מײַן גוטער פֿרײַנד אַהרן שוואַרצמאַן ז״ל

פֿון ירושלים איז אָנגעקומען אַ טרויעריקע בשׂורה: אין עלטער פֿון 94 יאָר איז געשטאָרבן מײַן חבֿר אַהרן שוואַרצמאַן. אַ בעסאַראַבער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר.

מיר האָבן זיך נישט געקענט אין קעשענעוו, וווּ ער האָט אָפּגעלעבט בײַ די פֿערציק יאָר. זײַן נאָמען איז געוואָרן באַקאַנט אין שטאָט נאָך דעם, ווי ער און זײַן פֿאַמיליע־פֿרײַנד, דוד, האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט און אײַנגעשפּאַנט דורכצוברעכן די וואַנט פֿון דער אָרטיקער מאַכט, כּדי אַרויסצובאַקומען אַ דערלויבעניש צו שאַפֿן אין קעשענעוו אַ ייִדישן טעאַטער. זאָל זײַן אַן אַמאַטאָרישער — נאָר אַ ייִדישער, וווּ פֿון דער בינע זאָל קלינגען אַ ייִדיש וואָרט און ניגון.

арон,1965
אַהרן שוואַרצמאַן אין יאָר 1965

זיי האָבן עס אויסגעפּועלט, וואָס איז אין יענער צײַט געווען אַ שטיקל נס. אין 1966 האָט די ייִדישע גאַס אין קעשענעוו געראַשט און אָנגעקוולעט: אַז מע לעבט, דערלעבט מען! מיט דער פֿאָרשטעלונג „נײַ כּתריאלעווקע‟ האָט אָנגעהויבן זײַן קורצע און זייער אָנגעזעטיקטע טעטיקייט דער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער.

דער טעאַטער איז געוואָרן אַ צענטער, וואָס האָט צוגעצויגן קליין און גרויס — די געבליבענע רעשטלעך ייִדישע אַקטיאָרן און די פֿרישע כּוחות פֿון דער אָרטיקער ייִדישער יוגנט. ייִדיש האָט דער נאָך־מלחמהדיקער דור געקענט אויפֿן שפּיץ־מעסער, האָט מען די ייִנגלעך און מיידלעך געלערנט סײַ שפּילן טעאַטער און סײַ די שפּראַך, אויף וועלכער זיי האָבן געשפּילט זייערע ראָלעס.

דער הויפּט־רעזשיסאָר איז געוואָרן ראובֿן לוין, אַ תּלמיד פֿון שלמה מיכאָעלסן; די פּיעסע צו דער עפֿענונג, אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס „כּתריאלעווקער געשיכטעס‟, האָט אָנגעשריבן דער דיכטער מאָטל סאַקציִער. אין אַ קורצער צײַט האָט דער טעאַטער צונויפֿגענומען אַרום זיך בײַ די הונדערט באַטייליקטע, בתוכם אַן אָרקעסטער, כאָר און באַלעט־גרופּע. נאָך פֿינף יאָר קעמפֿן מיט דער מאַכט, וואָס האָט, פֿון איין זײַט, דערלויבט צו שפּילן ייִדיש־טעאַטער, און פֿון דער אַנדערער זײַט, געשטערט און אויפֿגעשטעלט ביוראָקראַטישע ווענט־און־ווענטלעך, — איז דער טעאַטער געשלאָסן געוואָרן.

עס איז געקומען אַן אַנדער צײַט: די ייִדישע יוגנט, באַגײַסטערט מיטן ישׂראל־נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט אָנגעהויבן אַלץ אָפֿטער זיך פֿרעגן — מאין יבֿא עזרי — פֿון וואַנען וועט קומען מײַן הילף? דער ייִדישער טעאַטער איז בפֿירוש געווען דאָס נאַציאָנאַלע גײַסט־פֿענצטערל אין אַ קאַלעמוטנער סאָוועטישער תּקופֿה, וואָס האָט געבראַכט דערצו, אַז אין די אָנהייב 1970ער זאָל זיך עפֿענען די טיר פֿון אַ נײַער עליה קיין מדינת־ישׂראל. די מאַכט האָט זיך געביסן די ליפּן, ס׳איז שוין אָבער געווען צו שפּעט; ס׳רובֿ באַטייליקטע אינעם ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער זײַנען אַרויסגעפֿאָרן, און אין 1971 האָט דער טעאַטער אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. אינעם זעלבן יאָר זײַנען אַהרן און זײַן פֿרוי בראָניע, צוזאַמען מיט אירע עלטערן עולה געווען קיין ישׂראל.

דער טעאַטער און די דערמאָנונגען אַרום זײַן בליִענדיקער טעטיקייט זײַנען פֿאַרבליבן מיט אים. אַהרן האָט שטענדיק, בײַ יעדער געלעגנהייט, ליב געהאַט צו דערמאָנען יענע גליקלעכע צײַט. געוווּסט, ווער און וווּ פֿון די געוועזענע טעאַטער־אָנטיילנעמער וווינט און ווי אַזוי עס לעבט זיך אים. אַ פֿאַרברענטער פֿאָטאָגראַף האָט ער פֿאַרמאָגט אַ גאַנצן פֿאָטאָ־אַרכיוו מיט הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט בעת אַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון „זײַן טעאַטער‟. זיי זײַנען זייער צוניץ געקומען אויך מיר, ווען כ׳האָב וועגן דעם טעאַטער אָנגעשריבן אַן אַרטיקל פֿאַר דער רוסישער „קורצער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟ (ירושלים, 1996, ב׳ 8) און אַוודאי, שפּעטער אין „פֿאָרווערטס‟.

די שוואַרצמאַנס האָבן געחלומט זיך צו באַזעצן אין דער ייִדישער קרוינשטאָט, נאָר געפֿאָרן זײַנען זיי אַרבעטן קיין צפֿת אין אָרטיקן שפּיטאָל — ביידע לויט זייער פֿאַך — ער ווי אַ טעכניקער רעטגענאָלאָג, און זי ווי אַ ביאָלאָג אין דער שפּיטאָל־לאַבאָראַטאָריע. דאָרט האָבן זיי שוין אָפּגעאַרבעט ביז דער פּענסיע. ס׳איז געקומען די צײַט צו פֿאַרווירקלעכן זייער חלום.

ווי אַ פּעניסאָנער, איז אַהרן ליידיק נישט געזעסן. אין די סוף 1980ער, אָנהייב 1990ער האָט די ייִדישע אַגענץ ממש אַרויסגעקוקט אויף אַזעלכע וואָלונטירן, ווי אַהרן און בראָניע. אויף זײַן אַלטן רויטן „פֿאָרד‟ האָט ער זיך יעדן טאָג געטראָגן פֿון גילה, אַ געגנט אין ירושלים, וווּ זיי האָבן זיך געקויפֿט אַ דירה, אין שטאָט־צענטער צו „דער אַרבעט‟.

sinagoga
אַהרן און איך אין ירושלים, בעת מײַן ערשטן באַזוך אין יאָר 1989

איך און מײַן משפּחה האָבן זיך באַזונדערס דערנענטערט באַלד נאָך אונדזער קומען קיין ישׂראל. אַהרן און בראָניע זײַנען געוואָרן אונדזערע וועגווײַזערס און עצה־געבערס אינעם נײַעם לעבן. קיין איין וויכטיקער באַשלוס, בתוכם דאָס קויפֿן זיך אַ וווינונג, איז זיך נישט באַגאַנגען אָן זייער הסכּמה. האָט זיך אַזוי אויסגעדרייט, אַז מיר האָבן זיך געקויפֿט אַ דירה אויך אין גילה. נישט סתּם אין גילה, נאָר ממש אין איין הויף. נישט איין שׂימחה האָבן מיר געפֿײַערט בײַ איין טיש; און אַוודאי אויך אין די שווערע טרויער־טעג געווען אין איינעם, ווען בראָניעס עלטערן זײַנען אַוועק און בראָניע אַליין איז אויסגעגאַנגען פֿון אַ שווערער אָנקאָלאָגישער שלאַפֿקייט.

אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל איז אַהרן, מיט לײַב־און־נפֿש, צוגעזאָטן געוואָרן צו דער העברעיִשער קולטור. באַהערשט גוט עבֿרית, געלייענט העברעיִשע ליטעראַטור און נישט דורכגעלאָזט קיין איין טעאַטער־פֿאָרשטעלונג, וואָס מע פֿלעגט שפּילן אין ירושלים. אין אונדזערע שמועסן פֿלעגט ער זיך אַרויפֿזעצן אויף מיר, כ‘זאָל מיט אים רעדן רק עבֿרית. דער סוף איז געווען, אַז ער איז ווידער געוואָרן אַ הייסער חסיד פֿון מאַמע־לשון.

אין די מיט־1990ער, בין איך געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק צו פֿילמירן די ייִדישע שרײַבערס. כ׳האָב זיך מיט מײַן אײַנפֿאַל געטיילט מיט אַהרנען. צו יענער צײַט האָט ער גראָד זיך געקויפֿט אַ ווידעאָ־אַפּאַראַט. דערהערט וועגן מײַן פּלאַן, האָט ער אויף קיין רגע נישט געצווייפֿלט. נאָך מער: ער האָט שוין מיך אָנגעהויבן צו שטורקען, געשלעפּט כּמעט יעדן פֿרײַטיק קיין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן, צו טרעפֿן זיך דאָרט מיט די קומענדיקע „פּערסאָנאַזשן‟ פֿון אונדזערע פֿילמען; צו אַנדערע זײַנען מיר געפֿאָרן גלײַך אַהיים, ווײַל זיי איז שוין שווער געווען צו קומען אין בית־לייוויק. ס׳האָט אים די אַרבעט אַזוי פֿאַרכאַפּט, אַז ער, אַ מענטש מיט צוויי גאָלדענע הענט, וואָס טויג זיך אויס אין טעכניק, האָט אַליין אָנגעהויבן פֿאַרפֿולקומען די ליכט־ און קלאַנג־מכשירים.

קיין שקל האָבן מיר אויף דעם פּראָיעקט נישט געהאַט, און אַז כ׳האָב זיך שוין צו אַ ייִדיש־אָרגאַניזאַציע געוואָנדן, אַרויסצוהעלפֿן אונדז, נישט חלילה באַצאָלן פֿאַר דער אַרבעט, נאָר צוליב פֿאַרבעסערן די אַפּאַראַטור, איז דער ענטפֿער שטענדיק געווען דער זעלבער: „נישטאָ קיין געלט!‟ ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דער פּראָיעקט אָנגעגאַנגען כּמעט ביז מײַן אַוועקפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, פֿאַקטיש אויף אַהרנס חשבון.

za stolom
אַ לחיים” בײַ די שוואַרצמאַנס אין דער היים, 1989″

און יעדעס מאָל, בײַ מײַן קומען פֿון ניו־יאָרק קיין ירושלים, פֿלעג איך פֿון אַהרנען הערן: „נו, וואָס זשע וועט זײַן מיט אונדזער גאַנצער אַרבעט‟ — און וווּנקען אויף דער פּאָליצע, אויף וועלכער עס זײַנען אויסגעשטעלט געוואָרן צענדליקער פֿילמירטע ווידעאָ־טאַשמעס, אַ פּועל יוצא פֿון „אונדזער אַרבעט‟.

סוף־כּל־סוף, האָט אַהרן דערלעבט צו זען אַלע צען פֿילמען, וואָס איך האָב פֿאַראייניקט אין דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟. אינעם יסוד פֿון 10 פֿילמען ליגט זײַן ריזיקע ענטוזיאַסטישע מי.
(מע קאָן זיי הײַנט אַלע זען אויף “ייִדיש בראַנזשע”)

אַהרן שוואַרצמאַן האָט דורכגעלעבט אַ לאַנג לעבן. געדינט מענטשן מיט זײַן פֿאַך און מיט זײַן איבערגעגעבנקייט דעם פֿאָלק. אַ מענטש מיט אַ פֿאַרלאָזלעכער פּלייצע, ווי מע זאָגט, פֿלעגט ער זי תּמיד אונטערשטעלן, ווען ס׳איז אין דעם געקומען אַ נייטיקע צײַט.

כּבֿוד זײַן אָנדענק!

באָריס סאַנדלער

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s