לאַפּסוס־קאַקטוס — 5

לאָמיר הײַנט רעדן וועגן ווערטער־שוועסטערקינער, אָדער ווי מע זאָגט אין אַמעריקע, „קוזינען‟. די דאָזיקע קרובֿישע ווערטער קומען טאַקע אַרויס פֿון איין משפּחה, צו מאָל האָבן זיי כּלומרשט איין באַטײַט, אָבער אין דער אמתן, באַנוצט מען זיי אין פֿאַרשיידענעם זין.

לעבן (וו.)און וווינען

דער ווערב לעבן ווערט בדרך־כּלל גענוצט אין זינען פֿון עקזיסטירן, זײַן.
למשל: כּל־זמן מע לעבט, זאָל זײַן געלעבט (פֿאָלקסליד)
צו לעבן אַ שיינעם טאָג, מיינט נאָך נישט, אַז מ‘איז גליקלעך (פֿאָלקסווערטל).
זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געלעבט אויף יענעמס חשבון.

די ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר האָבן גוט געוווּסט דעם אונטערשייד צווישן „לעבן‟ און „וווינען‟. מ׳האָט עס געהערט פֿון זייערע פֿראַגעס איינער צום אַנדערן:

— וווּ וווינסטו?
— אין בערדיטשעוו.
— ווי לעבסטו?
— נישט צו פֿאַרזינדיקן.

„וווּ‟, מיינט אין דעם פֿאַל, אָנצורופֿן דאָס וווינאָרט. מע וואָלט געקאָנט אויף דער פֿראַגע אויך ענטפֿערן: „אין אַ שיין הויז‟. ווי עס זאָל נישט זײַן, גייט שטענדיק דער ווערב „וווינען‟ (רעזידירן, אײַנשטיין, אויפֿהאַלטן זיך וכדומה) געפּאָרט מיטן אַדווערב „וווּ‟.

„ווי‟, מיינט בדרך־כּלל, די קוואַליטעט פֿון לעבן, דער אופֿן פֿון לעבן — גוט, שלעכט, נאָרמאַל, פּאַראַזיטירנדיק.

אין מײַן בעסאַראַבער ייִדיש איז קיין אונטערשייד צווישן „וווּ‟ און „ווי‟ נישט געווען. מ׳האָט אָבער קיין מאָל נישט געמאַכט קיין פּלאָנטער, ווײַל „ווי וווינסטו‟, אָט זיכער געמיינט דאָס אָרט; און „ווי לעבסטו‟ — דעם איכות.

פֿאַרזוכן און פּרוּוון

דער פּלאָנטער קומט אָפֿט פֿאָר צוליב דעם באַטײַט, וואָס איז זייער נאָענט צווישן זיך. און אויב „פּרוּוון‟, מיינט, „פּראָבירן‟, מאַכן אַן אָנשטרענג עפּעס צו טאָן, דערגרייכן; מיינט „פֿאַרזוכן‟, דאָס זעלבע וואָס „טעסטירן‟, דערפֿילן דעם טעם. עס קאָן געזאָגט ווערן וועגן אַ קאָנקרעטער זאַך: פֿאַרזוכן דעם מאכל, למשל, אָדער — אין פֿיגורעלן זין: פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון לעבן.

מע קאָן אויך זאָגן: איך האָב געמאַכט אַ פּרוּוו צו פֿאַרזוכן אירע וועגעטאַרישע מאכלים. מע קאָן אָבער נישט זאָגן: איך האָב פֿאַרזוכט צו פּרוּוון אירע וועגעטאַרישע מאכלים.

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו לייענען אַזאַ זאַץ:

ער האָט געמאַכט אַ פֿאַרזוך צו דערמאָרדן זײַן ווײַטן קרובֿ.
אָנשטאָט:
ער האָט געמאַכט אַ פּרוּוו צו דערמאָרדן זײַן ווײַטן קרובֿ.

דער לאַפּסוס נעמט זיך דערפֿון, וואָס אין ענגליש קאָן דאָס וואָרט “טרײַ” (try) מיינען סײַ „פֿאַרזוכן‟, סײַ „פּרוּוון‟ און סײַ „פּראָבירן‟.

מע טאָר נישט אויטאָמאַטיש קאַלקירן ווערטער פֿון איין שפּראַך צו אַן אַנדערער.

און צום סוף האָב איך זיך דערמאָנט אינעם בעסאַראַבער וויץ אַרום דעם וואָרט „דרייען‟.

צוויי אַלטע פֿרײַנד האָבן זיך געטראָפֿן נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס. פֿרעגט איינער בײַם צווייטן:

— וואָס טוט חיים?
— חיים דרייט זיך צוביסלעך.
— און וואָס טוט לייזער?
— אָ, לייזער איז געוואָרן אַ גרויסער דרייער. ער דרייט געשעפֿטן!
— און וואָס מאַכט שלמה?
— אוי, שלמה האָט זיך נעבעך אין גאַנצן פֿאַרדרייט.

פֿאַלט נישט בײַ זיך!

לאַפּסוס־קאַקטוס

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s