נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 5

20180118_194943
אַלען ריקמאַן דערציילט וועגן שלמה מיכאָעלסן אין דער ראָלע פֿון “קיניג ליר”

דער קאָנגרעס פֿון ייִדישער קולטור, בראָש מיט שיין בייקער, איז צווישן די געציילטע ייִדיש־דזשויִשע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק, וואָס געדענקען און האָבן אין זינען אָפּצומערקן אויף אַ געזעלשאַפֿטלעכן אופֿן די דאַטעס, וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט ייִדישער מאַרטיראָלאָגיע. יאָר־יערלעך ווערן דורכגעפֿירט צוויי אַזעלכע אָנדענק־אונטערנעמונגען: די פֿײַערלעכע הזכּרה אין אָנדענק פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און דער אָוונט לזכּרון די אומגעקומענע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט.

20180118_185924
שיין בייקער, דירעקטאָר פֿונעם קאָנגרעס פֿאַר ייִדישער קולטור, עפֿנט דעם אָוונט לזכּרון שלמה מיכאָעלס

הײַיאָר האָט דער קאָנגרעס פֿון ייִדישער קולטור אָרגאַניזירט אַן אָנדענק־אָוונט, פֿאַרבונדן מיט דער דאַטע פֿון 70סטן יאָרצײַט זינט שלמה מיכאָעלס איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך די אַגענטן פֿון „קאַגעבע‟ אין מינסק (זע: סטאַלין און מיכאָעלס: אַ טייטלעכער דיאַלאָג) .

שיין בייקער, אַליין אַ טאַלאַנטירטער ייִדישער אַקטיאָר, איז אויך שאַפֿעריש צוגעגאַנגען צום דורכפֿירן אָט די אונטערנעמונג. די הויפּט־ראָלע האָט דאָ געשפּילט דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר אַלען ריקמאַן, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם דעם קינסטלערישן רעפֿעראַט, געשאַפֿן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, דער ייִדישער אַקטריסע יעלענאַ שמולענזאָן.

דרײַ וויכטיקע הויפּט־פּערסאָנאַזשן האָבן דאָמינירט אין דעם סצענאַר: דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער (גאָסעט), אַלעקסיי גראַנאָווסקי, דער גרונטלייגער און הויפּט־רעזשיסאָר און שלמה מיכאָעלס, אַקטיאָר, רעזשיסאָר און ייִדישע מלוכה־פּערזענלעכקייט.

אַלען האָט אַרטיסטיש דערציילט וועגן דעם שאַפֿערישן און טראַגישן וועג פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן, באַגלייטנדיק די ווערטער מיט אוניקאַלע ווידעאָ־דאָקומענטן, אויסצוגן פֿון פֿאָרשטעלונגען און רעדעס.

אָרגאַניש האָט זיך אינעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון אָוונט אַרײַנגעפֿלאָכטן דער עפּיזאָד פֿון דוד בערגעלסאָנס דראַמע „פּרינץ ראובֿני‟, אויסגעשפּילט פֿון געראַ סאַנדלער און שיין בייקער. אַוודאי, וואָלט זיך געוואָלט זען און הערן אין גאַנג פֿונעם אָוונט מער „לעבעדיקע‟ אויפֿטריטן, אָבער ווי איך ווייס, זײַנען די מעגלעכקייטן פֿונעם „קאָנגרעס‟, בתוכם פֿינאַנציעלע, אַזוי נישטיק, אַז עס קומט אַ האַרציקער יישר־כּוח יעדן באַטייליקטן אין דעם אָוונט, די מענטשן פֿון „בית־מדרש‟ בײַ JCC אין מאַנהעטן, וווּ דער אָוונט איז פֿאָרגעקומעם, און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דעם דירעקטאָר פֿונעם קאָנגרעס פֿאַר ייִדישער קולטור שיין בייקער.

נאָך דער אונטערנעמונג האָב איך געבעטן שיין צו זאָגן עטלעכע ווערטער פֿאַר אונדזערע לייענער.

יאַנואַר, 2018

1 Comment

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s