
И я когда-то был Богом (און איך בין אַ מאָל געווען גאָט) — אינעם זאַמלבוך איבערזעצונגען אויף רוסיש זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן לידער, אָנגעשריבענע אין משך פֿון 50 יאָר: 1970־2020. די לידער האָבן איבערגעזעצט 3 רוסישע פּאָעטן: פֿרעדי זאָרין, רודאָלף אָלשעווסקי און וואַלערי פֿאָקין (רעדאַקטאָר פֿונעם בוך). מיט וואַלערי פֿאָקינען, וועלכער וווינט אין רוסלאַנד אין דער שטאָט קיראָוו, האָט לעמסטער זיך געלערנט אויף די העכסטע ליטעראַטור־קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַרישן אינסטיטוט. דער קינסטלער פֿונעם ביכל וואָלף בולבאַ, איז גוט באַקאַנט אין ישׂראל. מיטן אַרויסגעבן דאָס ביכל אין פֿאַרלאַג „בית־נעלי‟ האָט זיך פֿאַרנומען נעלי שנײַדער. סײַ זי, סײַ דער קינסטלער זענען לעמסטערס בני־עיר פֿון קעשענעוו. דאָס בוך איז אַרויס אין אַ האַרטן אײַנבונד, 224 זײַטלעך.
דאָס בוך עפֿנט רבֿקה באַסמאַן בן־חיימס ליד, איבערגעזעצט פֿון וואַלערי פֿאָקין, וואָס זי האָט געווידמעט דעם מחבר.