לעצטנס, אינעם פֿאַרלאַג „ייִדיש־בראַנזשע‟ איז אַרויס פֿון דרוק אַ נײַ ביכל פֿאַר קינדער. דאָס באַקאַנטע בוך פֿון באָריס סאַנדלערן „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟ איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש און רוסיש.
ביידע איבערזעצערס, זעלינאַ איסקאַנדעראָוו (רוסיש) און מיכאל סאַוויקאָווסקי (ענגליש), האָבן דערהערט אויף זייער אייגענער שפּראַך די פֿריילעכע ייִדישע צוויי־שורותלעך וועגן פֿייגל און חיות.
די פּרעכטיקע אילוסטראַציעס האָט געמאַכט די מאָלערין איטעלאַ מאַסטבאַום. דעם גראַפֿישן טייל האָט אויסגעשטעלט באָריס בודיאַנסקי.
צו באַשטעלן דאָס בוך: