דער פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟ האָט אַרויסגעלאָזט דעם ערשטן באַנד פֿון דער צוויי־בענדיקער אויסגאַבע פּראָזע פֿון באָריס סאַנדלער. דאָס בוך הייסט, „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש‟ און שליסט אײַן 21 דערציילונגען, אָנגעשריבן אין די לעצטע צוויי, דרײַ יאָר.
אין דעם קורצן אַרײַנפֿיר־וואָרט צום בוך, אָנגעשריבן פֿונעם באַקאַנטן שרײַבער און איבערזעצער איתּן פֿינקעלשטיין (מינכן, דײַטשלאַנד) ווערט געזאָגט: „דאָס נײַע בוך פֿון באָריס סאַנדלערן ברענגט אַרײַן די לייענער אין אַ גאָר אַנדער וועלט כּמעט אַ פֿאַנטאַסטישער, וווּ זיי זײַנען נאָך קיין מאָל נישט געווען און וועלן מאַכן פֿאַר זיך וויכטיקע אַנטפּלעקונגען.‟
צו באַשטעלן דאָס בוך:
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן:
Boris Sandler
borissandler50@gmail.com
אין ישׂראל:
Bella Klein
yidish.bikher@gmail.com