דער „בונד‟ און זײַן חשפּעה אויף ייִדיש אין מעלבורן

אַלעקס דאַפֿנער

דער 120סטער יובֿל פֿון „בונד‟, וועלכער איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט גרויס פֿײַערלעכקייט און פֿרייד דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער אין מעלבורן, אויסטראַליע, פּונקט ווי עס איז געשען אין אַנדערע ייִשובֿים איבער דער וועלט, האָט זיך אפֿשר אויסגעצייכנט מיט דעם, וואָס אַ סך פֿון די אָנוועזנדע און באַטייליקטע אויף דער בינע זענען געווען ייִדיש־רעדנדיקע קינדער און יוגנטלעכע פֿון דער בונדישער „סקיפֿ-צוקונפֿט‟־אָרגאַניזאַציע.

דער פּרעזידענט פֿון „בונד‟, מײַקל זילבערמאַן, האָט באַטאָנט: „דער ׳סקיפֿ׳ איז אַן איידלשטיין פֿון אונדזער אָרגאַניזאַציע‟. און עס איז נישט צופֿעליק, וואָס דאָ, אַפֿילו פֿאַרהעלטענישמעסיק מער ווי צווישן די גרעסערע ייִדישע ייִשובֿים, איז געלונגען אויפֿצוהאַלטן אַ המשך פֿאַרן „בונד‟, „סקיפֿ‟ און ייִדיש, דווקא אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿון די בונדיסטן און דעם „בונד‟ אין מעלבורן.

669ab0_295790f5db384a468bdb4c109a23285a~mv2
אַ גרופּע סקיפֿיסטן בעת אַן אַרויספֿאָר. 2016

די ערנסטע טעטיקייט פֿונעם „בונד‟ אין אויסטראַליע הייבט זיך אָן אין די שפּעטערדיקע 1920קער יאָרן, ווען צווישן דער קליינער צאָל ייִדישע אימיגראַנטן קומען אַהער אויך אָן איינצלנע דערפֿאַרענע, בונדישע אַקטיוויסטן פֿון פּוילן און ליטע, וועלכע האָבן אין דער אַלטער היים שוין געהערט צו די אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס. אַ פֿירנדיקע ראָלע אין דער פּיאָנערישער בונדישער טעטיקיט דאָ, בפֿרט לטובֿת ייִדיש, האָט געשפּילט סענדער בורשטין, וועלכער איז אָנקעקומען קיין מעלבורן אין 1928 פֿונעם פּוילישן שטעטל מאַקאָוו, וווּ ער האָט אָנגעהויבן זײַן פּאָליטישע בונדישע טעטיקייט און נאַכער געוואָרן אַ פּאַרטיי־פֿונקציאָנער אין וולאָצלאַוועק.

באַלד נאָך זײַן אָנקומען קיין אויסטראַליע, באַטייליקט ער זיך אין דער „קדימה — בית ספֿר לאומי‟, די ייִדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, געגרינדעט אין יאָר 1911, און ווערט דער פֿרײַוויליקער ביבליאָטעקאַר. אין יאָר 1928 איז פֿאָרמעל געשאַפֿן געוואָרן „די בונדישע גרופּע‟ אין מעלבורן. אין אָנהייב האָבן די בונדיסטן־אימיגראַנטן מיטגעלעבט מיטן פּאָליטישן לעבן פֿון פּוילן. זיי האָבן געזאַמלט געלט פֿאַר די דאָרטיקע ייִדישע פֿאָלקסשולן און פֿאַר דער בונדישער טאָג־צײַטונג די „נײַע פֿאָלקסצײַטונג‟.

נישט געקוקט דערויף, וואָס זיי זײַנען נישט געווען אינגאַנצן צופֿרידן מיט דער טעטיקייט, וועלכע עס האָט געפֿירט די אומפּאַרטיייִשע „קדימה‟, האָבן זיי זיך אָנגעשלאָסן אין איר, און ביסלעכווײַז אַלץ מער געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע. צוזאַמען מיט אייניקע פּעולי-ציוניסטן און ייִדישיסטן האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט די „קדימה‟ אין אַ זייער אַקטיוון „קולטור־צענטער און נאָציאָנאַלער ביבליאָטעק‟.

זיי האָבן אויך געשאַפֿן די געזעלשאַפֿט „פֿרײַנד פֿון די ייִדישע וועלטלעכע שולן אין פּוילן‟ און אָראָפּגעבראַכט ווי אַ קולטור־שליח, צוערשט, דעם שרײַבער און דיכטער מלך ראַוויטש. ער האָט געהאָלפֿן צו גרינדן דאָ די ערשטע ייִדישע צוגאָב־שול, די „י. ל. פּרץ־שול‟; און נאַכער — דעם ליטווישן בונדיסט און פּעדאַגאָג יוסף גיליגיטש, וועלכער האָט זיך דאָ באַזעצט מיט זײַן משפּחה און איז געוואָרן דער לאַנג־יאָריקער פֿאַרוואַלטער, לערער פֿון לערערס און דער וועגווײַזער פֿאַר דורות יונגע ייִדן. ער האָט די שול פֿונאַנדערגעבויט.

jacob-waislitzs-production-of-the-dybbuk-1957-bride-leah-played-by-chayele-storch
א סצענע פֿון “דיבוק”, אויפֿגעפֿירט אינעם ייִדישן טעאַטער, מעלבורן

מיט דער צײַט, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און מיטן אָנקומען קיין אויסטראַליע אַ פֿיל גרעסערער כוואַליע אימיגראַנטן בכלל — צווישן זיי ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה און די געראַטעוועטע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַרײַנגערעכנט אויך מער בונדיסטן, — האָט די „י. ל. פּרץ־שול‟, די „קדימה‟ און דער ייִדישער טעאַטער, „דער דוד הערמאַן־טעאַטער‟ אויפֿגעבליט, קודם־כּל, אַ דאַנק די אימיגראַנטן אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן יעקבֿ ווייסליץ און רחל האָלצער בראָש.

די שרײַבער בונדיסטן, ווי הערשל באַכראַך, משה אײַזענבוד, יצחק קאַהאַן און אַנדערע האָבן אָנגעהויבן אַרויסגעבן אַ בונדישן ביולעטין און שפּעטער די צײַטשריפֿט פֿאַר געזעלשאַטלעכע און פּאָליטישע פֿראַגן „אונדזער געדאַנק‟. זיי האָבן אויך אָרויסגעגעבן זייערע אייגענע ביכער און זיך אָפֿט בײַגעשטײַערט צו די „אַלמאַנאַכן‟ פֿון דער „קדימה‟ און די „אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟.

אין די אָנהייב 1950ער יאָרן האָבן די יונגע בונדיסטן שׂימחה בורשטין און פּיניע רינגעלבלום, געגרינדעט אין מעלבורן די באַוועגונגען „סקיפֿ‟ און „צוקונפֿט‟, וועלכע האָבן, צוערשט, געפֿירט זייער וועכנטלעכע טעטיקייט און די זומער־לאַגערן כּמעט אינגאַנצן אויף ייִדיש. מיט דער צײַט האָט די ייִדיש רעדנדיקע קהילה זיך אָנגעהויבן איבערציִען אויף דרום-מיזרח אין די שענערע פֿאָרשטעט פֿון מעלבורן. דאָרט האָט זיך געעפֿנט אַ צווייטע ייִדישע צוגאָב־שול אויף שלום־עליכמס נאָמען. דער „בונד‟ האָט זיך אויך באַזעצט נעענטער צו דעם שטאָט־טייל און נאַכער די „קדימה‟ און דער „דוד הערמאַן טעאַטער‟.

די יוגנט פֿון „סקיפֿ-צוקונפֿט‟ האָט אין 1969 געשטעלט יצחק מאַנגערס „מגילה‟ און געגרינדעט דעם „מעלבורנער ייִדיש יוגנט־טעאַער‟, וועלכער האָט אונטער דער רעזשי פֿון די יונגע בונדיסטן, פֿייגע מאָקאָטאָוו און טשאַרלס סלוצקי, און דעם שרײַבער און דראַמאַטורג אַהרן זײַבל, און מײַן ווייניקייט, פֿאַרווײַלט דעם ייִדישן עולם במשך פֿון מער ווי צוואָנציק יאָר.

די בונדיסטן משה אײַזענבוד, פּיניע רינגעלבלום, דניאל חרג, מיראַ זילברעמאַן, מײַקל און שׂרה זילבערמאַן, און מײַן ווייניקייט, האָבן זינט די מיט־1970ער יאָרן טראַנסמיטירט ייִדישע ראַדיאָ־אוידיציעס פֿון אַ הויכן ניוואָ, דורך די מולטי-עטנישע-שפּראַכיקע און ייִדישע ראַדיאָ־סטאַציעס; און די לעצטע דרײַ אויף דער רשימה טוען עס עד-היום.

ווען די צאָל ייִדיש־רעדנדיקע באַטייליקטע, שילער און עולם האָט אָנגעהויבן פֿאַלן אין די אָנהייב 1970ער יאָרן, און מע האָט נישט געלאָזט לערנען דאָס ייִדישע לשון ווי אַ לימוד אין דער וואַקסנדיקער צאָל היגע דזשויִש־שולן, האָבן עטלעכע פֿאַרעקשנטע בונדיסטן מיט נתּן גריפֿענבערג בראָש, געגרינדעט אין יאָר 1975 דעם „שלום־עליכם־קאָלעדזש און קינדער־גאָרטן‟ אין דער געבײַדע פֿון דער צוגאָב־שול מיטן זעלבן נאָמען. די תּלמידים פֿון דער עלעמענטאַרער שול לערנען די ערשטע אַכט יאָר 11 שעה ייִדיש און ייִדישע קולטור, ווי אויך 4 שעה העברעיִש במשך פֿון דער וואָך ביזן הײַנטיקן טאָג.

melbourn-kinder
קינדער פֿון „שלום־עליכם־קאָלעדזש און קינדער־גאָרטן”

די שול האָט זיך שטאַרק פֿאַרגרעסערט און פֿונאַנדערגעבויט. די צאָל שילער האַלט שוין אין די הונדערטער, און סײַ די פֿאַרוואַלטערין, סײַ די ייִדיש לערערס זײַנען מערסטנס געוועזענע שילער פֿון דער שול און געוועזענע סקיפֿיסטן און קינדער, אָדער אייניקלעך פֿון בונדיסטן. אַ שפּאָר ביסל שילער פֿון דעם „שלום־עליכם־קאָלעדזש‟ זײַנען אויך הײַנט מיטגלידער בײַם „סקיפֿ‟ און טרעטן אַרויס מיט אַ גלענצנדיקן ייִדיש אויף פֿאַרשידענע שול־ און קהילה־אונטערנעמונגען.

ווען די אַביטוריענטן פֿון דעם קאָלעדזש האָבן ווײַטער געוואָלט פֿאָרזעצן מיט ייִדיש ווי אַ מאַטורע־שפּראַך, האָבן די בונדיסטן און לערער, ווי מײַן ווייניקייט, שׂרה זילבערמאַן פֿריידי מראָצקי א.אַ, עס אַײַנגעפֿירט אינעם אַלגעמיינעם מיטלשול־בילדונגסוועזן פֿון וויקטאָריע־שטאַט אין יאָר 2005. עס גייט ווײַטער אָן ווי אַ מאַטורע־לימוד פֿאַר יוגנט און דערוואַקסענע. כּמעט גלײַכצײַטיק איז ייִדיש אַרײַן ווי אַ לימוד אין די הויכע פֿענצטער פֿון דעם „אויסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע‟ בײַם מאָנאַש אוניווערסיטעט, אַ דאַנק דער מי און געניטקייט פֿון די געוועזענע סקיפֿיסטן-צוקונפֿטיסטן דניאל חרג, רחל קאַלמאַן וכדומה.

די אָפּטיילונג ווערט הײַנט ווײַטער געפֿירט פֿון דער בונדיסטין און פּאָעטעסע הינדע בורשטין. דער „בונד‟ האָט מיט יאָרן צוריק אויך געגרינדעט דעם ייִדישן כאָר „מיר קומען אָן‟, געפֿירט פֿון טאָמי קאַלינסקי און רייזל זילבערמאַן. זיי באַשײַנען און באַגלייטן די ייִדישע פֿײַערונגען און ברענגען נחת די מענטשן אין די שטאָטישע משובֿ-זקנים.

kleamania
פֿריידי מראָצקי און איר ברודער לייבל מראָצקי (קלאַרנעט) האָבן געגרינדעט די „קלעזמאַניע‟־קאַפּעליע

די געוועזענע סקיפֿיסטן פֿריידי מראָצקי און איר ברודער לייבל מראָצקי האָבן געגרינדעט און טרעטן אָפֿט אַרויס מיט גרויס דערפֿאָלג אין דער „קלעזמאַניע‟־קאַפּעליע אויף ייִדישע און מולטי-קולטורעלע אונטערנעמונגען אין מעלבורן און איבער גאַנץ אויסטראַליע. די יונגע בונדיסטן דוד רינגעלבלום, לילי מלינעק און אַנדערע, האָבן מיט יאָרן צוריק געגרינדעט און פֿירן דאָ ווײַטער אָן מיטן גרעסטן יערלעכן ייִדישן פֿעסטיוואַל, „אין איין קול‟.

די בונדיסטן און געוועזענע סקיפֿיסטן-צוקונפֿטיסטן, ווי סענדער בורשטין, באָנאָ ווינער, משה אײַזענבוד, יוסל ווינקלער, צעשיאַ און אַבֿרהם גאָלדבערג, רחל קאַלמאַן, מײַן ווייניקייט, און פֿיל, פֿיל אַנדערע, האָבן געפֿלעגט און פּראָטעזשירט די ייִדישע שפּראַך און קולטור דורך דער „קדימה‟ און אַנדערע אינסטיטוציעס. זיי האָט תּמיד געטריבן דער בונדישער קרעדאָ פֿון „דאָיִקייט‟ און „ייִדיש ווי די נאַציאָנאַלע שפּראַך און קולטור פֿונעם ייִדישן אַשכּנזישן פֿאָלק‟.

leyenkrayz-web
דער לייענקרײַז בײַ “קדימה”

אַ בולטער סימן פֿון דעם בונדס חשפּעה אויף ייִדיש אין מעלבורן איז מסתּמא געווען דער פֿאַקט, אַז אויב עמעצער פֿלעגט אַרויסווײַזן זײַן ליבע צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט מען אים באַלד באַצייכנט ווי אַ „בונדיסט‟. הײַנט איז עס שוין אַנדערש, און כאָטש ייִדיש האָט נישט די מאַסן און מאַסשטאַב פֿון באַנוץ ווי אַמאָל, ווערט ייִדיש ווײַטער געזען און געלויבט ווי אַ טייל פֿון אויסדרוק און כאַראַקטער פֿון דער ברייטערער מעלבורנער ייִדישער קהילה.

סײַ ווי סײַ, מעג דער „בונד‟ אין מעלבורן זײַן זייער שטאָלץ מיט איר 120־יאָריקער געשיכטע, ווי אויך מיטן אָנגיין ווײַטער מיט ייִדיש אויפֿן ווײַטסטן קאָנטינענט, אין מעלבורן, „ירושלים ד’אויסטראַליע‟.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציעס און בילדער זעט:

https://www.bundist.org
http://future.arts.monash.edu/yiddish-melbourne
http://future.arts.monash.edu/yiddish-melbourne/organisations-bund
http://www.kadimah.org.au/jewish-settlement-in-australia
http://www.sholem.vic.edu.au

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s