בנימין בראַנד — „פֿון פֿאַרגאַנגענעם‟

 

brand-350web

„ייִדיש־בראַנזשע‟ האָט לעצטנס באַקומען אַ מתּנה — דאָס בוך פֿון בנימין בראַנד „פֿון פֿאַרגאַנגענעם‟ — אַ דאָקטער און ייִדישער זשורנאַליסט, — אַרויסגעלאָזט אין יאָר 2018 פֿון זײַנע יורשים.

אין דער הקדמה דערמאָנט זיך מאַרגאַריטאַ אַנשינאַ די טאָכטער פֿונעם מחבר: „מײַן טאַטע האָט געשריבן אויף ייִדיש. ער האָט פּרעכטיק געקענט רוסיש, נאָר זײַן מאַמע־לשון איז געווען די ייִדישע שפּראַך. זײַן גרעסטער חלום איז געווען צו באַזוכן ארץ־ישׂראל, ירושלים, זיך צורירן צום כּותל. דאָס איז געווען אוממעגלעך דעמאָלט. מײַן טאַטנס בוך וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אויף ייִדיש. פֿאַר מיר איז עס אַ סימן, אַז ער איז טאַקע געקומען צום כּותל, כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s