און די פּאַסאַזשירן דאַרפֿן גיין צופֿוס?

— אַ גליקלעכן וועג, אַ שטילן וועטער, — האָט ער אויסגעשריִען צו הערשלען. די אָנטרײַבערקע, מורא האָבנדיק, אַז דער חבֿרה־מאַן קאָן ווידער אַרויפֿכאַפּן זיך אויפֿן וואָגן, האָט אַזוי אַ יאָג געטאָן די פֿערד, אַז דאָס, וואָס הערשל האָט געענטפֿערט, איז געווען אוממעגלעך צו דערהערן. יאָסל האָט זיך אָבער אָנגעשטויסן, וואָס יענער האָט אים געקאָנט זאָגן, ער האָט געוויס געזאָגט:

— פֿאַרבלײַב געזונט. אין אַ וואָך אַרום וועלן מיר זיך ווידער זען. מיר זײַנען אויף אייביק באַפֿרײַנדעט!

[1] אוריוק — אַ מין קליינער אַפּריקאָס
[2] קאָלווירט (ר״תּ) — קאָלעקטיווע ווירטשאַפֿט

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s