איך וואָלט געוואָלט אײַך פֿאָרלייגן הײַנט זיך ווענדן צו אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון פֿאָלקס־שאַפֿונג, ווי אידיאָמאַטישע אויסדרוקן. אָן זײ וואָלט אונדזער שפּראַך נישט געווען אַזוי פֿילפֿאַרביק און פֿאַרשיידנאַרטיק; נישט געווען אַזוי ייִדישלעך. די אידיאָמאַטישע אויסדרוקן קומען אַרויס פֿון קלאָרסטע נשמה־קוואַלן, וואָס יעדער פֿאָלק טראָגט אין זיך. זיי מאַכן די ליטעראַטור נאַציאָנאַל און אַנדערש פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן. זיי טראָגן אין זיך דעם גענעטישן קאָד פֿון דער שפּאַך.
ייִדיש איז רײַך אויף אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, און כּדי צו פֿאַרזוכן, כאָטש מיט דער שפּיץ־צונג, דעם טעם פֿון ייִדישע אידיאָמען, האָב איך אַרײַנגעקוקט אין אַ דין ביכעלע, אַרויסגעלאָזט פֿון דער באַקאַנטער ייִדישער דיכטערין רחל בוימוואָל (פֿאַרלאַג „הארץ‟, ירושלים 1991).
דאָס ביכעלע הייסט „אַנטקעגן דעם וואָס איר זאָגט‟. עס איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון בוימוואָלס נאָטיצן, געדרוקט אין פֿאַרשיידענע יאָרן און אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס. אינעם אַרײַנפֿיר צום ביכל שרײַבט ד״ר העשיל קלעפּפֿיש: „דאָס זײַנען פּאָעטישע עסייען, אינספּירירטע פֿון דער שטוינענדיקער עשירות פֿון ייִדיש־לשון און באַהויכטע מיט רחלס הייסער ליבשאַפֿט צום דאָזיקן לשון און צו זײַנע ניואַנסן…‟
איך לייג אײַך פֿאַר בלויז עטלעכע קאַפּיטלעך פֿון דער אוניקאַלער אויסגאַבע.
לאַפּסוס־קאַקטוס
רחל בוימוואָל (1914־2000)
אײַנלייגן די וועלט
וועגן דער אייגנאַרטיקער רײַכקייט פֿון ייִדיש־לשון, וועגן זײַנע ווערטלעך און מעטאַפֿאָרן, אויסערגעוויינטלעכער עמאָציאָנעלקייט און דינאַמיק, וועגן אײַנגעבוירענער פֿאָלקסטימלעכקייט, אָרגאַנישן הומאָר און נאָך אַ סך אַנדערע זאַכן קאָן מען ריידן און ריידן. נאָר איך וועל זיך דאָ אָפּשטעלן בלויז אויף אידיאָמאַטישע אויסדרוקן וועגן דער וועלט, ריכטיקער געזאָגט — מיטן אָנטייל פֿונעם וואָרט „וועלט‟.
ייִדן זײַנען, ווי ס׳איז באַוווּסט, צעשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט. און דאָס שפּיגלט זיך ברייט אָפּ אין אונדזער ייִדיש־לשון. דער ייִד איז אַ גאַנצער שמעלקע מיט דער וועלט. צענדליקער אידיאָמאַטישע אויסדרוקן מיט דעם וואָרט וועלט! אויף שריט און טריט ווערט דערמאָנט די וועלט, און יעדעס מאָל אין אַן אַנדער זין און מיט אַן אַנדער טעם. אָן דער וועלט קאָן די ייִדישע שפּראַך ממש קיין טראָט ניט מאַכן. טוט נאָר אַ קוק:
אַ גוטער איז גוט ווי די וועלט.
אַ קלוגער איז קלוג ווי די וועלט.
אַ שיינער איז שיין ווי די וועלט.
אַן ערודירטער ווייסט אַ וועלט.
אַ רײַזנדער איז אויסגעפֿאָרן אַ וועלט.
זײַן זייער ענערגיש — קערן וועלטן.
כּמעט צו יעדן סובסטאַנטיוו, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ מענטשן (אַ נאַר אַ חכם, אַ פֿידלער, אַ דעמאַגאָג) — קאָן מען צוגעבן איינער אין דער וועלט.
אַ סך קינדער — אַ וועלט מיט קינדער.
אַ סך אַרבעט — אַ וועלט מיט אַרבעט.
עס קאָן אויך זײַן אַ וועלט מיט פֿרײַער צײַט.
איר גלייבט מיר נישט? — דעמאָלט איז אויס וועלט! אָבער איך וועל אײַנלייגן די וועלט, כּדי אײַך צו דערווײַזן.
איר זײַט מיט מיר מסכּים? — לעב איך דאָך ווידער אַ וועלט! צוריק גערעדט, וועט איר דאָך נישט וועלן צעקריגן מיך מיט דער וועלט…
איר זעט דאָך, אַז פֿון ייִדיש האַלט איך אַ וועלט! אייניקע זאָגן, אַז איך ברען אַ וועלט, און אייניקע — אַז איך ווייס נישט אויף וועלכער וועלט איך בין…
נאָר אַבי איך נאַר נישט די וועלט, איך הער זיך צו צו דער וועלט. ער האַלט אין איין שילטן די וועלט. פּונקט ווי די גאַנצע וועלט איז אים שולדיק.
איך זאָג צו אים: טו אַ קוק ס‘אַראַ ליכטיקע וועלט! און ער רעדט זײַניקעס: די וועלט גייט אונטער, זאָגט ער… אָט דאָס איז אַ וועלט? וווּ נאָר עפּעס אַ נאַרישקייט, קלינגט מיט אים די וועלט…
פֿאַראַן מענטשן, וואָס פֿאַר זיי איז ענג די וועלט. פֿאַראַן אויך אַזעלכע, וואָס לאַכן פֿון דער וועלט. זיי מאַכן פֿון אַלץ חוזק אויף וואָס די וועלט שטייט.
אַזעלכע קומען און גייען אַוועק פֿון דער וועלט, נישט וויסנדיק, וווּ זיי האַלטן אין דער וועלט. פֿאַר זיי איז עס אַ פֿאַרשפּילטע וועלט. און אַלץ הייבט זיך אָן פֿון דעם, וואָס זיי ווילן אַרײַנכאַפּן די גאַנצע וועלט. מיינט נישט, אַז איך זאָג עס גלאַט אין דער וועלט אַרײַן. איך וואָלט אײַך געבראַכט אַ וועלט מיט בײַשפּילן.
מיר דוכט, אַז אַפֿילו פֿון דעם איינציקן וואָרט „וועלט‟ אין ייִדיש־לשון זאָגט שוין אַ סך וועגן אונדזער פֿאָלק. אין אַלע הינזיכטן געפּענטעט, האָט דער גלות־ייִד געשאַפֿן פֿאַר זיך פֿון זײַן ייִדיש אַ מין באַזונדער קיניגרײַך. אַ קיניגרײַך, וווּ ער קאָן אויסלאָדן זײַן טעמפּעראַמענט, זײַנע עמאָציעס, לאָזן פֿרײַ זײַן פֿאַנטאַזיע, קאָמפּענסירן די אַרויפֿגעצוווּנגענע אויף אים באַשרענקטקייט. אין דעם פֿאַל — מיט גוזמות פֿון אַ וועלט־מאַסשטאַב.
„מענטש איינער‟
אין ייִדיש פֿאַרנעמט דער מענטש אַ ביז גאָר אָנגעזעענעם אָרט. אָן דעם מענטשן איז די וועלט קיין וועלט נישט. ייִדיש האָט ליב צוגעבן דאָס וואָרט „מענטש‟ אַפֿילו דאָרט, וווּ מע קאָן זיך אָן אים באַגיין. אַ מזל — אַ מזל פֿון אַ מענטשן. אַ חוצפּה — אַ חוצפּה פֿון אַ מענטשן. אַן אײַנפֿאַל — אַן אײַנפֿאַל פֿון אַ מענטשן! וכדומה. דאָס גיט צו אַ ייִדישן קאָלאָריט, וואָגיקייט, טעמפּעראַמענט.
זאָגן אויף עמעצן, אַז ער איז אַן אוממענטש, איז איינע פֿון די גרעסטע באַליידיקונגען. ווייכער איז — נאָך ווײַט פֿון אַ מענטשן. אַזאַ איינער קאָן זיך נאָך אויסמענטשלען. ווערן אַ שטיקל מענטש און אַפֿילו אַ פּאָלנער מענטש, מיט מענטשן גלײַך.
אַ הויכע אָפּשאַצונג איז, ווען מע זאָגט וועגן איינעם, אַז ער איז שוין איין מאָל אַ מענטש! (גייט פּרוּווט עס איבערזעצן!) צו אַ קינד, וואָס פּרוּווט אַרויסווײַזן זעלבשטענדיקייט, זאָגט מען: זעט נאָר מײַנע מענטשן! איר האָט עס קיין מאָל נישט געהערט? מענטש איינער! דאָס איז דאָך יעדערן באַוווּסט. און אַז מע זאָגט: אַ מענטש פֿאַר זיך, האָט איר געהערט? אין אָט דעם אויסדרוק זײַנען פֿאַראַן ניואַנסן. אַ מאָל הייסט עס — אַן אַנדער מין מענטש, אַ מאָל — זעלבשטענדיקער מענטש, אָדער אַן עגאָיִסט.
מיר ברענגען דאָ אידיאָמען, דאָס הייסט, אויסדרוקן אָדער צונויפֿגעזעצטע ווערטער, וואָס לאָזן זיך נישט איבערזעצן אויף אַן אַנדער שפּראַך. פֿון דעם שטאַדפּונקט קען זיך דוכטן, אַז „מענטשן־פֿרעסער‟ איז נישט קיין אידיאָם. למשל, אויף רוסיש האָבן מיר דאָס וואָרט „ליודאָיעד‟, אָבער דאָס איז ווײַט נישט דאָס זעלבע, וואָס „מענטשנפֿרעסער‟ אין ייִדיש. אין רוסיש מיינט עס אין בוכשטעבלעכן זין פֿון וואָרט: אַ מענטש פֿון אַ ווילדן שבֿט, וואָס הייסט מענטשנפֿלייש. אויף ייִדיש איז עס מיינסטן אַ מעטאַפֿאָר, ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ שלעכטן, גאַליקן מענטשן, וואָס האָט אַלעמען פֿײַנט.
איך פֿאַרשטיי נישט, ווי קען מען עס בכלל פֿײַנט האָבן מענטשן! עס ווערט טאַקע גוט אומעטיק, ווען דו זעסט נישט לעבן זיך קיין לעבעדיקן מענטשן. ווען איך בין אַ לאַנגע צײַט אָן מענטשן, ווער איך אויס מענטש. מײַן פֿעטער איז, ווײַזט אויס, מער מענטש פֿון מיר. ער קען זיך באַגיין אָן מענטשן. אפֿשר איז עס בײַ מיר אַ שוואַכקייט, נאָר מע איז דאָך נישט מער ווי אַ מענטש…
צו לעצט וויל איך זיך אומקערן צו דעם אויסדרוק מענטש איינער! אים פֿלעג איך אָפֿט הערן פֿון אונדזער פֿרײַנד, דעם גאָטס געבענטשטן דיכטער שמואל האַלקין… — מענטש איינער! — פֿלעגט ער אויסרופֿן, און זײַנע שיינע אויגן פֿלעגן דערבײַ לויכטן מיט אַזוי פֿיל גוטסקייט, — מענטש איינער! איר מיינט, אַז ער (אָדער זי) האָט עס געטאָן בייזוויליק? גאָר! ס׳האָט זיך באַקומען צופֿעליק… אַלץ און אַלעמען איז ער, דוכט זיך, גרייט געווען צו פֿאַרגעבן. ער איז געווען אַ מענטש פֿון מענטשנלאַנד!
אַ פֿור מיט אַ גלעקל
וואָס פֿאַר אַ ווערב איז נאָך אַזוי פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן פֿון גאָר דער וועלט, ווי דער ווערב „פֿאָרן‟!
ייִדן פֿלעגן שטענדיק האַלטן אין איין אַרומפֿאָרן (און פֿאָרן אויך איצטער) — פֿון שטאָט צו שטאָט, פֿון לאַנד צו לאַנד, פֿון קאָנטינענט צו קאָנטינענט. אָט דאָס הייסט דאָך גלות! איז טאַקע דאָס וואָרט „פֿאָרן‟ אַרײַן אין אָן אַ שיעור אידיאָמאַטישע אויסדרוקן. נישטאָ כּמעט קיין איין פּרעפֿיקס, וועלכער זאָל זיך נישט לאָזן צושטעלן צום וואָרט פֿאָרן:
אויספֿאָרן אַ וועלט.
אַרײַנפֿאָרן אין די רייד.
אַראָפּפֿאָרן פֿון פּנים (מאָגער ווערן, שלעכט אויסזען).
אונטערפֿאָרן (מיט זיסע ריידעלעך)
פֿאַרפֿאָרן אין די ציין.
אַרויספֿאָרן אויף… (אַן אַרגומענט, כּדי עפּעס דערווײַזן)
הײַנט די אויסדרוקן: פֿאָר ווײַטער, זעט אויס ווי אַן איבערגעפֿאָרענער, אַ צעפֿאָרענער (בענקל, טיש), געבן איינעם אַ פֿור מיט אַ גלעקל (פֿאַקטיש אַרויסטרײַבן).
פֿונעם זעלבן אינהאַלט זײַנען אויך די אויסדרוקן מיטן וואָרט „וועג‟:
נעמען דעם וועג.
ריידן פֿון וועג (אויסערן וועג).
געפֿינען אַ וועג (אַן אויסוועג).
אַרויף (אָדער אַראָפּ) פֿון גלײַכן וועג.
פֿאַרלויפֿן דעם וועג.
בײַ אַ סך פֿעלקער זײַנען פֿאַראַן לידער וועגן ביימער. אָבער בײַ אונדז ,ייִדן, שטייט דער בוים אויפֿן וועג („אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟)
און אויך מיט העברעיִזמען: אין הויכע דרכים, אין ווײַטע דרכים, סע גייט אויף אַ דרך, דרך־הישר וכדומה.
און אויב נישט אַ וועג, איז אַ „וואָגן‟, נישט וועלן זײַן אַ פֿינפֿטע ראָד אין וואָגן.
און אויב נישט אַ וועג איז אַ „פּעקל‟: יעדער האָט זיך זײַן פּעקל, אַ שווערער פּעקל, אַ פּעקל צרות, און אַפֿילו אויף יענער וועלט פּעקלט מען זיך אַריבער...
מיט איין וואָרט, וועגן, וועגעלעך, פּעקלעך — אַלץ האָט צו טאָן מיט פֿאָרן, מיט אַרומפֿאָרן, מיט זײַן פֿאַרוואָגלט. קומסטו אין איין אָרט, גיט מען דיר פֿון דאָרטן אַ פֿור מיט אַ גלעקל. קומסטו אין אַ צווייט אָרט, איז מען דיר שוין פֿאַרלאָפֿן דעם וועג. אָט אַזוי, צו ביסלעך, פֿאָרסטו אויס די וועלט…
און נאָר בײַ זיך אין אייגענעם לאַנד קאָנסטו אַרויף אויפֿן דרך־הישר.
אַ קלײנע עצה: קאָנטראָלירט אַלע אַרטיקלען מיט מײַן אױסלײג־קאָנטראָל פּראָגראַם:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/checkSpellUTF.cgi
איר װעט געפֿינען עטלעכע גרײַזן װאָס מע קען גרינג צו־רעכטס מאַכן.
רפֿאל
LikeLike