אַהרון גאָראָן — „די ייִדישע וועלט פֿון ווילנע‟

book_photo-web

דער ווילנער פֿאַרלאַג Zivedra האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט דאָס בוך פֿונעם באַקאַנטן ווילנער ייִדיש־ליטווישן זשורנאַליסט אַהרון גאָראָן (1919־2009). דעם אַרײַנפֿיר צום בוך האָט אָנגעשריבן דער באַוווּסטער רוסישער שרײַבער, אַ בן־עיר פֿונעם מחבר, גריגאָרי קאַנאָוויטש.

„דער אָנדענק פֿון דער ייִדישער וועלט אין ליטע אין אַלע אַספּעקטן, צעשטערט פֿון אויסלענדישע און אָרטיקע פֿאַשיסטן, איז אָפּגעמערקט געוואָרן אינעם גאַנצן בוך. וועגן דער הויפּט־טעמע קען מען זאָגן: קיין זאַך איז ניט פֿאַרגעסן געוואָרן. ניט קיין באַרימטע שרײַבער, מוזיקער, קינסטלער, ווי אויך די פֿאַרשפּרייטע ייִדישע פּרעסע, ווי אויך אַנדערע וויכטיקע ייִדישע קולטור־געשעענישן און אינסטיטוציעס אין ייִדישן לעבן…‟

דאָס בוך איז באַגלייט מיט זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּערזענלעכער און היסטאָרישער ווערט.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s