דער לעשי*

מיטן חסיד פֿײַוויש אוילנבוים האָבן מיר זיך באַקענט אין דער דערציילונג „ריזשי קאָט‟ (ייִדיש־בראַנזשע‟, נאָוועמבער). לייענט וועגן זײַנע ווײַטערדיקע פּאַסירונגען אין רוסלאַנד.

יואל מאַטוועיעוו

מיטן זעגעלע: זעג, זעג, זעג!
מיטן העמערל: קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ!
מיטן הובעלע: הוב, הוב, הוב —
בויען קינדערלעך זיך אַ שטוב.
מיכל געלבאַרט

ווען פֿײַוויש אוילענבוים האָט זיך אומגעקערט קיין וויליאַמסבורג, האָט ער לכתּחילה נישט געוואָלט אונדז דערציילן וועגן דער שרעקלעכער באַגעגעניש אינעם גרויסן מאָסקווער פּאַרק בײַם סוף פֿון זײַן נסיעה. ערשט מיט אַ חודש שפּעטער, בײַם קידוש אין דער גרויסער סאַטמאַרער שיל אויף ראָדני־סטריט, האָט ער זיך אַנטשלאָסן און דערציילט אין אַ שמועס מיט זײַן חבֿר, אַז אינמיטן דעם טיפֿן רוסישן וואַלד האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף זייער אַ מסוכּנעם פּאַרשוין…

ужастик
אינמיטן דעם טיפֿן רוסישן וואַלד האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף זייער אַ מסוכּנעם פּאַרשוין

— שלום! — פֿײַוויש האָט זיך אַרומגעקוקט. אויפֿן פּוסטן זאַמדיקן וועג האָט זיך פּלוצעם באַוויזן צווישן ביימער אַ 50־יאָריקער מאַן מיט אַ טונקל פּנים, אָנגעטאָן אין אַ בלוילעכן ספּאָרט־קאָסטיום מיט רויטע פּאַסן אויף די הויזן. — בענזאָפּילאַ ניע נוזשנאַ? פּראָדאַם ניע דאָראָגאָ! [1]

נישט קענענדיק קיין וואָרט רוסיש, האָט דער חסידישער יונגער־מאַן פֿאַרשטאַנען, אַז דער וואַלד־מענטש ווענדט זיך צו אים מיטן זעלביקן אַקצענט, ווי די מוסולמענישע סוחרים אינעם איזמײַלאָוו־ווערניסאַזש, וווּ ער האָט ערשט געקויפֿט פֿאַר זײַן פֿרוי אַ נײַ שבתדיק קלייד.

דער פּאַרשוין האָט אַרויסגענומען פֿון זײַן ריזיקן רוקזאַק אַ מעכאַנישע זעג — אַ „טשיינסאָ‟. פֿײַוויש האָט געדענקט, אַז מיט אַזאַ מכשיר האָבן צוויי שפּאַנישע גויים אין צוויי מינוט אָפּגעהאַקט גרויסע צווײַגן בײַ זײַן פֿעטער אין מאָנסי. דעמאָלטס איז ער געווען אַ קליין קינד; דער פֿעטער האָט אים געוואָרנט זיך צו האַלטן ווײַט פֿון דער סכּנותדיקער מאַשין.

— אַמעריקע? ענגליש?
פֿײַוויש האָט אַ שאָקל געגעבן מיטן קאָפּ.
— ישׂראל! ירושלים! יהודים!

דאָס יונגע פּאָרל מיט אַ וועגעלע איז שוין לאַנג פֿאַרבײַגעגאַנגען. בלויז שוואַרצע קראֶָען זענען אַרומגעפֿלויגן אַהין און צוריק צווישן די הויכע סאָסנעס. ס׳האָט אָנגעהויבן דעמערן. צווישן די קראָען האָט פֿײַוויש, אָנגעטאָן אין אַ שוואַרץ רעקל מיט אַ ווײַס העמדל, זיך אַליין דערפֿילט ווי אַ שוואַרצע קראָ.

דער טיפּ איז צוגעלאָפֿן צו אַ בוים און אַ מאַך געגעבן מיט זײַן זעג — איינס־צוויי־דרײַ. ווײַזט אויס, געוואָלט דערקלערן, ווי אַזוי די מאַשין אַרבעט, ווען מע גיסט אַרײַן בענזין.
— טעכאַס!.. טעקסאַס!

עמעצער האָט אַמאָל דערציילט פֿײַווישן, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַן אַלטער אַמעריקאַנער פֿילם, גאָר אַ שרעקלעכער, וווּ אַ משוגענער שוואַרצער אין טעקסאַס צעזעגט מענטשן מיט אַזאַ זעג לעבעדיקערהייט אויף שטיקער. דער פּאַרשוין האָט נאָכאַמאָל אַ מאַך געגעבן אַרום דעם בוים, דרשענדיק ווידער עפּעס מיט זײַן דיקן מוסולמענישן אַקצענט.

אַ טעראָריסט! די שוידערלעכע מחשבֿה האָט ווי אַ בייזער רוח אַרומגעכאַפּט דעם איבערגעשראָקענעם פֿײַווישן. זײַן האַרץ האָט אַליין אָנגעהויבן קלאַפּן ווי אַ מעכאַנישע זעג. ער וועט מיך דאָ צעזעגן אויף שטיקער און באַגראָבן אינעם פֿינצטערן וואַלד!..

פֿאַרביסן דעם פּיצל־קליינעם גלעזל משקה מיט אַ שטיקל האָניק־לעקעך, האָט פֿײַוויש דערציילט זײַן סאַטמאַרער חבֿר, ווי אַזוי ער האָט זיך אַ ריס געטאָן און אַנטלאָפֿן וואָס שנעלער פֿון דער וואַלד־פֿינצטערניש צוריק אויפֿן מאַרק. דער חבֿר האָט אָנגעגאָסן נאָך אַ גלעזל משקה און מיט אַ צערירטן טאָן רעאַגירט: פּששש, וואַו!

***

לאַוואַנדע, באַרגישע לאַוואַנדע,
בלויער בלומען־ווײַן, אונדזער צײַט מיט דיר,
לאַוואַנדע, באַרגישע לאַוואַנדע,
וויפֿל יאָר פֿאַרבײַ, נאָר אַלץ געדענקען מיר.
אַ פּאָפֿולער ליד

— טפֿו, צום לעשי זאָלסטו גיין!

אַ פֿאַרטרויערטער, האָט דוד איסאַקאָוו אַ שפּײַ געגעבן. דעם זעלטענעם גאַסט, אַן עכטן אַמעריקאַנער סאַטמאַרער חסיד מיט אַ שטרײַמל און פּאות האָט ער באַמערקט נאָך שבת, ווען יענער איז געקומען דאַוונען אין זייער דאַגעסטאַנער שיל. דוד, דער בעל־הבית פֿון דער חשובֿער אינסטרומענט־קראָם האָט דעמאָלט געדאַוונט מוסף בײַם עמוד. די צוגעגנבֿעטע זעג, ווי זײַן שותּף האָט איבערגעגעבן, האָט מען שוין פֿיר מאָל פֿאַרקויפֿט צו פֿאַרשיידענע קונים אויפֿן מאַרק.

כּדי חסד צו טאָן דעם טײַערן אַמעריקאַנער ייִד, האָט דער בעל־הבית באַשלאָסן אָפּגעבן אים די מאַשין, גאָר אַ גוטע, פֿון שוועדן, טאַקע ערנסט און פֿאַר אַ גוטן פּרײַז. ער האָט אַפֿילו פֿאַרלאָזט זײַן קלייט אויף אַ ווײַל און נאָכגעיאָגט דעם חסיד אינעם פּאַרק. איז וואָס זשע? דער יאָלד האָט אים אַפֿילו נישט באַדאַנקט און דערצו אַנטלאָפֿן צום טאַטנס רוח!

אויפֿן צווייטן טאָג, ווען פֿײַוויש האָט זיך אויפֿגעוועקט אויפֿן ווייכן בעט אינעם רויִקן, זויבערן האָטעל, האָט ער זיך דערמאָנט אין דער שיינער פֿעטלעכער מוסולמענישער פֿרוי אין אַ גרינער זײַדענער פֿאַטשיילע, וועלכע האָט אים פֿאַרקויפֿט דאָס פֿראַנצייזישע קלייד — ממש אַ מציאה! אין אַמעריקע קאָסט אַזאַ קלייד אַ מאַיאָנטעק.

פֿײַוויש האָט באַקוקט דאָס קליידל און באַמערקט, אַז בײַם אַרבל הענגט אַ צעטל אויף רוסיש. אפֿשר וועט זײַן פֿרוי פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז נישט פֿראַנצייזיש? זײַן חבֿר, מיט וועלכן ער האָט ליב צו שמועסן בײַם קידוש, האָט אים אַמאָל דערקלערט דעם חילוק צווישן היסטערישע און היסטאָרישע פֿרויען… טאָמער זײַן ווײַב וועט אַמאָל ווערן אויף אים אין כּעס — איז עס היסטעריע. אָבער, אויב זי וועט אים זײַן גאַנץ לעבן דערמאָנען, אַז ער האָט איר געקויפֿט לכּבֿוד שבת אַ רוסישע שמאַטע — איז עס שוין אַ משפּחה־היסטאָריע, און ער וועט עס נישט קאָנען פֿאַרטראָגן.

טיף פֿאַרטאָן אין זײַנע מחשבֿות, האָט פֿײַוויש פֿאָרזיכטיק אָפּגעריסן די צעטעלעך און אײַנגעפּאַקעוועט דאָס קליידל אין אַן אַמעריקאַנער פּלאַסטיק־זעקעלע. צום גליק, האָט ער די זעקלעך נישט אַרויסגעוואָרפֿן.

אַנשטאָט צו גיין אין דער מאָדנער קאַווקאַזישער שיל, וווּ די מתפּללים זעען אויס ווי טעראָריסטן, דאַוונען אָן שיך אויף טעפּעכער און רעדט צווישן זיך פּערסיש צי עפּעס אַן אַנדער לשון, איז ער געגאַנגען מאָנטיק צו די ליובאַוויטשער.

***

וואָס ביסטו, מײַן זון, אַזוי פֿון פּנים אַראָפּ?
צי זעסטו נישט, טאַטע, דעם רוחס וואַלד־קאָפּ?
יאָהאַן וואָלפֿגאַנג פֿאָן געטע

נאָך שחרית האָבן די מתפּללים זיך געזעצט מאַכן אַ לחיים און צו כאַפּן אַ שמועס מיטן אַמעריקאַנער.

— מאָטל איז מײַן נאָמען, אָדער מאָטיע, האָט זיך באַגריסט מיטן אַמעריקאַנער יונגער־מאַן אַן עלטערער ייִד מיט אַ לאַנגער צעשויבערטער באָרד.

פֿון ר׳ מאָטלס מויל האָט געשלאָגן אַ געפֿערלעכער גערוך פֿון בראָנפֿן. אין די הענט האָט ער געהאַלטן אַ דיקע פּאַפּקע מיט פּאַפּירן. זײַן שאַרף־פֿאַרבויגענע נאָז, גרויסע בלויע אויגן, פּוכיקע גרויע ברעמען און אַ קײַלעכדיק פּנים, האָבן אים געמאַכט ענלעך צו אַ סאָווע.

— מיר רופֿן אים „לעשי‟, — האָט צוגעגעבן מאָטיעס מיטטרינקער זוסיע.
אַ דאַרער, צערונצלטער און ריין־אָפּגעגאָלט, האָט ער דערמאָנט אַ הונט.
— קום צו אונדז, פֿײַוויש, דײַן סאַמאָליאָט [2] וועט מאָרגן אָן דיר נישט אַוועקפֿליִען.

בײַם אַרײַנגאַנג אין מאָטיעס דירה איז געהאַנגען אויף אַ לאַנגן דראָט אַן אַלטמאָדיש לעמפּל. פֿײַוויש האָט עס אַ שטויס געגעבן מיט זײַן הויכן „טשאָלנט־טאָפּ‟[3]. דאָס לעמפּל האָט גענומען זיך וויגן. די דירה האָט זיך פּלוצעם אָנגעפֿילט מיט געהיימנישפֿולע שאָטנס און אָפּבלאַנקען. די גרויסע הילצערנע סאָווע אויף דער אַלטער שאַפֿע האָט אַ וווּנק געטאָן מיט אירע קרישטאָלענע אויגן. דער וואַנט־זייגער האָט אָפּגעשלאָגן צוועלף.

хасиды мистика
אינעם מאָסקווער פּאַרק זענען אַרײַנגעקומען, אַרײַנגעפֿלויגן, אַרײַנגעשפּרונגען און אַרײַנגעקראָכן אַלע מינים חיות און פֿייגלען

אין דרויסן האָט זיך דערהערט דאָס מאָדנע געוווי. וועלף אינעם צענטער פֿון מאָסקווע? מסתּמא ניין, אַ פּאָר ווילדע הינט. פֿײַוויש איז צוגעגאַנגען צום פֿענצטער פֿון מאָטיעס שלאָפֿצימער און זיך אײַנגעקוקט אינעם פֿאַרכמאַרעטן הימל. אונטן זענען פֿאַרבײַגעפֿאָרן מאַשינען. אויבן, קעגנאיבער, אויפֿן דאַך האָבן צוויי אַרבעטער זיך געפּאָרעט מיט אַ טעלעוויזיע־אַנטענע.

— נאַטאַשע, זאָג שלום־עליכם. פֿײַוויש, דאָס איז נאַטאַשע. נאַטאַשע — פֿײַוויש.
ר׳ מאָטל האָט דערציילט, אַז זײַן נאַטאַשע איז אַ רוסישע, אָבער דער רבֿ האָט זי מיט דרײַ יאָר צוריק… וו׳זוי רופֿט מען עס? — געבראַכט אין אַ מיקווה אַרײַן און געמאַכט פֿון איר אַ ייִדישקע. פּערל, פּערעלע איז איר ייִדישער נאָמען.

— דײַן רבֿ איז נאָך יענער שוואַנץ, — האָט זיך אָפּגערופֿן זוסיע. — ער וויל פּשוט זען יעדן טאָג ווי נאַקעטע פֿרויען שווימען פֿאַר זײַנע אויגן… כ׳וויל אויך…
— איז גיי אין סערעבריאַני באָר, דאָרטן דרייט זיך דײַן חבֿרה, די נודיסטן.
— כ׳בין געווען דאָרטן אין אַווגוסט מיט מאַשען. נאָר מענער דרייען זיך דאָרטן, „פֿליִען טויבן פּאָרן‟. וואָס האָב איך דאָרטן פֿאַרגעסן?
— אויך די פֿרויען טרעפֿן זיך דאָרט נישקשהדיקע. כ׳האָב מיט זיי אין אַווגוסט אויסגעטרונקען צוויי פֿלעשער בראָנפֿן. אמת, זיי זוכן נאָר אַנדערע פֿרויען אין געשעפֿט אַרײַן… אָבער סימפּאַטישע און לאָזן אַפֿילו מע זאָל זיי קושן וווּ מע וויל.
— וווּ מע וויל… וווּ זיי ווילן, נישט דו. פֿאַרשטייסט דעם חילוק?

פֿײַווישן זענען נמאס געוואָרן די אומצניעותדיקע רייד. נאַטאַשע האָט צום דריטן מאָל געשטעלט דעם טשײַניק. דער אויסגעטרונקענער בראָנפֿן מיטן רויטן פֿויגל אויף דער פֿלאַש האָט ביסלעכווײַז אַרײַנשפּאַצירט אין זײַן מוח, ווי די דערמאָנטע לעסבישע פֿרויען אויף דער נאַקעטער מאָסקווער פּלאַזשע. „אוהו!‟, האָט די סאָווע אויף דער שאַפֿע ווידער אַ וווּנק געגעבן מיט אירע קרישטאָלענע אויגן.

***

— העלף אים, מאָטיע!
— אפֿשר אַ טאַקסי אַרויסרופֿן?
נאַטאַשע, אַ הויכע פֿרוי מיט שטאַרקע מענערישע הענט און חנעוודיקע טונקל־בלאָנדע האָר, האָט געהאָלפֿן אַרויפֿצושלעפּן דעם געחלשטן אַמעריקאַנער ייִד אויפֿן דיוואַן.

— האָב איך דיר דען ניט געזאָגט — לאָז אים צו רו!
— ווער איז דער לעשי, איך אָדער דו? שליס אײַן דעם טעלעוויזאָר!

אויפֿן פֿאַרצײַטישן קליינעם עקראַן האָט זיך באַוויזן נאַטאַליע וועטליצקאַיאַ מיט איר ליד „דער לבֿנה־קאָטער‟. ס׳זעט אויס, אַז די דירעקציע פֿונעם טעלעוויזיע־קאַנאַל האָט באַשלאָסן צו פֿאַרשטאָפּן אַ לאָך צווישן די פּראָגראַמען מיט סאָוועטישע רעטראָ־לידער פֿון 1970ער און 1980ער:

דער לבֿנה־קאָטער מײַן
פֿון דער לוזשע טרינקט די שײַן
אין מײַן פֿענצטער ווערט שוין שוואַרץ,
דער לבֿנה־קאָטער מײַן
וואַרט דאָס האַרץ, וואָס זאָל ניט זײַן,
בלײַבן אָבער וועט אין פֿענצטער, כ׳טראַכט
בלויז די שוואַרצע נאַכט…

עס האָבן זיך צעעפֿנט די הויכע אײַזערנע טויערן ביזן סאַמע הימל. אינעם מאָסקווער פּאַרק זענען אַרײַנגעקומען, אַרײַנגעפֿלויגן, אַרײַנגעשפּרונגען און אַרײַנגעקראָכן אַלע מינים חיות און פֿייגלען. אין שפּיץ פֿון דער פּראָצעסיע, שפּילנדיק אויף אַ פֿלייט, איז געגאַנגען ר׳ מאָטל דער לעשי. די פּראָצעסיע האָט געשלאָסן דער טעראָריסט; אויף זײַן מעכאַנישער זעג האָט ער אויסגעברומט דעם באַקאַנטן ליובאַוויטשער ניגון, מיט וועלכן נאַפּאָלעאָן האָט געפֿירט זײַנע סאָלדאַטן קיין רוסלאַנד.

— האָב איך דיר געזאָגט, אַז איך בין דער אמתער לעשי, האָט מאָטל דער פֿילין [4] געזאָגט זײַן חבֿר, זוסיע דעם גרויען וואָלף.

ווען דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט אין ניו־יאָרק, האָט די סטואַרדעסע לאַנג נישט געקאָנט אויפֿוועקן דעם אײַנגעשלאָפֿענעם חסיד. זי האָט אַפֿילו געטראַכט אַרויסצורופֿן דעם אַמבולאַנס. ווי אַ וואַסער־בלעזל פֿון זומפּיקע תּהומען, איז דער אויסגעמאַטערטער פֿײַוויש צו ביסלעך אַרויסגעשוווּמען פֿון זײַן חלום. ער האָט זיך באַקענט מיטן עכטן שׂר־היער, דעם לעשי, און געקויפֿט די זעג בײַם טעראָריסט. עס באַקומט זיך, אַז אין דער אמתן איז עס טאַקע אַ מוזיקאַלישער אינסטרומענט. דאָס פּנים פֿון דער סטואַרדעסע האָט אים דערמאָנט אין יענער זינגערין, וועטליבסקע, דאָכט זיך, איז איר נאָמען. אַרײַנגעקוקט אין די טיפֿע ברוינע אויגן פֿון דער סטואַרדעסע, האָט ער דערהערט, ווי עמעצער שעפּטשעט אים אין אויערן אַרײַן מיט רב מאָטל דעם לעשיס שטים: „ריזשי קאָט‟.

* לעשי — דער וואַלד־גײַסט, פֿאַרשפּרייט אינעם סלאַווישן פֿאָלקלאָר
[1] דאַרפֿסט אפֿשר אַ בענזין־זעג? כ׳פֿאַרקויף עס נישט טײַער (רוס.)
[2] סאַמאָליאָט — אַעראָפּלאַן (רוס.)
[3] „טשאָלנט־טאָפּ‟ — אַ הויכער הוט, פּאָפּולער בײַ די סאַטמאַרער חסידים
[4] פֿילין — אַ גרויסע סאָווע (רוס.)

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s