סטאַלין און מיכאָעלס: אַ טייטלעכער דיאַלאָג

צום 70סטן יאָרצײַט נאָך שלמה מיכאָעלסן

אַלבערט פּלאַקס

(אַן אויסצוג פֿונעם בוך „צעשאָסענע נשמות‟)

סטאַלין האָט איבערגעלייענט דעם באַריכט, אַז דעם 24סטן יאַנואַר 1948 קומט קיין מאָסקווע די אַמעריקאַנער דעלעגאַציע צו באַהאַנדלען די באַטייליקונג פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אינעם מאַרשאַל־פּלאַן. אין שפּיץ פֿון דער דעלעגאַציע וועט שטיין וויליאַם אַווערעל האַרימאַן.

דאָס אַרײַנציִען אַמעריקע אינעם קרים־פּראָיעקט און די באַטייליקונג פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אינעם מאַרשאַל־פּלאַן איז געווען פֿאַר מאָסקווע אַ לעבנס־וויכטיקע זאַך. קודם־כּל, וועט עס אַרײַנברענגען אין לאַנד מיליאַרדיקע קרעדיטן, אין וועלכע עס נייטיקט זיך אַזוי דאָס לאַנד; און צווייטנס, וועט זיך אפֿשר אײַנגעבן צו פֿאַרקלענערן, כאָטש אַ טייל, פֿון דעם לענדליז־חובֿ. און נאָך: עס וועט דערמעגלעך צו באַקומען אַ דרײַ, פֿיר רויִקע יאָר, אָן מורא, אַז אין פֿאַל פֿון קאָנפֿראָנטאַציע מיט וואַשינגטאָן וועלן די אַמעריקאַנער לאָזן אין גאַנג זייער נוקלעאַר־געווער. דער מיניסטער בעריאַ, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן סאָוועטישן נוקלעאַר־פּראָיעקט, האָט צוגעזאָגט זײַן באַלעבאָס צו שאַפֿן די סאָוועטישע באָמבע אין צוויי יאָר אַרום.

שלמה מיכאָעלס, דער ערשטער מענטש אינעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, איז קאַטעגאָריש געווען קעגן דעם אַזוי גערופֿענעם „ייִדישן קרים־פּראָיעקט‟, וווּ ס‘האָט געזאָלט אויפֿגעשטעלט ווערן אַ ייִדישע רעפּובליק. פֿאַר וואָס? קודם־כּל, צוליב דעם, וואָס די קרימער טאָטערן, אויפֿגעהויבן בעת דער מלחמה פֿון זייער היים און פֿאַרשיקט טיף אין רוסלאַנד, וועלן  סוף־כּל־סוף קומען צוריק אַהיים און פֿאָדערן מע זאָל זיי אומקערן זייער לאַנד. דעמאָלט וועלן ווידער שולדיק זײַן די ייִדן…

פֿון רעכטנס: וו. מאָלאָטאָוו, י. סטאַלין, וויליאַם אַווערעל האַרימאַן און וו. טשערטשיל

סטאַלין האָט נאָך ביז יענעם טאָג קיינעם צוריק פֿון פֿאַרשיקונג נישט אומגעקערט. בפֿרט אַ גאַנץ פֿאָלק. מיכאָעלס האָט עס אַוודאי געוווּסט. הייסט עס, אַז אָפּזאָגנדיק זיך פֿונעם פּלאַן צו שאַפֿן אין קרים אַ ייִדישע רעפּובליק, האָט מיכאָעלס פֿאַרשטאַנען, אַז סטאַלין האָט עפּעס פֿאַרטראַכט; אַז ער האָט אויף קרים מער טיפֿערע אויסזיכטן. אויב אַזוי, האָט געטראַכט סטאַלין, איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער ייִד מיכאָעלס וועט גיבן צו וויסן גאַרימאַנען וועגן זײַנע דערווידערונגען קעגן דעם קרים־פּראָיעקט. צוריק גערעדט, איז עס דאָך אַ גרויסע ריזיקייט! און סטאַלין האָט ווידער אַ בלעטער געטאָן די באַריכטן פֿון די זיכערהייט־לײַט, וועלכע זײַנען צוגעשטעלט געוואָרן האַלטן אַן אויג אויף מיכאָעלסן.

„דעצעמבער 17, 1947. מ. [מיכאָעלס — רעד.] האָט באַקומען פֿונעם קאָמיטעט פֿאַר סטאַלין־פּרעמיעס אַן אויפֿגאַבע צו פֿאָרן קיין מינסק, כּדי צו זען די פֿאָרשטעלונגען, וועלכע זײַנען רעקאָמענדירט געוואָרן צו באַקומען די סטאַלין־פּרעמיע. טערמין: פֿון דעם 7טן ביזן 14טן יאַנואַר, 1948. מ. האָט באַשטעלט אַ בילעט אויפֿן 7טן יאַנואַר…‟

סטאַלין האָט זיך פֿאַרטראַכט, ווי אַזוי בעסער צו פֿאַרהאַלטן מיכאָעלסן אין מינסק, ער זאָל זיך נישט קאָנען טרעפֿן מיטן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט. מע קען אָדער די קאָמאַנדירונג פֿאַרלענגערן, אָדער אַריבערטראָגן די דאַטעס פֿונעם ווײַזן די פֿאָרשטעלונגען אויף סוף חודש. ניין… האַרימאַן קאָן עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ תּירוץ… מע דאַרף נאָך אַ טראַכט טאָן…

„דעצעמבער 22, 1947. מ. האָט געשיקט מיט אַ קוריער צוויי אײַנלאַדונגען אויף דער פֿאָרשטעלונג ׳פֿריילעכס׳ אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אויפֿן נאָמען פֿון וו. אַווערעל האַרימאַן…‟ — סטאַלין האָט אָפּגעזוכט דעם ראַפּאָרט מיטן שמועס פֿון מאָלאָטאָוון [1] מיט מיכאָעלסן: „…כ‘האָב זיך באַקענט מיט האַרימאַן בײַם אויפֿנעם אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע. דערנאָך איז ער געווען בײַ אונדז אויף דער פֿאָרשטעלונג ׳פֿריילעכס׳…‟ — הייסט עס, אַז האַרימאַן איז שוין געווען אויף דער פֿאָרשטעלונג, און איצט שיקט אים מיכאָעלס בילעטן אויף דער זעלבער פֿאָרשטעלונג… עס גלייבט זיך נישט, אַז מיכאָעלס האָט פֿאַרגעסן, אַז דער אַמעריקאַנער האָט שוין איין מאָל געזען „פֿריילעכס‟… פֿאַר וואָס זשע האָט ער אים ווידער פֿאַרבעטן?.. געוויס, מיכאָעלס גיט דעם אַמעריקאַנער צו וויסן, אַז ער וויל זיך מיט אים טרעפֿן…

און סטאַלין רופֿט עקסטרע אַרויס צו זיך דעם זיכערהייט־מיניסטער, גענעראַל אַבאַקומאָוו. די ווײַטערדיקע מעשׂים האָבן געפֿאָדערט נאָר טעכניש אַרומגעטראַכט ווערן. מיכאָעלס האָט געזאָלט פֿאָרן קיין מינסק מיטן טעאַטער־קריטיקער גאָלאָוואַשטשענקאָ, מ׳האָט אים אָבער אין לעצטן מאָמענט פֿאַרביטן אויפֿן רוסישן שרײַבער גאָלובאָוו־פּאָטאַפּאָוו. פֿאַר מיכאָעלסן איז עס קיין סוד נישט געווען, אַז דער „שרײַבער‟ איז פֿאַרבונדן מיט די זיכערהייט־אַגענטור. פּונקט אַזאַ טריק איז געשען פֿאַר זײַן, מיכאָעלס‘, שליחות קיין אַמעריקע. דעמאָלט האָט מיט אים געזאָלט פֿאָרן פּרץ מאַרקיש, אָבער געשיקט האָט מען איציק פֿעפֿערן.

ס׳איז פּשוט צו חידושן זיך! צוויי מענטשן, וועלכע האָבן קיין מאָל זיך נישט געטראָפֿן, האָבן במשך פֿון עטלעכע יאָר געפֿירט צווישן זיך אַ דיאַלאָג און גוט פֿאַרשטאַנען איינער דעם אַנדערן, אָן ווערטער! פֿאָר וואָס זשע איז מיכאָעלס פֿאָרט געפֿאָרן קיין מינסק? פֿאָר וואָס האָט ער נישט געפֿונען קיין תּירוץ זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער יאַזדע? ניט אַנטלאָפֿן?… וווּהין האָט מען געקאָנט אַנטלויפֿן אין יענעם לאַנד? און אפֿשר האָט ער געגלייבט אין אַ נס, וואָס אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק פֿלעגט זיך נישט איין מאָל טרעפֿן… אמת, נסים פֿלעגן זיך טרעפֿן מיטן פֿאָלק, נישט מיט יחידים; זיי זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן צוליב דעם, אַז דער נס זאָל געשען…

אין דער זעלבער צײַט, וואָס מיכאָעלס און גאָלובאָוו־פּאָטאַפּאָוו זײַנען געקומען קיין מינסק, זײַנען אַהין אויך געקומען צו פֿאָרן עטלעכע הויכגעשטעלטע מיליטער־לײַט פֿון דעם זיכערהייט־קאָמיטעט, אין שפּיץ מיט אָגאָלצאָוו, פֿאַרטרעטער בײַם זיכערהייט־מיניסטער אַבאַקומאָוו. די וועגן פֿון די צוויי מאָסקווער גרופּעס האָבן זיך איבערגעקרייצט בײַ נאַכט דעם 13טן יאַנואַר. גאָלובאָוו־פּאָטאַפּאָוו, וואָס האָט פֿאַר דער מלחמה געוווינט אין מינסק, איז געווען אויף אַ חתונה בײַ זײַן פֿרײַנדס טאָכטער. האָט ער אַהין געבראַכט מיט זיך אויך מיכאָעלסן. אויפֿן וועגן אין האָטעל איז אויף זיי אַרויפֿגעפֿאָרן אַ לאַסט־אויטאָ. אינעם זעלבן לאַסט־אויטאָ, מעגלעך נאָך לעבעדיקע, האָט מען זיי ביידע געבראַט הינטערשטאָט, וווּ ס‘האָט זיך געפֿונען די דאַטשע פֿונעם ווײַסרוסישן אינערן־מיניסטער צאַנאַווע. דאָרט איז פֿאָרגעקומען די טרעפֿונג פֿון די צוויי מאָסקווער גרופּעס. דעם ייִדישן אַקטיאָר און דעם רוסישן שרײַבער האָט מען אַראָפּגעשלעפּט פֿון דעם לאַסט־אויטאָ, זיי ווידער איבערגעפֿאָרן, צו זײַן זיכער, אַז זיי זײַנען טאַקע טויט, און דערנאָך אינעם זעלבן לאַסט־אויטאָ אָפּגעפֿירט צו יענעם זאַוווּלעק, וווּ מ׳איז אויף זיי אַרויפֿגעפֿאָרן צום ערשטן מאָל.

м в гробу
אַ. פֿאַדעיעוו, פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון סאָוועטישע שרײַבערס האַלט אַ רעדע בעת דער לוויה

מיכאָעלס׳ לוויה איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויפֿן העכסטן אופֿן. די טרונע מיט זײַן טויטן קערפּער איז געשטאַנען אויף דער בינע פֿון זײַן טעאַטער. קיין סליד פֿון דעם, וואָס מ‘האָט געטאָן מיט אים איז אויף זײַן פּנים נישט געבליבן: דער אַקאַדעמיקער באָריס זבאַרסקי, דירעקטאָר פֿון דער לאַבאָראַטאָריע בײַם לענין־מאַווזאָליי, האָט געטאָן אַ גוט שטיקל אַרבעט. רעדעס זײַנען געווען אַ סך. בדרך־כּלל האָט מען זיי געהאַלטן אויף רוסיש. קיין הויך־געשטעלטע רעגירונגס־מענטשן האָבן זיך אין דער לוויה נישט באַטייליקט. סײַדן, מיט אַ טאָג פֿריִער איז צו מיכאָעלס׳ טעכטער, נאַטאַליע און נינע, געקומען יוליאַ, די פּלימעניצע פֿון לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש [2], וועלכע האָט זיך געחבֿרט מיט נאַטאַליע. יוליאַ האָט אַרײַנגעפֿירט די שוועסטער אין וואַשצימער און זיי שטיל געזאָגט: „מײַן פֿעטער לאָזט אײַך גריסן… ער האָט מיך געבעטן אײַך איבערצוגעבן, איר זאָלט קיין מאָל גאָרנישט ניט פֿרעגן…‟

אייגנטלעך, איז נישט געווען בײַ וועמען צו פֿרעגן. אַפֿילו אין מינסק, ווען מ׳האָט זיך דערוווּסט, וואָס ס׳איז בײַ נאַכט געשען מיט מיכאָעלסן, האָט מען אין מאָרג קיינעם נישט אַרײַנגעלאָזט. אמת, ערבֿ דעם מאָרד האָט זיך אין מינסק פּלוצעם באַוויזן איציק פֿעפֿער, אָבער וועגן זײַן באַזוך אין מינסק האָט ער זיך מיט קיינעם נישט געוואָלט טיילן.

גענעראַל פּאַוועל סודאָפּלאַטאָוו, אַן אָנגעזעענער טוער פֿון די זיכערהייט אָרגאַנען האָט שפּעטער אין זײַנע זכרונות געשריבן: „די דערפֿאָלגרײַכע רײַזע פֿון מיכאָעלסן קיין אַמעריקע האָט באַלד אַרויסגערופֿן בײַ סטאַלינען פֿאַרדאַכט. אַ קלייניקייט: אַ פֿאָרשטייער פֿון עפּעס אַ ייִדישער קולטור, איז געוואָרן אַן עכטער העלד, באַקאַנט איבער דער גאַנצער וועלט. אַזוינס האָט סטאַלין נישט געקאָנט אים מוחל זײַן. ס‘האָט אויף מיכאָעלסן געוואַרט דער זעלבער סוף, וואָס ס׳האָבן געהאַט די בונדיסטן ערליך און אַלטער.

עס זײַנען אַרומגעגאַנגען קלאַנגען, אַז מיכאָעלס קאָן באַקומען דעם פֿאָרזיץ־פּאָסטן פֿונעם אויבער־ראַט פֿון דער ייִדישער רעפּובליק. אַ חוץ מאָלאָטאָוון, לאָזאָווסקין [3] און נאָך עטלעכע הויך־געשטעלטע פֿונקציאָנערן אין אויסערן־מיניסטעריום, איז מיכאָעלס געווען דער איינציקער מענטשן, וועלכער האָט געוווּסט וועגן סטאַלינס פּלאַן צו שאַפֿן אַ ייִדישע רעפּובליק אין קרים. אויף אַזאַ אופֿן האָט סטאַלין געהאָפֿט אַרויסצובאַקומען בײַם מערבֿ אַרום 10 מיליאַרד דאָלאַר, כּדי אויף דעם געלט אויפֿצושטעלן די חרובֿ געוואָרענע עקאָנאָמיע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

„אין דער צווייטער העלף פֿון 1946, — שרײַבט סודאָפּלאַטאָוו, — האָט סטאַלין זיך אַקטיוו קעגנגעשטעלט דער טעטיקייט פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס און דער בריטיש־אַמעריקאַנער פּאָליטיק מכּוח דער פּאַלעסטינער פֿראַגע. ער איז געווען אויפֿגעבראַכט פֿון די פֿאָדערונגען מצד די סאָוועטישע ייִדן צו פֿאַרבעסערן זייער וווין־מצבֿ נאָכן אומקערן זיך פֿון דער עוואַקואַציע… דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט מיכאָעלס האָט מיט אַלע מיטלען זיך באַמיט צו פֿאַרטיידיקן די ייִדישע אינטערעסן בײַם אומקערן די געליטענע זייער האָב־און־גוטס… מיכאָעלס, וועלכער האָט אָנגענומען די זײַט פֿון די אַהיים־קומענדיקע ייִדן, האָט אויפֿגעבראַכט סטאַלינען און פֿאַרשטאַרקט אין אים דעם פֿאַרדאַכט… ס׳איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז דעם גרויסן פּלאַן אויסצונוצן די סאָוועטישע אינטעליגענץ, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן די אינטערנאַציאָנאַלע מיטאַרבעט מיטן וועלט־ייִדנטום, האָט סטאַלין אָפּגעוואָרפֿן…‟

דער וועג צום פּראָצעס איבער די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און שפּעטער צום ענין פֿון די „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟ — איז געווען אָפֿן.

[1] וויאַטשעסלאַוו מאָלאָטאָוו (1890־1986) — אויסערן־מיניסטער
אַ. לאָזאָווסקי (1878־1952) — דער הויפּט פֿון סאָוועטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוראָ, מיטגליד פֿון ייִדישן אַנטפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. פֿאַרמישפּט און דערשאָסן [2].
לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש (1893־1991) — הויכגעשטעלטער מלוכה און פּאַרטיי־פֿונקציאָנער אין סטאַלינס רעגירונג. אַ ייִד [3] .

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s