נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 4

1_AAS
Credit: Pedro Hernandez פֿון רעכטס: אלי ראָזען, דוד מאַנדעלבאַום, לעה קאַליטש, משה לאָבעל און רונית אַשרי

“וואַך אויף און זינג!‟ — אַבי ס׳זאָל זײַן פֿאַר וועמען

progrדער פֿאַרגאַנגענער דעצעמבער איז פֿאַר מיר געווען אַ טעאַטראַלער; כ׳האָב געהאַט דעם זכות צו זען די טאַלאַנטירטע אויפֿפֿירונג פֿון דער באַקאַנטער פּיעסע „וואַך אויף און זינג‟. אָנגעשריבן אין די סוף 1920ער פֿונעם אַמעריקאַנער דראַמאַטורג קליפֿאָרד אָדעטס (פֿון דער היים לויִס גאָראָדעצקי), איז זי אויפֿגעפֿירט און רעזשיסירט געוואָרן אינעם „נײַ־ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟, אין שפּיץ מיט דוד מאַנדעלבאַום.

די טענדענץ פֿונעם רעפּערטואַר־טעאַטער צו שטעלן באַקאַנטע פּיעסעס, איבערגעזעצט פֿון אַנדערע שפּראַכן אויף ייִדיש, האָט זיך מיט דער לעצטער פֿאָרשטעלונג פֿאַרפֿעסטיקט. צי איז עס דער וועג, וואָס אַ מאָדערנער ייִדישער טעאַטער דאַרף פֿאַר זיך הײַנט זען? ס׳איז אַ פֿראַגע אויף אַ גרויסן טשאָלנט, דאָס הייסט, מע קען וועגן דעם לאַנג רעדן, אָבער וויכטיקער איז צו דערפֿילן דעם אמתן טעם פֿון דעם ייִדישן מאכל.

די פּיעסע אַליין איז אַ סאָציאַלע, כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַ גראָדליניק סאָציאַלע, וואָס די מעשׂים אַנטוויקלען זיך אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער שווערסטער צײַט אין אַמעריקע, געבליבן אין דער געשיכטע אונטערן נאָמען „גרויסע דעפּרעסיע‟. דער דראַמאַטורג, וואָס געהערט אַליין צום צווייטן דור ייִדישע אימיגראַנטן, האָט גוט געוווּסט סײַ דעם לעבנס־שטייגער פֿון אַזאַ משפּחה, וואָס ער האָט אַרויסגעפֿירט אויף דער בינע, סײַ זייערע פּראָבלעמען.

דרײַ דורות וווינען אויפֿן שטח פֿון איין דירה — דער אַלטער יעקבֿ־דזשייקאָב (דוד מאַנדעלבאַום), זײַן טאָכטער בעסי (רונית אַשרי) מיטן מאַן מײַראָן (אלי ראָזען), און זייערע צוויי קינדער, די טאָכטער העניע (לאה קאַליטש) און זון ראַלף (משה לאָבעל). פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע נעמען זייערע זײַנען שוין אַדאַפּטירט צו דער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט. זיי וווינען טאַקע אַלע אונטער איין דאַך, אָבער יעדער מיט זײַן אייגענעם פּעקל „פֿאַרשפּילטע טרוימען‟. יעדער לעבט איבער זײַן אייגענע דראַמע.

a_003
Credit: Pedro Hernandez יעקבֿ־דזשייקאָב (דוד מאַנדעלבאַום) און זײַן טאָכטער מימי (עמי קאָלעמאַן)

דער אַלטער יעקבֿ־דזשייקאָב איז געוויס אַנטלאָפֿן פֿון צאַרישן רוסלאַנד, זיך געראַטעוועט פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען. אָנגעשטעקט מיט סאָציאַליסטישע אידעען, האָט ער זײַן גאַנץ לעבן געטרוימט וועגן „אַ שענער און ליכטיקער וועלט‟. אָבער אַלע זײַנע טרוימען זײַנען אויסגעגאַנגען, צוזאַמען מיט די שיינע פּוסטע רייד. ערשט איצט, נאָך אַלעמען, פֿאַרשטייט ער, אַז נישט די ווערטער, נאָר מעשׂים זײַנען מסוגל עפּעס ענדערן און מאַכן דאָס לעבן בעסער.

זײַן איידעם, מײַראָן בערגער, אַן אַדוואָקאַט האָט מסתּמא אַמאָל אויך געטרוימט וועגן „רעשיקע פּראָצעסן‟; אָבער, זײַענדיק לויט דער נאַטור אַ „שמאַטע‟, איז אים בעסער און רויִקער צו קוקן אויפֿן אַרום „אונטערן קנאַפֿל פֿון זײַן פֿרוי‟.

יאָ, די שטוב און די אָרדענונג אין דער משפּחה בערגער האַלט זיך אויף בעסי. זי איז דער קאָכלעפֿל; זי נעמט אָן די באַשלוסן פֿאַר אַלעמען. זי לייזט דעם גורל פֿון איר טאָכטער, ווען יענע פֿאַרגייט אין טראָגן פֿון אַ זײַטיקער ליבע. זי צעברעכט די ליבע פֿון איר זון, ווײַל דער ייִחוס פֿונען מיידל שטייט איר נישט אָן. אין דער זעלבער צײַט, איז בעסי אַ גוטע באַלעבאָסטע, אַ געטרײַע פֿרוי און אַן איבערגעגעבענע ייִדישע מאַמע. זי איז אַ מין מירעלע אפֿרת פֿון אַן אַמעריקאַנער סטאַנדאַרט.

a_002
Credit: Pedro Hernandez בעסי בערגער (רונית אַשרי) און איר שווער סעם פֿײַנשרײַבער (לוזער טווערסקי)

נאָך דרײַ פּערסאָנאַזשן האָבן אַ שײַכות צו דער משפּחה — מאָ אַקסעלראָד (געראַ סאַנדלער), אַן אויסגעפּרוּווטער פֿון לעבן פּאַרשוין, וואָס אַלע זײַנע טרוימען זיך צו שטעלן אין אַמעריקע אויף די פֿיס, האָט צו נישט געמאַכט די ערשטע וועלט־מלחמה, וווּ ער האָט פֿאַרלוירן אַ פֿוס. ער איז אַ פּראָגמאַטיקער און האָט זיך זײַן אייגענעם מאָראַלישן קאָדעקס פֿון אַ “בוקמייקער”, אָן איבעריקע סענטימענטן.

די צווייטע טאָכטער פֿונעם אַלטן דזשייקאָב־יעקבֿ, מימי (עמי קאָלעמאַן) איז אויך, ווי איר שוועסטער, אַ ווילנהאַפֿטיקע פֿרוי. אָבער איר אָרט אין לעבן איז נישט אונטער אַ משפּחה־דאַך. שטוב, מאַן, קינדער — נישט דאָס איז איר וועג. זי איז אַ „ביזנעסליידי‟. זי האָט בפֿירוש רעאַליזירט איר טרוים, און געמאַכט אַ קאַריערע פֿון אַ דיזײַנערין.

דער לעצטער פּערסאָנאַזש, סעם (לוזער טווערסקי), אַ גרינער אימיגראַנט, איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דער נעץ פֿון בעסיס מאַניפּולאַציעס. ער איז געוואָרן דאָס כּפּרה־הינדל, וואָס האָט „אויסגעקויפֿט‟ די זינד פֿון זײַן פֿרוי העניע. ער פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין דעם משפּחה־טייל פֿון שלימזלען.

טעאַטער, אפֿשר מער ווי אַלע אַנדערע קונסט־זשאַנערס, גיט איבער דעם ריטעם פֿון צײַט. דער מחבר פֿון דער פּיעסע, קליפֿאָרד אָדעטס, האָט זיך געהאַלטן בײַ סטאַניסלאַווסקיס שיטה, אַז טעאַטער איז אין תּוך די קונסט, וואָס שפּיגלט אָפּ דאָס לעבן. אָדעטס האָט אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער משפּחה אין די בראָנקס, וואָס איז אין זײַן צײַט געווען אַ מין ייִדיש שטעטל, באַזעצט מיט „פּראָגרעסיווע אָלרײַטניקעס‟, אָפּגעשפּיגלט דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון דעם אַמעריקאַנער מיטלקלאַס אין סאַמע אָנהייב פֿון דער „גרויסער דעפּרעסיע‟.

a
Credit: Pedro Hernandez מאָ אַקסעלראָד (געראַ סאַנדלער) און העניע בערגער (מירע קעסלער)

דוד מאַנדעלבאַום סײַ ווי דער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, וואָס פֿון אים, קודם־כּל, ווענדט זיך דער רעפּערטואַר פֿונעם טעאַטער, האָט מיטן אַרויפֿברענגען אויף דער בינע די אַמעריקאַנער פּיעסע „וואַך אויף און זינג‟ אונדז ווידער איבערצײַגט, אַז עס זײַנען נישטאָ קיין פֿאַרעלטערטע פּיעסעס. דוד פֿאַרמאָגט דעם חוש פֿון אַן עכטן פּראָדוצענט. ער זעט די הײַנטיקע צײַט מיט די אויגן פֿון אַ טעאַטער־מענטש, און ער הערט זיך צו צו דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער גאַס. ס׳איז גאָר נישט קיין צופֿעליקייט, וואָס די לעצטנס אויפֿגעפֿירטע פּיעסעס אינעם „נײַ־ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟, זײַנען בפֿירוש שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ און עזשען יאָנעסקאָס „נאָזהאָרן‟. ביידע פּיעסעס אַנטפּלעקן פּראָבלעמען, וואָס ליגן אויף דער שאַרף פֿון צײַט.

אַמעריקע איז הײַנט צעשפּאַלטן. דאָס אַלגעמיינע לעבן ווערט שווערער. די פּאָליטיקער פֿון ביידע צדדים זאָגן צו „גאָלדענע בערג‟, און זייערע פּוסטע רייד פֿאַרכלינען די גאַסן. די שיינע טרוימען פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט צעשמעלצן זיך אין דער אָנגעזעטיקטער לופֿט פֿון אַנטוישונגען און פֿאַלשקייט. איין צד רופֿט צו מאַכן אַמעריקע שטאַרקער פֿאַר זיך אַליין, און דער אַנדערער — רופֿט צו זײַן אָפֿן פֿאַר דער גאַנצער וועלט! בשעת־מעשׂה איז דער מיטלקלאַס פֿאַראָרעמט געוואָרן, די יוגנט פֿאַרלירט איר מאָראַלישן אָנשפּאַר, און דער עלטערער דור טשעפּעט זיך נאָך אַלץ פֿאַר די נעכטיקע אידעאַלן.

רעזשיסאָריש האָט מאַנדעלבאַום זיך אויך געהאַלטן בײַ סטאַניסלאַווסקיס „אמת‟ — סײַ וואָס שייך דער שפּיל פֿון די אַקטיאָרן און סײַ — דער סצענאָגראַפֿיע. די דעקאָראַציעס און קאָסטיומען זײַנען צוגעפּאַסט צו דער צײַט, אין וועלכער די פּערסאָנאַזשן לעבן; און דער אַקטיאָרן־אַנסאַמבל פֿילט זיך אין אַזאַ אַנטוראַזש־אַטמאָספֿער היימיש. יעדער אַקטיאָר האָט זיך אָרגאַניש אײַנגעלעבט מיט זײַן העלד. און עס שטערט מיר אין גאַנצן נישט, וואָס יעדער פֿון זיי רעדט אויף „זײַן אייגענעם ייִדיש‟ — אַמעריקאַנער, פּוילישן, רוסישן, ישׂראלדיקן, חסידישן און סתּם אַן אויסגעלערנטן — די שפּראַך אין דער אַמעריקאַנער פּיעסע, איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון כאַווער פּאַווער, איז אַ פּערסאָנאַזש פֿאַר זיך אַליין — אַ גרינער אימיגראַנט, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן וועג פֿון זיך „אויסרײַפֿן‟, וואָס מיינט, זיך צעשמעלצן אין דעם אַמעריקאַנער „שמעלצטאָפּ‟.

ס‘איז כּדאַי אויך צו באַטאָנען די מוזיקאַלישע אויספֿורומונג פֿון דער פֿאָרשטעלונג (דזשעסי פֿרידמאַן) — די אַלט־גראַווירטע ייִדישע לידער, וואָס ברענגען דעם צושויער אַרײַן אין דער אַטמאָספֿער פֿון די 1930ער נאָך איידער די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן און האַלט זי אונטער במשך פֿון דער גאַנצער צײַט ביז די לעצטע רעפּליקעס אויף דער בינע.

ס׳איז אַ געלונגענע פֿאָרשטעלונג פֿון הויך־פּראָפֿעסיאָנאַלע טעאַטער־מענטשן. דער „ניו־ייִדיש רעפּערטואַר־טעאַטער‟, מיט יעדער אויפֿפֿירונג פֿאַרנעמט אַלץ מער אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער טעאַטראַלער מאַפּע פֿון ניו־יאָרק. ער באַרעכטיקט זײַן נאָמען סײַ וואָס שייך דעם רעפּערטואַר און סײַ — זײַן נאַציאָנאַל־ייִדישן אינהאַלט.

עס בלײַבט נאָר, אַז מיר, דער ייִדישער צושויער, זאָלן אַזאַ דערשײַנונג נישט בלויז באַגריסן, נאָר שטיצן פֿינאַנציעל און מאָראַליש.

דעצעמבער 2017

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s