אַ ייִדישער פֿילם, געמאַכט אין אַ צײַט פֿון זיצן אויף טשעמאָדאַנען

2. קעשענעווער אײַזנבאַן־סטאַנציע: „יאָשקע פֿאָרט אַוועק…‟

(המשך, אָנהייב אין יאַנואַר־נומער)

יאָר1991. די שטאָט קעשענעוו האָט געקאָכט. אויפֿן צענטראַלן פּראָספּעקט, וואָס האָט נאָך נעכטן געטראָגן לענינס נאָמען (ווי כּמעט אַלע צענטראַלע פּראָספּעקטן און גאַסן אין די שטעט און דערפֿער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד), האָט געכוואַליעט דער מענטשן־ים מיט פּלאַקאַטן און טראַנספּאָראַנטן אויף רומעניש. לענינס מאָנומענטאַלער דענקמאָל, געמאַכט פֿון רויטן גראַניט, איז איבער אַ נאַכט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. די דורותדיקע פֿאָלקס־טראַדיציע אויסצולאָזן דעם כּעס און אומבאַהאָלפֿנקייט צו מלוכה־דענקמעלער האָט זיך אין די סמוטנע טעג בולט אויסגעדריקט אויך אויף די ייִדישע מצבֿות. אין דער אַלטער שטאָט אוריִעוו זײַנען אויפֿן בית־עולם צעבראָכן געוואָרן צענדליקער מצבֿות. עס האָבן נישט אויסגעפֿעלט אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן אויף די ווענט. אָנגעשריבן אויף רוסיש מיט ווײַסע געדרוקטע בוכשטאַבן, האָבן אָט די אויפֿשריפֿטן אַרויסגעוויזן אַ געוויסע באַהאַוונטקייט פֿון די אַנאָנימע מחברים אין פֿראַגעס פֿון די „זיקני־ציון־פּראָטאָקאָלן‟. בלויז איין בײַשפּיל פֿון אַזאַ וואַנט־שאַפֿונג: „יהדות איז אַ שׂונא פֿון ציוויליזאַציע, אַ מאָנסטער פֿון דעם ייִדישן סוראָגאַט־אינטעלעקט‟. קיין צווייפֿל איז נישט געווען, אַז די דאָזיקע ווערטער קומען אַרויס פֿון דעם זעלבן מקור, וואָס האָט מיט ייִדיש בלוט געלאָשן דעם דורשט בײַ די רוסישע שוואַרץ־מאהניקעס אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. מיט נײַנציק יאָר שפּעטער האָבן זיי פֿאַרשטעלט זייער מענטשנהאַס מיט דער פֿאָן פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער באַוועגונג‟.

штефан
דער דענקמאָל פֿון שטעפֿאַן טשעל מאַרע

לענינס דענקמאָל איז ווי אַנטלאָפֿן פֿאַר מורא; און דער דענקמאָל פֿון שטעפֿאַן טשעל מאַרע — דער גרויסער שטעפֿאַן, ביז אַהער פֿאַררוקט אין אַ פּאַרק־ווינקל ער זאָל זיך, חלילה, נישט וואַרפֿן אין די אויגן מיט זײַן אויפֿגעהויבענעם צלם אין דער לינקער האַנט, און מיטן שווערד אין דער רעכטער, — איז אַרויס פֿון זײַן היסטאָרישן שאָטן און דערהויבן געוואָרן אויף אַ נײַעם פּאָסטאַמענט. איצט, האָט ער געדינט, ווי אַ סימבאָל פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט און מיט שטאָלץ געקוקט אויפֿן צענטראַלן פּראָספּעקט, אָנגערופֿן אויף זײַן נאָמען, שטעפֿאַן טשעל מאַרע.

דער צווייטער שטראָם, די אינטערנאַציאָנאַליסטן, פֿלעגט זיך צונויפֿקומען אין די פּאַרקן, צווישן ביימער, ווי פּאַרטיזאַנער. זיי האָבן זיך געהאַלטן בײַ אַלטע סימבאָלן פֿון סאָוועטישע צײַטן, און אַלץ אָפֿטער דערמאָנט אין זייערע דרשות די אַמאָליקע סאָוועטישע אויטאָנאָמע רעפּובליק, וואָס האָט עקזיסטירט אויפֿן לינקן נעסטער־ברעג פֿון 1924 ביז 1940. דער סוף איז געווען, אַז די שפּראַכן־מלחמה האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ בלוטיקן קאַמף, מיט מענטשלעכע קרבנות. די געוועזענע סאָוועטישע מאָלדאַוויע האָט זיך ענדגילטיק געשפּאָלטן אויף צוויי מלוכישע טעריטאָריעס — מאָלדאָווע און בײַדנעסטער־רעפּובליק, מיט איר אייגענער פֿאָן, הימען, רעגירונג און הויפּשטאָט טיראַספּאָל.

דער ייִדישער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט זיך געפֿונען אַ צײַטווײַליקן מקום אויף דער קעשענעווער אײַזנבאַן־סטאַנציע.

אין דער געשיכטע פֿון אָרטיקע ייִדן האָט די שיינע אײַזנבאַן־סטאַנציע נישט איין מאָל געשפּילט אַ גורלדיקע ראָלע. פֿון דאַנען זײַנען די ייִדן, ראַטעווענדיק זיך פֿונעם שיכּורן המון פּאָגראָמשטשיקעס, אַנטלאָפֿן קיין אָדעס בעתן טרויעריק־באַרימטן פּאָגראָם אין 1903, ווי אויך שפּעטער מיט צוויי יאָר, ווען די אַנטיסעמיטישע פּאָגראָמען האָבן אַרומגעכאַפּט גאַנץ רוסלאַנד. פֿון אָט דער סטאַנציע, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָבן טויזנטער ייִדישע משפּחות זיך געלאָזט אין זייער ערשטן עמיגראַציע־וועג קיין אַמעריקע. פֿון דאַנען, שוין אין די 1920־1930ער יאָרן האָבן די בעסאַראַבער ייִדישע חלוצים אָנגעהויבן זייער עליה קיין ארץ־ישׂראל.

This slideshow requires JavaScript.

איצט, אין די אָנהייב 1990ער, כּמעט יעדן אָוונט נעמען זיך דאָ צונויף די „אָפּפֿאָרנדיקע‟, זייערע קרובֿים און פֿרײַנד, צו באַגלייטן די משפּחות קיין ישׂראל. די ייִדן פֿאָרן אַוועק. פֿונעם לאַנד, פֿון בעסאַראַביע — אויף שטענדיק. וואָס וואַרט זיי דאָרט, ווייסט קיינער נישט. דאָ זײַנען זיי געווען דאָקטוירים, מוזיקער, געלערנטע, אינזשענירן, אַרבעטער, לערער… נישט פֿון די לעצטע, און נישט פֿון די אָרעמסטע… אײַ, ייִדיש מזל! ס׳איז שטענדיק דאָרט, וווּ מיר זײַנען נישטאָ — שוין נישטאָ, אָדער נאָך נישטאָ.

עטלעכע נעכט פֿילמירן מיר די אָפּפֿאָר־עפּיזאָדן אויפֿן קעשענעווער וואָקזאַל. אין אַן אָפּגעטיילט ווינקל פֿונעם גרויסן סטאַנציע־שטח ווערט צונויפֿגעשטעלט אַ באַזונדערער צוג, אויף וועלכן די ייִדן וועלן אין עטלעכע מינוט אַרום אָפּפֿאָרן קיין בוקאַרעשט, און פֿון דאָרט, שוין מיטן עראָפּלאַן, קיין תּל־אָבֿיבֿ. אַן עלעקטרישער שטראַל פֿונעם לאָמפּ, געשטעלט פֿון אונדזער עלעקטריקער, כאַפּט בגנבֿה אַרויס פֿון דער פֿינצטערניש טשעמאָדאַנען, פּאַק־און־פּעק, בלומען. פּנימער. עס שטייט אַ זשום, אַ האַוועניש, דורך וועלכע עס שלאָגן זיך אַרויס שטיקער רייד. געוויין. גרויס און קליין כליפּען, זיפֿצן, קושן זיך. עמעצער קאָרקעוועט אויף אַ פֿלעשל שאַמפּאַן־ווײַן: „מיט מזל!‟…

די קעשענעווער אײַזנבאַן־סטאַנציע איז געוואָרן דער אמתער ברידערלעכער פּונקט, וואָס האָט פֿאַראייניקט ביידע צדדים פֿון דעם שפּראַכן־ און אידעאָלאָגישן קריג אין דער געוועזענער סאָוועטישער מאָלדאַוויע

די נײַע ייִדישע מאָלדאָווע האָט זיך צעטיילט אויף דרײַ קאַטעגאָריעס: וואָס פֿאָרן אַוועק; וואָס פֿאָרן דערווײַל נאָך נישט, און אויף די, וואָס בלײַבן. ס’רובֿ פֿון דער ערשטער קאַטעגאָריע האָט זיך געלאָזט קיין ישׂראל, עס הייסט, מע מאַכט אַן עליה. די איבעריקע, געקרוינט ווי עמיגראַנטן, האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרקערעווען אין אַנדערע לענדער. די „דערווײַליקע‟ פֿון דער צווייטער קאַטעגאָריע האָבן זיך געטשעפּעט פֿאַר אַ מינדסטער געלעגנהייט אָפּצוציִען זייער אָפּפֿאָר; דאָס וואָרט „אפֿשר‟ איז געוואָרן זייער אָנשפּאַר און טרייסט. „אפֿשר‟ וועט זיך נאָך דאָ עפּעס ענדערן צום גוטן; אפֿשר וועט דער דונער קומען פֿאַרן בליץ; אפֿשר וועט געשען אַ מבול, אָדער אַן ערדציטערניש, וואָס איז מער פּאַסיק פֿאַר דעם ראַיאָן און דאָס אומבאַגרײַפֿלעכע צעפֿאַלעניש וועט זיך אויסלאָזן צו אַן אַלוועלטלעכער ברידערלעכער פֿאַראייניקונג…

קיין נאַטור־קאַטאָקליזם איז, צום גליק, נישט געשען, און די „דערווײַליקע‟, זײַנען ביסלעכווײַז צוגעשטאַנען צו דער ערשטער קאַטעגאָריע, „אַוועקפֿאָרנדיקע‟. דאָס וואָרט „עליה‟, ווי אַן אָנשטעקנדיקע באַקטעריע, אַרײַנגעבראַכט פֿון די סוכנות־שליחים, האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט אין ביידע טיילן פֿון די צוויי נײַ־געשאַפֿענע מלוכות — סײַ אין מאָלדאָווע און סײַ אין דער בײַדנעסטער־רעפּובליק. די קעשענעווער אײַזנבאַן־סטאַנציע איז געוואָרן דער אמתער ברידערלעכער פּונקט, וואָס האָט פֿאַראייניקט ביידע צדדים פֿון דעם שפּראַכן־ און אידעאָלאָגישן קריג אין דער געוועזענער סאָוועטישער מאָלדאַוויע.

דער עלעקטרישער שטראַל האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ פּנים פֿון אַ שוואַרץ־חנעוודיקער פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. זי רעדט נישט, זי כליפּעט אַרויס די ענטפֿערס אויף די קאַרגע פֿראַגעס:

— וואָס וואַרט דאָ מײַנע אייניקלעך? נאָר צוליב זיי פֿאָר איך אַוועק. ס’איז מיר דאָ געווען גוט. איך האָב דאָ זייער גוט געלעבט…
— איר לאָזט דאָ נאָך עמעצן איבער?
— די עלטערן, שוועסטער, פֿרײַנד… איך לאָז דאָ איבער אַלץ… מײַן נשמה בלײַבט דאָ…

#1-6_45
די זינגערין און אַקטריסע אַנאַ גינזבורג

(צווישן זשום און רעש פֿון דעם באַגלייטונג־האַוועניש שנײַדן זיך דורך די קלאַנגען פֿון אַ פּאָפּולער ייִדיש ליד: „נאָך אַ שעה און נאָך אַ שעה, אוי, די באַן גייט שוין אַוועק/ נאָך אַ זיפֿץ און נאָך אַ קוש, אוי, יאָשקע פֿאָרט אַוועק…‟)

אַזוי פֿירט זיך שוין בײַ אונדז ייִדן: „די שטוב ברענט און דער זייגער גייט‟. יאָ, דאָס לעבן שטייט נישט אויף אַן אָרט — מע שפּילט חתונות, מע האָט קינדער, מע רעמאָנטירט די אַלטע און מע שטעלט נײַע מצבֿות, כאָטש די ערד האָט זיך נאָך נישט אָפּגעזעצט, ווײַל „די באַן גייט שוין אַוועק…‟ דאָס פֿאָלקסליד האָט זיך אַרײַנגעריסן אין די אָנהייב 1990ער פֿונעם ווײַטן יאָר 1914, ווען ס’האָט אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה. דער ייִדישער רעקרוט יאָשקע ווערט געשיקט צו שלאָגן זיך מיטן שׂונא פֿונעם רוסישן צאַר, צו פֿאַרטיידיקן זײַן פֿאָטערלאַנד. זינט דעמאָלט זײַנען אומגעקומען אין די בלוטיקע מלחמה־שלאַכטן טויזנטער און טויזנטער יאָשקעס, פֿאַרטיידנדיק זייער פֿאָטערלאַנד. צי האָט זיי דאָס פֿאָטערלאַנד אָפּגעצאָלט מיט דער זעלבער ליבע און געטרײַשאַפֿט?

דאָס אַלטע ייִדישע פּריזיוו־ליד, אַרויסגעשלעפּט פֿון דער פֿאַרגעסנקייט, איז ווי צוגעמאָסטן געוואָרן צו דער נײַער צײַט: די באַנען וואַרטן שוין אַוועקצופֿירן גאַנצע משפּחות צו אַ ווײַטער סטאַנציע — מדינת־ישׁראל. מ’האָט אַ סך געהערט וועגן איר, און מע ווייסט נאָך אַלץ זייער ווייניק. די מורא צו בלײַבן איז געוואָרן דער שלעפּ־לאָקאָמאָטיוו פֿון דער לעצטער עליה.

ווי מאָדנע עס זאָל נישט אויסזען, אָבער מגולגל איז געוואָרן „יאָשקע‟ אין אַ סימבאָל פֿון פֿאַרלאָזן די אַלטע היים דווקא אויף די ייִדישע חתונות. אונטער די קלאַנגען פֿון דער מוזיק האָט מען געטאַנצט און געשׂימחהוועט; און אין דער זעלבער צײַט האָט מען שוין אין געהיימע ערטער צונויפֿגעקלאַפּט קאַסטנס, אײַנצופּאַקעווען דעם דערלויבטן באַגאַזש. נאָך איידער די סוכנות האָט פֿונאַנדערגעוויקלט איר טעטיקייט, איז די ייִדישע חתונה געוואָרן אַן אָרט, וווּ מ’האָט געקאָנט אַרומרעדן די אַרויספֿאָר־פּראָבלעמען: למשל, וואָס איז כּדאַי צו פֿירן אַהין, און וווּ קאָן מען עס קריגן דאָ? אָדער וועמען דאַרף מען “אונטערשמירן” בײַ דער צאָלאַמט און וואָס איז די טאַקסע? ווי אַזוי לוינט מער צו פֿאָרן — דורך טשאָפּ, אָדער דורך אונגען?…

ווייניק ווער ווייסט הײַנט, אַז געבראַכט האָט „יאָשקען‟ אויף דער ייִדישער חתונה אין מאָלדאָווע די זינגערין און אַקטריסע אַניע גינזבורג. לויט אונדזער סצענאַר, האָט אַניע געזאָלט שפּילן אַ שווערע ראָלע, אפֿשר די שווערסטע אין איר קורצער טעאַטראַלער קאַריערע. זי האָט זיך אומגעדרייט צווישן די פֿאַרוויינטע מענטשן אויפֿן וואָקזאַל, אין זייערע לעצטע צעשיידונג־מינוטן, און זיי געשטעלט האַרבע פֿראַגעס. אייגנטלעך, זײַנען די פֿראַגעס געווען בײַ יעדן אויף דער שפּיץ־צונג, פּונקט ווי די ענטפֿערס האָבן זיך ווייניק וואָס אונטערגעשיידט איינער פֿונעם אַנדערן.

אַניע גינזבורג געהערט צו דעם דור בעסאַראַבער פֿרויען, וואָס ייִדיש און ייִדישער שטייגער איז געווען דער יסוד פֿון זייער קיום. אין יאָר 1966 האָט זיך אין קעשענעוו געשאַפֿן אַן אַמאַטאָרישער ייִדישער טעאַטער — אַ זעלטענע דערשײַנונג אין יענע יאָרן נישט בלויז פֿאַר מאָלדאַוויע, נאָר פֿאַרן גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַניע גינזבורג, שוין גאָר נישט קיין יונגע אָנצוהייבן אַ נײַע קאַריערע, איז דאָרט געוואָרן אַ שטערן. זי האָט נישט געדאַרפֿט זיך „אײַנלעבן‟ אין די ראָלעס פֿון אַ טיפּישער ייִדענע, מיט אַלע מעלות און חסרונות. אַזאַ איז אַניע גינזבורג אין תּוך געווען.

אויף אַ שאַפֿערישן און געלונגענעם וועג האָבן דעם טעאַטער אָנגעשטעלט צוויי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער אינטעלעקטועלער עליט אין קעשענעוו: דער רעזשיסאָר ראובֿן לוין, אַ תּלמיד פֿון שלמה מיכאָעלס, און דער פּאָעט מאָטל סאַקציִער. דער ייִדישער עולם פֿון בעסאַראַביע איז פֿון תּמיד אָן געווען אײַנגעטונקען אין ליבע צום ייִדישן וואָרט און ניגון. אין די 1960ער יאָרן האָבן נאָך געלעבט סײַ די, וואָס דער טעם פֿון אַ ייִדיש טעאַטער־שטיקל איז זיי אײַנגעבאַקן געוואָרן אין דער נשמה; און סײַ די געציילטע אַקטיאָרן, וואָס ס׳האָט נאָך געצאַפּלט אין זיי דאָס געבענטשטע פֿײַערל, אָנגעצונדן אין יאַס פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. אָט דער קליינער גרופּע פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוּוועקן אינעם עלטערן דור צושויער טרייסט און האָפֿענונג, און אָנצושטעקן זייערע כּמעט אַסימילירטע קינדער מיט ליבע און גלויבן צו מאַמע־לשון און ייִדישן ליד. נאָך מער: מעגלעך, אַז דווקא דער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער האָט געבראַכט דערצו, אַז אַ היפּשע צאָל ייִדן זאָלן נאָך אין די אָנהייב 1970ער אָננעמען דעם באַשלוס אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.

#2-6_18
די מצבֿה פֿון ראובֿן לוין אויפֿן קעשענעווער בית־עולם

דער קעשענעווער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער האָט עקזיסטירט קנאַפּע פֿינעף יאָר. ניין, מ׳האָט אים נישט געשלאָסן, כאָטש די היגע מאַכט האָט אויסגענוצט אַלע אירע פֿאַרדרייטע מאַניפֿאָרגעס־דריידלעך צו באַגרענעצן זײַן טעטיקייט; עס האָבן אים געשלאָסן די אָנטיילנעמער אַליין, ווי אַ פּראָטעסט מע זאָל דעם ייִדישן טעאַטער אויסניצן ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע־מיטל קעגן מדינת־ישׂראל. אינעם זעלבן יאָר, אין 1971 איז טראַגיש, אין אַן אויטאָ־אינצידענט אומגעקומען דער רעזשיסאָר ראובֿן לוין. זײַן טויט האָט איבערגעראַשט די ייִדישע באַפֿעלקערונג, אַזוי שרעקלעך האָט עס דערמאָנט דעם טויט פֿון לוינס לערער, שלמה מיכאָעלס. נישט אומזיסט האָט מען זיך געשושקעט, אַז סײַ דער לערער און סײַ זײַן תּלמיד זײַנען אומגעקומען פֿון די זעלבע מערדער.

אַניע גינזבורג איז נישט אַרויסגעפֿאָרן. זי האָט טאַקע פֿאַרלוירן די בינע, אָבער נישט דעם פּובליקום. באַגלייט פֿון איר מוזיקאַלישן אַנסאַמבל, זינגט זי אויף ייִדישע חתונות. זי טראָגט די פֿרייד פֿון ייִדישן געזאַנג אויף די משפּחה־שׂימחות. אין די סוף 1980ער, ווען עס קומט די צײַט, אַז גלײַך נאָך דער חתונה לאָזן זיך אַ סך יונגע פּאָרפֿעלקער צו בויען זייער משפּחה־לעבן אין ישׂראל, האָבן די געסט אויף די חתונות דערהערט און ריכטיק פֿאַרטײַטשט דאָס אַלטע ייִדישע פּריזיוו־ליד, „יאָשקע פֿאָרט אַוועק‟…

אַניע גינזבורג גופֿא איז אַרויסגעפֿאָרן קיין אַמעריקע צו איר טאָכטער אין 1991. איך אַליין, שוין וווינענדיק אין ניו־יאָרק, האָב נישט איין מאָל געהערט פֿון אַניען און וועגן אירע אויפֿטריטן מיט ייִדישע פּראָגראַמען אין די ייִדיש־קלובן און „דזשויִש־צענטערס‟ איבער אַמעריקע. איין מאָל האָט זי אַפֿילו אָנגעקלונגען אין רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟, פֿאַרבעטנדיק מיך צו קומען אויף איר קאָנצערט אין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ זי האָט געוווינט.

„ווי געפֿעלט אײַך, אַניע, דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם?‟ — האָב איך זי געפֿרעגט.

מיטן ענטפֿער, ווי איר שטייגער איז, האָט זי זיך נישט פֿאַרהאַלטן:
„אַן עולם נישט קיין גולם…‟ — און נאָך אַ קורצער פּויזע צוגעגעבן: „וואָס יאָ, עס פֿעלט דאָ די מענטשן אַ ביסל אונדזער בעסאַראַבער וואַרעמקייט…‟

אַניע גינזבורג איז געשטאָרבן אין 2013, אין פֿילאַדעלפֿיע.

#2-4_06
דער עפּעזאָד פֿון פֿילם “אין שיס־גאַלעריי”

1990. שיס־גאַלעריי. עטלעכע ייִנגלעך און מיידלעך זײַנען אַהער געקומען אַרויסצוּווײַזן זייער פֿיייִקייט אינעם שיסן איבער די פֿאַרשיידענע פֿיגורקעס. אין די דאָזיקע צילן־פֿיגורקעס, אויסגעשניטן פֿון בלעך און אויסגעשטעלט שורותווײַז אויף אַ פּאַנעל, 10־15 מעטער פֿון דעם אָרט, וווּ די יונגע שיסערס שטייען, איז גרינג צו דערקענען אַ מיל, אַ הירש, עטלעכע פֿליִענדיקע קאַטשקעס און עראָפּלאַנען מיט באָמבעס; עס וואַרפֿן זיך אָבער אויך אין די אויגן אַנדערע פֿיגורקעס, אַרויסגעשטעלט צווישן זיי: אַ ייִד אין אַ טלית און תּפֿילין, אַ מנורה, אַ ייִנגעלע מיט אַ ווײַס ציגעלע, אַ קלויז, אַ קלעזמער מיט אַ פֿידל… (עס הערט זיך דאָס פֿריילעכע ליד „רומעניע‟, געזונגען פֿון די באַרימטע אַמעריקאַנער בערי־שוועסטער, און דער שיס־פֿאַרמעסט הייבט זיך אָן). די ייִנגלעך און מיידלעך צילן זיך און שיסן אויס; לאָדן אָן זייערע ביקסן און שיסן ווידער. עס פֿאַלן אונטערגעשאָסענע קאַטשקעס און הירשן, די באָמבעס פֿון די עראָפּלאַנען פֿאַלן און רײַסן אויף, די מיל דרייט זיך און… צוזאַמען מיט זיי ווערן אָפּגעווישט, מיט איין שאָס, דער ייִד אין טלית און תּפֿילין, די מנורה און דאָס קלײַזל, דאָס ייִדיש ייִנגעלע מיטן ווײַסן ציגעלע, און דער קלעזמער מיטן פֿידל… און ווי נאָר זיי פֿליִען אַוועק, גיט אַ שווינדל אויף אַ רגע אַ פֿאַרגעלטע פֿאַרמלחמהדיקע פֿאָטאָגראַפֿיע, יעדעס מאָל אַן אַנדערע — אַ קליינשטעטלדיקער ייִד, אַן אַלטע שיל, אַ קלעזמער־קאַפּעליע, אַ בעל־מלאָכה (דאָס ליד קלינגט אַלץ גיכער און גיכער, די פֿרייד ווערט אַלץ גרעסער און גרעסער, און די שיסערײַ — אַלץ העכער און העכער) …

אַרום 300 טויזנט בעסאַראַבער ייִדן זײַנען געבליבן ליגן אין אָט דער ערד. די בעסאַראַבער ייִדן האָט מען נישט פֿאַרברענט אין די קרעמאַטאָריעס. זיי זײַנען פֿאַראורטיילט געוואָרן אויסצוגיין לאַנגזאַם, פֿאַרפּײַניקט פֿון ברענענדיקער זומער־היץ, דורשט און הונגער — אין די ריוון, בײַם ראַנד פֿון וועג, אין די שטאַלן פֿאַר בהמות, אין די פֿראַכט־וואַגאָנען, געטריבן פֿון איין סטאַנציע צו אַ צווייטער, נאָר מיט איין ציל — וואָס מער פּאַסאַזשירן, אָנגעשטאָפּט אין זיי, זאָלן דערשטיקט ווערן…

איך געדענק ווי נאָך דער וועלט־פּרעמיערע פֿונעם פֿילם אין תּל־אָבֿיבֿ, אין דעם מוזיי „בית התּפֿוצות‟, זײַנען צו ניסל און צו מיר צוגעקומען מענטשן, און זייער ערשטע פֿראַגע איז געווען: צי אַזאַ שיס־גאַלעריי איז טאַקע געווען אין קעשענעוו? צום גליק, איז צו דעם נישט דערגאַנגען. דער גאַנצער עפּיזאָד מיטן שיסן אין די ייִדישע פֿיגורקעס, איז געווען בלויז אַ קינסטלעריש מיטל, אַ רעזשיסאָרישער אײַנפֿאַל — אַ שאָס, וואָס האָט געטראָפֿן פּונקט אין ציל אַרײַן, ווײַל ער האָט געטראָגן אין זיך דעם היסטאָרישן אמת.

המשך קומט

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s