מאַרק שאַגאַל: רעדע געהאַלטן בײַם אָוונט „שאַגאַל־פֿעפֿער‟

ווי אַ פּועל־יוצא פֿון מיכאָעלס־פֿעפֿערס שליחות אין אַמעריקע, האָט „איקאָר‟ אַרויסגעלאָזט איציק פֿעפֿערס פּאָעטיש בוך „היימלאַנד‟, אילוסטרירט פֿון מאַרק שאַגאַל. בעת דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך אין ניו־יאָרק דעם 30סטן אַפּריל, 1944 איז צווישן אַנדערע אויפֿגעטראָטן דער מאָלער פֿון די בילדער מאַרק שאַגאַל. זײַן רעדע האָט דער גרויסער קינסטלער געהאַלטן אויף ייִדיש. זי איז קיין מאָל נישט דערשינען שריפֿטלעך און ווערט איצט פּובליקירט צום ערשטן מאָל. דער מאַנוסקריפּט געפֿינט זיך אין ייִוואָ־אַרכיוו.
„ייִדיש־בראַנזשע‟ באַדאַנקט לודמילאַ שאָלאָכאָוו, די פֿאַרוואַלטערין פֿון אַרכיוו און ביבליאָטעק בײַם ייִוואָ פֿאַר איר הילף צו פּובליקירן דעם אוניקאַלן דאָקומענט.

fefer-tovl

עס איז מיר באַזונדערס אָנגענעם, אַז אין די טעג פֿון ייִדישן טרויער פֿאַר די העלדן — געפֿאַלענע קעמפֿער אין וואַרשעווער געטאָ — זײַנען מיר הײַנט אויף אַן אָוונט פֿון אַ דיכטער — אַ לעבעדיקער קעמפֿער פֿון אַ נײַעם לאַנד, וואָס שלאָגט אונדזער אַלגעמיינס שׂונא — אַ קעמפֿער, וועלכער באַזינגט העלדישקייט, מוט און האַס צום פֿײַנט.

איך דאַנק אײַך אַלעמען פֿאַר אײַערע גוטע ווערטער. אָבער אין דער זעלבער צײַט קלער איך: עס איז צו פֿיל כּבֿוד פֿאַר מיר צו זײַן אַ גאַנצער מחותן אויף דעם אָוונט […]. ערשטנס, וואָלט אונדז אַלעמען געווען אַ ביסל פֿריילעכער און דערנאָך — וואָלט איך זיך ניט געפֿילט דאָ ווי אַ שטיקל „אוזורפּאַטאָר‟, ווײַל די זינגענדיקע לידער פֿון בוך האָט דאָך איציק פֿעפֿער אָנגעזונגען מיט זײַן פֿולן יונגן קול, וואָס קומט טאַקע דער גאַנצער כּבֿוד אים. איך האָב נאָר, ווי זאָל מען עס זאָגן, אַ ביסל צוגעפֿײַפֿט צום ליד […].

נאָר ס׳איז אין עצם ניט נאָר פֿעפֿערס אָוונט. ס‘איז אַן אָוונט פֿאַר די אַלע, וואָס ווילן זיך איבערגעבן, כאָשט אין געדאַנק, נאָך און נאָך אַ מאָל וועגן זײַן אין אונדזער גרויסער היימלאַנד, וואָס ווײַזט אַרויס הײַנט די גרעסטע קונסט צו זײַן העכער פֿון קונסט…

אָבער ריידנדיק אַזוי גיב איך אַ קלער: אויב מע פֿאַרשטייט אפֿשר נישט איין קונסט פֿון פֿאַרב, וואָס דאַכט זיך, איז מײַן „פֿאַך‟ — ווי וועלן מיר זיך פֿאַרשטיין אויף ווערטער, וואָס איז ניט מײַן פֿאַך?..

בין איך טאַקע זייער דאַנקבאַר מײַן פֿרײַנט און גרויסן שרײַבער שלום אַש און אויך דעם פֿײַנעם ייִדישן קונסט־קריטיקער ד״ר קלומאַק* און אַנדערע, וואָס האָבן דערקלערט אײַך מײַן קונסט און ניט נאָר אײַך, נאָר מיר אַליין…

עס איז געווען פֿאַר מיר אַ טאָפּלטער פֿאַרגעניגן צו מאַכן דאָס פֿאַר פֿעפֿערס בוך. אמת, זייער ווייניק, ווי איך האָב געזאָגט, און אין אײַלעניש, אָבער אין יענער אײַלעניש, וואָס אײַלט זיך אויסדריקן נאָך און נאָך אַ מאָל די געפֿילן צום פֿאָלק און צו דעם לאַנד, וועגן וועלכן פֿעפֿער זינגט זײַנע לידער.

פֿעפֿערס אַלע פּאָעמעס האָב איך, צוערשט, דערקענט אין מאָסקווע אין דעם ברען פֿון דער רעוואָלוציע — אין דעם האָל פֿון „ייִדישן מלוכישן קאַמער־טעאַטער‟, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און אין דער מאַלאַכאָווקער קאָלאָניע, וווּ איך האָב געלערנט קינדער אין שכנישאַפֿט מיט די שרײַבער דאָברושין, ניסתּר, האָפֿשטיין און אַנדערע… דערהערט אַ נײַעם נאָמען, וואָס זאָגט אָן: „שאַ — איר אַלע לופֿט־מענטשן און לופֿט־קינסטלער — אָט קומען מיר מיט פּראָסטע רייד‟. איך האָב אַ קוק געטאָן אויף די שרײַבער, אָבער קיינער האָט זיך ניט „דערשראָקן‟.

מער ווי צוואַנציק יאָר זײַנע אַריבער. איך האָב זיך אויסגעטונקען אין אַלע אומעטן און אפֿשר אויך פֿרייד, וואָס איז באַשערט דורכגיין אַ קינסטלער פֿון 20סטן יאָרהונדערט דורך פּאַריז — די הויפּטשטאָט פֿון קונסט. און ווען אַהער [אין ניו־יאָרק — ב.ס.] זײַנען געקומען מײַנע אַלטע פֿרײַנד, דער גרויסער קינסטלער של. מיכאָעלס צוזאַמען מיט פֿעפֿערן, האָבן מיר דערזען אין אים אַן אמתן ייִד — אַ רעוואָלוציאָנער פֿון געבורט און אַן אמתער פּאָעט — אַ פּאָעט אַן אַרײַנגעפּאַסטער אין דער אַלגעמיינער ייִדישער פּאָעטישער טראַדיציע, אָבער מיט אַ נײַעם קאַפּיטל — אַ נײַער קאַפּיטל, ווי דאָס לאַנד, וואָס האָט אים געבאָרן, איז נײַ מיט איר אינהאַלט. ניט יענע לאַנד, וווּ איך, צום בײַשפּיל, אַלס קינד האָב זיך באַהאַלטן אונטערן בעט, ווען אַ „גאָראָדאָוואָי‟ פֿלעגט דורכגיין הינטערן פֿענצטער אויפֿן גאַס. ווען מײַן לאַנד און מײַן פֿאָרשטעלונג איז פֿאַר מיר געווען גרויס, ווי אונדזער הויף — איז פֿאַר פֿעפֿערן פֿאַרשפּרייט זיך עס „פֿון ים ביז ים‟. און ער גייט און זינגט, און פֿאָרט איבער דעם לאַנד פֿרײַ מיט אַנדערע יונגע ווי ער.

——

פֿאַר וואָס האָב איך ליב פֿעפֿערן?
אַזוי ווי צו דערקענען אַ מאָלער הײבט מען אָן פֿרײַער פֿון זײַן חוש פֿאַר פֿאַרבן; און צו דערקענען אַ מוזיקער — פֿון זײַן קוואַליטעט פֿון שטימע און האַרמאָניע, אַזוי איז מיט דעם פּאָעט.

הײַנט צו טאָג (ווי שטענדיק, אַגבֿ) — עכטע פּלאַסטישע און פּאָעטישע קוואַליטעט — גייען צוזאַמען מיט דעם לעבנס־גאַנג און דראַנג פֿון דעם מענטשן־קינסטלער. דעריבער איז שווער אַ וואַקלענדיקן קינסטלער, ווײַל דאָס ווײַזט, אַז זײַן קוואַליטעט וואַקלט זיך אויך מיט אים צוזאַמען.

יע — איך, וועלכער, ווי מע מיינט, כּלומרשט אַ פֿאַרקריפּלטער קינסטלער אין סטיל, אין אינהאַלט און אין וואָס ניט — האָב ליב טאַקע דעם פּאָעט פֿעפֿער, וועגן וועלכן מע מיינט, מסתּמא, אַז זײַן פּאָעטישער וועג איז פֿאַרקערט — אין גאַנצן „גלײַך‟.
עס זײַנען דאָ הײַנט צווייערליי פּאָעזיעס־קונסטן. איינע — אַ מין איבעררעאַיסטישע, און אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס דער ייִד און רוסישער פּאָעט פּאַסטערנאַק — אַ פֿײַנער בײַשפּיל פֿאַר דעם.

דער צווייטער קונסט־פּאָעזיע כאַראַקטער איז די אַזוי גערופֿענע גלײַכליניקייט און קלאָרקייט פֿון פֿעפֿערן […].

איך האָב ליב „קאָנטראַסטן‟, אין וועלכע עס ליגט באַהאַלטן דער האָרעפּאַשנער אמת. איך האָב אין זינען איינעם פֿון פֿיל אונדזערע בײַשפּילן, ווען פֿאַרשיידענע פּאָלוסן אין קונסט באַגעגענען זיך ערגעץ־וווּ. אָט איז דער קלאַסישער רעאַליסט פּושקין מיט זײַן טיפֿן געשליפֿענעם „ריטם‟ און דער אָנגעצונדענער ראָמאַנטיק באָדלער — דער פֿאַרשלייערטער אין חלומות פֿון פֿאַרכּישופֿטע גיפֿטיקע בלומען. זיי באַגענען זיך דאָך ביידע אין זייער לעצטער עכטקייט.

איך דערמאָן זיך אין די לעצטע קונסט־עקספּערימענטן אין פּאַריז, וווּ לעבן אַ בילד פֿון אַן אַלטן פּרימיטיוו פֿון מיטל־אַלטער, ווי דזשאָטאָ, קען הענגען אַ בילד פֿון פּיקאַסאָ, און לעבן אים — דער פֿאַר־רענעסאַנס־קינסטלער מאָנטעניאַ. לעבן אונדזער מאָדיליאַני קען הענגען אַ ביזאַנטישע איקאָנע; און אייניקע בילדער פֿון דעם קינסטלער־נאַטוראַליסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו קורבע, וואָס האָט אַראָפּגעוואָרפֿן אין דער צײַט פֿון פּאַריזער קאָמונע די וואַנדאָמער קאָלאָנע אויף דער ערד, קענען דאָך הענגען צוזאַמען מיטן כּישופֿדיקן קינסטלער פֿון רענעסאַנס־צײַטן, דזשאָרדזשאָנע. און אַזוי ווײַטער… דאָס איז ניט „עקלעקטיזם‟ — פֿאַרקערט!

נאָר איך וויל זיך ניט אַרײַנלאָזן ווײַט אין די פּראָבלעמען, און זײַן נענטער צום בוך.

איך האָב שטענדיק געטרוימט וועגן קינסטלערישער אַרבעט פֿאַר ביכער, צונויפֿגיסן זיך מיט דער ליטעראַטור סײַ אונדזערער און סײַ פֿון אַנדערע פֿעלקער, אָנהייבנדיק פֿון דער ביבל, לאַפֿאָנטען, גאָגאָל, פּרץ, שלום־עליכם ביז די לעבנדיקע הײַנט. געמיינט עס טאָן ניט אַלס „אילוסטראַטאָר‟ בוכשטעבלעך, נאָר ווי אַ סימן פֿון קונסט־קרובֿהשאַפֿט; ווײַל, אַ חוץ וואָס יעדע קונסט האָט אירע אייגענע געזעצן און מיטלען, איז דאָ צווישן זיי אַ באַשטימטע האַרץ־ליניע, וואָס ענדלעך פֿאַראייניקט זיי.

צי האָט זיך דאָס מיר אַ ביסל אײַנגעגעבן, — צי מיט קריסטן, צי מיט ייִדן — איז אַן אַנדער פֿראַגע. נאָר אָט האָב איך אַמאָל, צום בײַשפּיל, געסטאַרעט זיך עפּעס וואָס מאַכן פֿאַר פּרצעס „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס‟ אין דעם יאָר פֿון זײַן טויט. געקומען צו מיר און מיך געבעטן עס טאָן אַ גוטער ייִד, אַ געלערנטער, נחום שטיף. ערשט וואָס? זײַן עסטעטישער געשמאַק ווי ברייטקייט פֿון פֿאַרלעגער האָט זיי דערלויבט נאָר צו מאַכן פֿון מײַנע צייכענונגען מיט טעקסטן עפּעס אַן אויסגאַבע פֿון עטלעכע בלעטלעך אויף ביליקן פֿאַק־פּאַפּיר, וואָס קאָסט אַ גראָשן. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ „אויסגאַבע‟ און מײַן האָרעווען איז ניט געבליבן קיין זכר שוין לאַנג […]

עס איז פֿאַרשטייט זיך, מײַן פֿאַרגעניגן צו אילוסטרירן פֿעפֿערן, ווײַל פֿון זײַנע שורות האָב איך געפֿילט דעם פֿײַער פֿון יענע העלדן; עס גייט פֿון זיי ווי אַ רויך, ווי אַ היץ פֿון דער ערד. זיי טראָגן אין זיך דעם נײַעם מענטשן.

איך פֿריי זיך אין אַלגעמיין, ווען איך זע אַ לעבעדעקן מענטש, ווײַל אין דעם מענטשן זע איך ניט נאָר אים אַליין, נאָר דורך אים — אַ גאַנץ לאַנד, אַ פּייזאַזש, אַ פֿאָלק. איך האָב אין מײַן לעבן, צום גליק, ערגעץ־וווּ געטראָפֿן אַזעלכע. און פֿאַר וואָס האָבן טאַקע טויזנטער ייִדן דאָ געווען באַגײַסטערט, ווען זיי האָבן דערזען מיכאָעלסן און פֿעפֿערן? ווײַל מ׳האָט געפֿילט דורך זיי אַ לאַנד, אַ פֿאָלק, אַ נשמה.

איך גלייב הײַנט, אַז זיי, בײַ וועמען טיף אין האַרצן ליגט דער גורל פֿון דעם לײַדנדיקן ייִדישן פֿאָלק, וווּ ער זאָל זיך ניט געפֿינען, וועלן אָפּגעבן פֿיל כּוחות צוזאַמען מיט אַלע פֿרײַנדלעך־פֿאַראייניקטע ייִדן צו ראַטעווען דאָס פֿאָלק. איך וויל האָפֿן און גלייבן, אַז דער כּוח פֿון דעם גרויסן לאַנד מיט אירע קעמפֿנדיקע ייִדן, צוגלײַך מיט אַנדערע פֿעלקער דאָרטן, וועט זײַן שטאַרקער און זיכערער צו מיטהעלפֿן די ייִדישע נאַציאָנאַלע רעטונג אומעטום און אַפֿילו אין ארץ־ישׂראל — מער ווי יענע אַנדערע מיט זייערע ניט געהאַלטענע ווערטער און „ווײַסע פּאַפּירן‟**…

ווען איך בין געווען גאָר יונג, האָב איך געוואָלט אײַננעמען וועלטן. איצט וויל איך „אײַננעמען‟ נאָר איין וועלט אין קונסט: שאַפֿן עטלעכע בילדער. און דאָס איז שווער, ווײַל זיי דאַרפֿן „שוועבן‟, ווײַל נאָר דעמאָלט קענען זיי איינפֿאַך גייען אויף דער ערד; און ערשט דעמאָלט פֿאַרשטייט מען זיי ניט, ווײַל ס‘איז צו פּשוט…

עס איז אַ גליק צו גיין אויף דעם וועג, אויף וועלכן, אַגבֿ, עס זײַנען אינערלעך געגאַנגען אונדזערע טאַטעס. עס איז כּמעט אַ „קרייצוועג‟ מיט אַלע שמייכלען. און ווען דאָס איז ניט אַלעמען געפֿעלן, איז וואָס זאָל מען טאָן? לאָזן בליצן די, וועלכע, ליידער, פֿאַרבליצן שוין צו פֿיל אונדזערע אָרעמע אויגן און נשמות.

shagal-mayn libe
עס איז שווער פֿאַר אַ קינסטלער אין הײַנטיקע צײַטן צו געדענקען, אַז ער איז נאָר אַ קינסטלער; און כאָטש עס קומט מיר אויס האַלטן אַ מאָל אַ פּען אין האַנט און זאָגן אַ וואָרט, טראַכט איך אָפֿט: אפֿשר וואָלט בעסער געווען אײַנהאַלטן דאָס מויל.

מיט פֿיל יאָרן צוריק האָב איך דאָס געזאָגט: „צי דאַרפֿן נאָר קינסטלער זוכן צו באַרעכטיקן אונדזער לעבן און קונסט, צו ווײַזן אַ וועג אין קונסט? נו, און אַנדערע מענטשן, זיי אַלע דאַרפֿן ניט ווײַזן אויך זייער קאָלעקטיווע ליבנסקונסט? איז דאָס ווייניק פֿאַר אַ קינסטלער זיצן בײַ זיך און אַרבעטן, און מיט דעם נוצלעך זײַן די מענטשן און זײַן פֿאָלק? פֿאַר וואָס, וועלכע קראַפֿט רײַסט אים הײַנט אָפּ פֿון אָרט? איז דאָס ווייניק, אַז אונדזער קונסט זאָל ריידן פֿון לײַוונט צו אונדזערע אויגן און צו אונדזער האַרץ?‟ֿ

איז אָבער אונדזער קונסט געווען ווי אַ „כּלה‟ אײַנגעוויקלט אין שלייערס. זי בענקט אין די פּאַלאַצן און מע קויפֿט זי פֿאַר געלט. און ווי קען מען רויִק זיצן און שרײַבן און מאָלן „פֿאַנטאַסטישע‟ בילדער און ביכער, ווען דאָס לעבן איז נאָך מער פֿאַנטאַסטיש?

ריידנדיק מיט פֿיל יאָרן צוריק פֿאַר דער מלחמה וועגן אונדזער קולטור, האָב איך געזאָגט: „אונדזער קולטור איז ניט נאָר שפּינאָזע, פֿרויד, אײַנשטיין, מענדעלע, פּרץ, שלום־עליכם און ביאַליק, איזראַעלי און פּיסאַראָ — דאָס זײַנען אויך הײַנט אונדזערע ייִדישע פֿאָלקס־מענטשן און די אַרבעטער אין אַלע לענדער, מיט זייער פֿאַרשפּיצטן קוק און מיט זייערער פֿויסטן, וועלכע גיבן און וועלן גיבן אַ ווידערשטאַנד אונדזערע שׂונאים — פֿאַר אונדזער באַליידיקונג.

איך וואָלט וועלן נאָר איין זאַך — זײַן אויך אין זייערע רייען בעת־מעשׂה. אונדזערע שׂונאים, וועלכע — אָנשטאָט צו שאַפֿן דאָס ליכט פֿון אונדזער אַלטן גײַסט, — ווילן נאָר אונדזער בלוט, כּדי דאָס זאָל זיי פֿאַרשיכּורן און צוגעבן מוט פֿאַר זייערע נידעריקע צילן.

איך, אַלס קינסטלער, בין ניט אויסן, אַז מיר זאָלן ווערן אין קונסט שם־מבֿינים; נאָר זאָל אונדזער לעבן אָננעמען די דיסציפּלין ווי אין דער אמתער קונסט. אַז אינערלעך און אויסערלעך זאָל אויף אונדזער גאַנץ לעבן זיך זעצן כאָטש איין שטראַל פֿון אַזאַ מין „שיינקייט‟, ווײַל דער מאַנגל אין דעם האָט טויזנטער יאָרן אויסגעבויגן אונדזער רוקן…

איך האָב אפֿשר קיין רעכט ניט צו ריידן אַזוי, ווײַל מע דאַרף דאָך שטענדיק מער פֿון זיך אַליין פֿאָדערן; מע ווערט דאָך אַ מאָל פֿאַרשעמט פֿון די אייגענע חסרונות. עס איז הײַנט אַ צײַט גאָר ניט קיין קינסטלערישע. עס איז דאָך מלחמה אויף דער וועלט, אָבער פֿאָרט אין דעם פֿײַער קומען מענטשן ריידן וועגן קולטור, פּאָעזיע און קונסט, ווײַל דאָס אַלץ איז אויך אונדזער געווער.

די אָפֿיציעלע אַקאַדעמיעס זײַנען לאַנג דיסקרעדיטירט געוואָרן. דאַרפֿן די קינסטלער דאָך דורכגיין אַ שווערן „סטאַזש‟, ווי אין די פֿריִערע צײַטן, און דאָס אַלץ אין דעם ליכט פֿון פֿיל הײַנטיקע סאָציאַלע און פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. ווען מע נעמט אין באַטראַכט דעם וועג פֿון אַ קינסטלער, איז ער דאָך געווען און איז נאָך הײַנט אַ לופֿט־מענטש. עס טאָר זיך ניט צוקלעפּן צו אונדז די גרינגקייט, מאַניערישקייט און שמירערײַ — אויב מיר גיבן ניט פֿון זיך אָפּ דער קונסט דאָס גאַנצע לעבן, אויב מיר זײַנען ניט אין קונסט קיין „עקסטרעם־מאַקסימאַליסטן‟.

shagal-shlitn

יע, מיר ייִדן־קינסטלער זײַנען הײַנט ווי גראָז, אפֿשר שיין גראָז, נאָר אויף אַ בית־עלמין; און מיר טוט וויי, וואָס פֿון מיר גייט אַרויס אַזאַ וואָרט, ווײַל אין עצם בין איך קיין מאָל ניט געווען קיין פּעסימיסט — פֿאַרקערט. די קינסטלער זײַנען אָפֿט עלנט, אָן פֿרייד, אָן „מעצענאַטן‟, און צעקריגט צווישן זיך און מיט זיך אַליין. האָבן דען ניט די קינסטלער געגעבן אַ מאָל אַ שטויס אונדזערע קולטורן — ליטעראַטור און טעאַטער?

און יענע ייִדן, וועלכע גיבן אויף „פּושקע‟, כּדי מיט דעם זיך „ראַטעווען‟ פֿאַרן אייבערשטן, ווען וועלן זיי אויך פֿאַרשטיין, אַז מיטן העלפֿן דער קולטור און קונסט קען מען אויך פֿאַראייביקן דעם אייגענעם נאָמען און העלפֿן צו אַנטוויקלען די קונסט און קולטור, וואָס איז איינע פֿון אונדזערע אויפֿטוען אויף דער וועלט.

אָט אַזוי, דערמאָן איך זיך, האָב איך שוין יאָרן צוריק גערעדט. פֿרעג איך זיך: צו וואָס גערעדט? וואָס האָט זיך געביטן פֿון דעמאָלט אָן? עס קומט די צײַט… עס איז שוין לאַנג געקומען די צײַט פֿון מעשׂים. דערפֿאַר צעגייט זיך מײַן האַרץ, ווען איך הער די טענער פֿון יענע העלדן, וואָס לייגן אײַן די אַלטע וועלט אין קבֿר מיט די שׂונאים צוזאַמען, און רופֿן אונדז צום נײַעם לעבן. מיר קינסטלער און שרײַבער דאַרף עס די ערשטע הערן. מיר דאַרפֿן עס פֿאַר זיך אַליין.

און פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך אויפֿכאַפּן נאָר אויף די באַריקאַדעס און אין די געטאָס פֿאַרן טויט? פֿאַר וואָס ניט בעת מע לעבט נאָך? פֿאַר וואָס דאַרפֿן מיר הײַנט אַרויסווײַזן אונדזער זשעני און לעבנס־פֿיייִקייט דערהויבן אין דעם ווידערשטאַנד אין די געטאָס? און אין לעבן, ווען אויף אונדז הענגט ניט די האַק, זײַנען מיר שׂונאים זיך אַליין און דעם אַנדערן…

shagal-khasene

צענדליקער יאָרן פֿון פֿליִען אין די הימלען האָט מיך איבערצײַגט אין דעם, וואָס עס טוט זיך אויף דער ערד.

איז עס טאַקע ניטאָ אַזאַ מענטש בײַ ייִדן, וועמענס וואָרט האָט אַ ווערט פֿאַר זיי, ווי דאָס וואָרט אַ מאָל אין דעם אַלטן רעליגיעזן לעבן; ווי דאָס וואָרט אַ מאָל פֿון אַלטע קעמפֿער אין דער פּאַרטיי?! דערווײַל ווערט צעקראָכן דער ייִד מיט זײַן מיסחר ביזן האַלדז; און אונדזער כּלומרשט „אויטאָריטעט‟ פֿון קינסטלער און קולטור־שאַפֿער איז ווערט אין זײַנע אויגן אַ גראָשן.

עס איז שרעקלעך, ווי דער שׂונא שלאָגט אונדז. שרעקלעך איז ווי די פֿעלקער שווײַגן צו… אָבער נאָך שרעקלעכער איז צו זען, ווי מיר באַוויינען די קבֿרים פֿון די קדושים, נאָר גיבן ניט אַ געשריי איינער צום אַנדערן: „אָט איז די צײַט, אַז מיר זאָלן גיבן איינער דעם אַנדערן אַ האַנט, צו דערקענען אין יעדערן זײַן ברודער און ניט דערלאָזן אונדזער אונטערגאַנג.‟[…]

איך טראַכט וועגן יענעם מין „בוימל‟, וואָס מאַכט ווייכער אונדזערע הערצער, ווען די שרויפֿן הערן אויף צו סקריפּען, און דער וועג גייט גלאַטער. מיר קינסטלער און שרײַבער נייטיקן זיך אין דעם מער פֿון אַלע. אָן דעם „בוימל‟ איז דאָך אונדזער סטיל אין שאַפֿן טרוקן, די שריפֿט איז טרוקן און די פֿאַרב איז טרוקן. אויב אַזוי, וואָס זשע זעט מען, ענדלעך, פֿאַר די אויגן: קיין אידעאַל צוליב וואָס צו לעבן…

וואָלט איך וועלן ענדיקן מײַן צו לאַנג וואָרט ווי מיט אַ „געבעט‟ — ניט צו גאָט, וועלכן איך האָב נאָך ניט אויסגעמאָלט, ניט צו דער שיל, וועלכע איך האָב שוין יאָ אויסגעמאָלט, נאָר פֿאַר זיך: אַז וואָס עלטער איך וועל ווערן, זאָלן אונדזערע טריט דערהערן, ווי אונדזער שטימע בײַט זיך פֿון נײַעם־אַלטן אינהאַלט, און אונדזערע אויגן זאָלן דערזען יענעם זיכערסטן נײַעם־אַלטן וועג, וועלכן מיר אַליין און אַלע צוזאַמען דאַרפֿן שטענדיק זוכן און בויען. און דאָס וועט מען פֿילן און זען אויף אונדזער פּנים…

הײַנט בין איך געווען אַזוי איבערראַשט, אַז איך מוז עס אײַך מיטטיילן. איך האָב געעפֿנט פֿעפֿערס בוך און געוואָלט אין דעם אַ קוק טאָן. האָט זיך זײַן בוך צופֿעליק געעפֿנט אויף די פֿאָלגנדיקע שורות. וויל איך זיי איבערלייענען:

כ‘ווייס, ניט אַלע שוועלן בין איך שוין אַריבער
אין די אויגן מײַנע בלײַבט דער זעלבער פֿיבער,
און דער זעלבער נײַגער און די זעלבע וווּנטשן,
וואָס איך טראָג פֿון לאַנג שוין אונטער הויכער זון־שײַן.
און די זעלבע פֿרישקייט וווינט אין מײַנע אויגן,
און דער זעלבער שמייכל האָט זיך אויסגעבויגן.

 

* ד״ר קלומאַק — אײַזיק קלומאַק (1888־?), דערציילער און דראַמאַטורג
** „ווײַסע פּאַפּירן‟ — געמיינט, דאָס „ווײַסע בוך‟, 1939, וווּ די בריטישע אימפּעריע האָט צוגעזאָגט במשך פֿון צען יאָר שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה. פֿאַרקטיש האָט עס געבראַכט צו אַ ממשותדיקער קירצונג פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע קיין ארץ־ישׂראל.

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s