די באַקאַנטע לערערין פֿון ייִדיש און די רעדאַקטאָרין פֿונעם זשרונאַל אויפֿן שוועל דאַרף מען ספּעציעל נישט פֿאָרשטעלן. לעצטנס האָט שבֿע פֿאַרלאָזט איר רעדאַקטאָרישער שטעלע. מיר האָבן פֿון פֿריִער אָפּגערעדט זיך צו טרעפֿן אין אַרבעטער־רינג, וווּ זי איז באַשעפֿטיק אין די ייִדיש־קלאַסן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אונדזער טרעפֿונג, לייג איך אײַך פֿאָר דעם קורצן אינטערוויו.