דעם דירעקטאָר פֿון ייִדישע פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟ האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אין די לעצטע עטלעכע יאָר אַ מין ווירטועלן אוניווערסיטעט. באַוואָפֿנט מיט דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, איז צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש־לימוד דערמעגלעכט געוואָר צו לערנען די שפּראַך און ייִדישע ליטעראַטור מיט תּלמידים, וואָס געפֿינען זיך אין איין צײַט אין פֿאַרשידענע וועלט־עקן.