פּינחס פֿאַליק — אין שײַן פֿון אַ טעאַטער־שטערן

בערל קאָטיק

זי איז געווען אַ גרויסער טעאַטער־שטערן. איר קורצער נאָמען האָט געקלונגען ווי אַן אָנזאָג פֿון אַ האַרציקער טרעפֿונג, וואָס וועקט דערמאָנונגען וועגן טײַערע מענטשן און פֿאַרברענטער היים; וואָס פֿאַרפֿלאַנצט האָפֿענונג אין אַ ליכטיקערן מאָרגן.

דער שטערן סידי טאַל וואָלט אפֿשר נישט געשײַנט אַזוי העל און ציכטיק, ווען ס׳וואָלט זי דאָס גאַנצע לעבן נישט באַגלייט און אָפּגעהיט איר מאַן און אימפּרעסאַריאָ פּינחס פֿאַליק.

Falik1
פּינחס פֿאַליק

ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סאַדיגורע, באַקאַנט אין דער חסידישער וועלט, אַ דאַנק דעם גרויסן סאַדיגורער רבין. קיין חסיד אָבער איז פֿינחס נישט געוואָרן, אַוועק אין דער גרויסער וועלט אַרײַן, וווּ ער האָט זיך פֿאַרליבט אינעם ייִדישן טעאַטער און שפּעטער אין דער יונגער ייִדישער אַקטריסע שׂרהלע בירקענטאַל. זי האָט געשפּילט אונטער דער השגחה פֿונעם טאַלאַנטירטן אַוואַנגאַרד־רעזשיסאָר און ייִדישן פּאָעט יעקבֿ שטערנבערג. אין די 1930ער יאָרן האָט שטערנבערגס טרופּע גאַסטראָלירט אין טשערנאָוויץ, וווּ פֿאַליק האָט דערזען דאָס חנעוודיקע מיידל און זיך שוין מיט איר נישט געוואָלט צעשיידן.

שׂרהלע, אָדער ווי די טעאַטער־אַפֿישעס האָבן זי געקרוינט — סידי טאַל — האָט מער געצויגן אין דער גרויסער שטאָט בוקאַרעשט. זינט דעמאָלט איז פּינחס געוואָרן איר פּערזענלעכער איפּרעסאַריאָ.

אין 1940, ווען די רומענישע פֿאַשיסטן האָבן זיך צעגאַרטלט און היטלער מיט סטאַלינען האָבן אָנגעהויבן טיילן צווישן זיך אייראָפּע, זײַנען די בעסאַראַבער און בוקאָווינער ייִדן, וועלכע האָבן זיך אין יענער צײַט געפֿונען אין רומעניע, געשטעלט געוואָרן פֿאַר אַ דילעמע: אָדער מע בלײַבט אונטער די פֿאַשיסטן, אָדער מע קערט זיך אום צוריק, נאָר שוין צו די סאָוועטן.

אין 1940 האָט די נײַע מאַכט געשאַפֿן אין דער שטאָט בעלץ אַ ייִדישן מלוכישן טעאַטער, אין שפּיץ מיט יעקבֿ שטערנבערג. צווישן די פֿירנדיקע אַקטיאָרן פֿון דער נײַער טרופּע איז געווען אויך סידי טאַל. פֿאַליק האָט פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם הויפּט־אַדמיניסטראַטאָר. ער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן אָרגאַניזירן דאָס שאַפֿעריש און טעאַטער־לעבן פֿונעם טעאַטער.

אין די מלחמה־יאָרן, זײַענדיק אין דער עוואַקואַציע אין טאַשקענט, האָט פֿאַליק געשאַפֿן פֿאַר סידין אַן אַנסאַמבל, וועלכער האָט געגעבן אַרום 300 קאָנצערטן אין די שפּיטאָלן און אַרמיי־טיילן. נאָכן אומקערן זיך אַהיים קיין טשערנאָוויץ, איז אויפֿן יסוד פֿון דעם מלחמה־אַנסאַמבל געגרינדעט געוואָרן בײַ דער געגנטלעכער פֿילהאַרמאָניע דער אַנסאַמבל „רעוויו‟.

זייער יחדיו אין לעבן און אין אַרבעט איז פּינקטלעך איבערגעגעבן געוואָרן דורך די טשערנאָוויצער קאַטאָוועס־טרײַבער, וועלכע האָבן דאָס פּאָרפֿאָלק געקרוינט מיטן צונאָמעניש — סידיטאַלפֿאַליק.

falik2
סידי טאַל (אין מיטן מיט בלומען) און פּינחס פֿאַליק (הינטער איר אין אַ היטל) נאָך אַ קאָנצערט. 1960ער יאָרן

אין טשערנאָוויץ איז פֿאַליק געוואָרן דער שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿון דער פֿילהאַרמאָניע. אין אַ סך אָרגאַניזאַציעס און אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז בדרך־כּלל דער דירעקטאָר געווען אַ נאַצקאַדער, און זײַן פֿאַרטרעטער — אַ ייִד, ווײַל דווקא אויף דער שטעלע פֿונעם פֿאַרטרעטער איז געפֿאַלן די גאַנצע לאַסט פֿון אַרבעט.

ער האָט אָפּגעאַרבעט אויף דער שטעלע 30 יאָר, און איבערגעלעבט זיבן דירעקטאָרן. זײַן נאָמען איז קיין מאָל נישט אָנגעוויזן געוואָרן אויף די אַפֿישן פֿון סידי טאַלס קאָנצערטן, אָבער אָן אים, קאָן מען זאָגן, וואָלט איר נאָמען פֿאַרבליבן נאָר אויף די טעאַטער־אַפֿישן פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אין די אָנהייב 1970ער יאָרן אין דער צײַט פֿון מאַסן־עמיגראַציע האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער טשערנאָוויצער פֿילהאַרמאָניע באַשלאָסן אָפּצוזאָגן פֿאַליקן פֿון דער אַרבעט. צוליב דעם האָט מען אים אַרויסגערופֿן קיין קיִעוו אין קולטור־מיניסטעריום. אָבער אַ צופֿאַל האָט צוגעשפּילט דעם ייִדישן שטעלפֿאַרטרעטער.

ווי עס דערמאָנט זיך מיכאַיִל מאַסליִי, פּרעזידענט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרעמיע אויף סידי טאַלס נאָמען, איז עס געשען אַזוי: „פֿאַליק איז שוין געזעסן עטלעכע שעה אינעם אויפֿנעם־צימער בײַם קולטור־מיניסטער און געוואַרט אויף זײַן ׳פּסק־דין׳. ענדלעך, האָט מען אים פֿאַרבעטן אַרײַנצוקומען אינעם קאַבינעט. דער מיניסטער האָט אויפֿגעעפֿנט אַ פּאַפּקע און פֿײַערלעך איבערגעלייענט: ׳טײַערער פּינחס אַבראַמאָוויטש! מיר באַגריסן אײַך האַרציק מיט אײַער געבוירן־טאָג. מיר ווינטשן אײַך געזונט און גליק, דערפֿאָלג אויף לאַנגע יאָרן אין אײַער שאַפֿערישער אַרבעט. אַ גרוס פֿאַר סידי טאַל. פֿאַמיליע ברעזשניעוו.‟ פֿאַרשטייט זיך, אַז וועגן אָפּזאָגן ברעזשניעווס „משפּחה־חבֿר‟ איז שוין קיין רייד נישט געגאַנגען.

ווי קומט פּינחס פֿאַליק צו ליעאָניד ברעזשניעוון? באַלד נאָך דער מלחמה האָט ברעזשניעוו געאַרבעט אַ שטיקל צײַט אין טשערנאָוויץ. האָט זײַן טעכטערל גאַלינאַ זיך פֿאַרגליסט צו שפּילן פּיאַנע. האָט מען זיך געוואָנדן צו פֿאַליקן, צום שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דער פֿילהאַרמאָניע, ער זאָל פֿאַרן מיידעלע געפֿינען אַ פּיאַנע־לערער. אַזוי האָט זיך אָנגעקניפּט די באַקאַנטשאַפֿט צווישן ברעזשניעווס פֿאַמיליע מיט דער משפּחה סידטיטאַלפֿאַליק.

פֿון דעסטוועגן, האָט זיך דער אַנטיסעמיטיזם צווישן דער טשערנאָוויצער נאַציאָנאַלער עליט אַלץ מער צעבליט. אין יאָר 1976 איז דער אָפּגעלייגטער „פּסק־דין‟ פֿאַרן פֿילהאַרמאָנישן שטעלפֿאַרטרעטער אַרויסגעטראָגן געוואָרן.

סידי טאַל איז געשטאָרבן דעם 17טן אויגוסט 1983. ווי עס דערמאָנט זיך דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, וואָס האָט זי געקענט נאָך פֿון די רומענישע צײַטן, און וואָס איז געווען בײַ דער לוויה, איז „גאַנץ טשערנאָוויץ נאָכעגאַנגען איר אָרון מיט פֿאַרוויינטע אויגן. זי האָט געהאַט נישט קיין קלענערע לוויה ווי אליעזר שטיינבאַרג האָט געהאַט.‟

דאָס אָרגאַניזירן די לוויה און דאָס מקבר זײַן סידי טאַל, די פֿאַרדינסטפֿולע אַקטריסע פֿון אוקראַיִנע, צווישן די ערן־מענטשן פֿון דער שטאָט, אויף דער „רום־אַלעע‟ איז איר לעבנס־אימפּרעסאַריאָ אָנגעקומען גאָר נישט לײַכט. פּונקט ווי שפּעטער, בשעתן אויפֿשטעלן די מצבֿה, האָט פֿאַליק גובֿר געווען אַלע ווענט און ווענטלעך פֿון דער שטאָט־פֿירערשאַפֿט.

сиди,памятник
דער דענקמאָל לכּבֿוד סידי טאַל אויף איר קבֿר אין טשערנאָוויץ

ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז די קינסטלערישע מצבֿה, געמאַכט פֿון ווײַסן מאַרמאָר, צוזאַמען מיטן פּאָסטאַמענט געווען העכער מיט 60 סאַנטימעטער פֿון די צוויי מעטער, וועלכע ס׳איז דערלויבט געווען צו שטעלן אַ פּשוטן סאָוועטישן טויטן. פֿאַליק האָט זיך נישט אונטערגעגעבן. צונויפֿגעשטעלט אַ בריוו, אונטערגעשריבן פֿון באַקאַנטע סאָוועטישע אַקטיאָרן און מוזיקער, וועלכע האָבן גוט געקענט סידי טאַל, האָט ער זיך דערשלאָגן זײַנס.

לעבן דעם פֿרויס קבֿר האָט פֿאַליק געלאָזט אַן אָרט פֿאַר זיך. קיין קינדער האָבן זיי נישט געהאַט, האָט ער וועגן דעם געמוזט טראָכטן אַליין. האָט זיך ווידער אָנגעהויבן אַ מלחמה צווישן אים און דער אָרטיקער ביוראָקראַטיע. ווער איז פּינחס פֿאַליק ער זאָל ליגן באַגראָבן אויף דער „רום־אַלעע‟?! אַן אַנדער זאַך, ווען ער וואָלט געווען אַ העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אָדער כאָטש אַ באַטייליקטער אין דער רעוואָלוציע־באַוועגונג פֿון בוקאָווינע…

זײַענדיק דאָס גאַנצע לעבן זײַנס אַ ווירטואָזער קאָנצערט־אַדמיניסטראַטאָר, האָט פֿאַליק געפֿונען אַ מענטש אינעם געגנטלעכן אַרכיוו, וואָס האָט אויסגעזוכט אַ דאָקומענט, וווּ עס שטייט בפֿירוש אָנגעוויזן, אַז „אין די סוף 1930ער יאָרן, בשעת אַ געהיימער פֿאַרזאַמלונג אין אַ טשערנאָוויצן הויז, האָט איינער אַן אונטערערדלער, פּ. פֿאַליק, געזונגען דאָס רעוואָלוציע־ליד ׳מאַרסעליעז׳‟. צי ס׳איז טאַקע געווען אונדזער פּינחס פֿאַליק, צי אַן אַנדער ייִד מיטן זעלבן נאָמען, איז שוין הײַנט שווער אויסצוקלאָרן.

מיט צוויי יאָר שפּעטער, דעם 7טן אָקטאָבער 1985, האָט פּינחס פֿאַליק פֿאַרנומען דאָס פֿאַרבראָנירטע אָרט לעבן זײַן פֿרוי, סידי טאַל.

קוקט אַן אויסצוג וועגן סידי טאַל פֿון דעם פֿילם “קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ”,
מחברים באָריס סאַנדלער און חנה פּאָלאַק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s