דער פֿאַרפֿאַלענער רינג

צום 70סטן יאָרצײַט נאָך שלמה מיכאָעלסן

מישע כאַזין

יאָנואַר 13 איז אַ טרויעריקע דאַטע, קודם־כּל, פֿאַר די ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין דעם טאָג, אין יאָר 1948 האָבן די ענקאַוועדע־רוצחים, אויספֿירנדיק סטאַלינס באַפֿעל, דערהרגעט שלמה מיכאָעלסן, מאַסקירנדיק די פֿאַרברעכונג ווי אַן אויטאָ־אינצידענט.

מיט פֿינף יאָר שפּעטער אינעם זעלבן טאָג, דעם 13טן יאַנואַר 1953 האָט זיך אין דער צענטראַלער קאָמוניסטישער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ (אמת), באַוויזן די אינפֿאָרמאַציע, אַז עס איז אַרעסטירט געוואָרן אַ גרופּע הויך־ראַנגיקע דאָקטוירים־פֿאַרשווערער, וועלכע האָבן געוואָלט אומברענגען די פֿירערשאַפֿט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווי ס‘האָט זיך אַרויסגעוויזן, זײַנען ס‘רובֿ פֿון דער גרופּע געווען ייִדן. דער ענין איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟.

וואָס איז דאָס געווען — אַ צופֿעליקער צונויפֿפֿאַל? צי אפֿשר אַ נײַער צינישער קונץ, וואָס דער קאָמוניסטישער טיראַן האָט פּלאַנירט דורכצופֿירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַ מין צווייטער חורבן? ס׳האָט אָבער גענומען קנאַפּע צוויי חדשים נאָך דער אינפֿאָרמאַציע אין דער צענטראַלער צײַטונג, אַז דער „אומשטערבלעכער פֿירער‟ זאָל פּגרן. אין גיכן האָט מען די מעדיצין־פּראָפֿעסאָרן, פֿאַרשטייט זיך יענע, וואָס זײַנען געבליבן לעבן, אַרויסגעלאָזט פֿון דער תּפֿיסה און זיי רעהאַביליטירט.

דער גרויסער ייִדישער אַקטיאָר, שלמה מיכאָעלס, האָט אַזאַ מזל נישט געהאַט. זײַן לעבן איז געבליבן אַ לעגענדע, וואָס וואָקסט מיט דער צײַט אַרום מיט נײַע דערמאָנונגען און פּרטים.

Menakhem-mendl
ש. מיכאָעלס אין דער ראָלע פֿון מנחם־מענדל

צו רעדן מיט מענטשן, וועלכע האָבן פּערזענלעך געקענט מיכאָעלסן איז מיר שטענדיק געווען אינטערעסאַנט. אַ דאַנק די קאַרגע דערמאָנונגען פֿלעג איך ווי נאָך אַ ביסעלע זיך דערנענטערן צום באַגרײַפֿן די זעלטענע פּערזענלעכקייט. ווי אַ סך אַנדערע מײַנע מיטצײַטלער, וואָס די ייִדישע קולטור איז זיי נישט פֿרעמד, פֿלעג איך זשעדנע לייענען אַלץ, וואָס ס‘האָט געהאַט אַ שײַכות צו מיכאָעלסן. מעגלעך, אַז צו דעם נײַגער האָט זיך אויך צוגעמישט דאָס געפֿיל פֿון אַ פֿאַרדראָס, הלמאַי איז מיר נישט באַשערט געווען צו זען מיכאָעלסן אויף דער בינע. צוריק גערעדט, איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען זיך טרעפֿן און אויסהערן מענטשן, וועלכע האָבן יאָ געזען זײַנע פֿאָרשטעלונגען, און אַפֿילו זיך בײַ אים געלערנט. די זאַמדעלעך פֿונעם דערהערטן האָבן זיך אָפּגעזעצט אין מײַן זכּרון. ווער ווייסט, אפֿשר איז דאָס אַ גאָלדן זאַמד.

Артист Михоэлс С.М. в роли Короля Лира, 1946 год
שלמה מיכאָעלס אין דער ראָלע פֿון קיניג ליר

וולאַדימיר עוּפֿער, פּראָפֿעסאָר אינעם מאָסקווער טעאַטער־אינסטיטוט, האָט מיר איין מאָל, בעת אַ שפּאַציר, פֿאָרגעלייגט:
כ׳האָב פֿאַר אײַך אַ מעשׂה, וואָס מיכאָעלס אַליין האָט זי מיר דערציילט. געשען איז עס אינעם שטעטל זשמערינקע, וווּ דער ייִדישער טעאַטער האָט אין יענעם זומער גאַסטראָלירט. מיכאָעלס האָט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג זיך אָפּגערוט אין זײַן האָטעל־צימער. אין אַ מאָמענט קלאַפּט אָן אין דער טיר זײַן אַדמיניסטראַטאָר און זאָגט, אַז אַן אָרטיקער יונגער־מאַן וויל זיך מיט אים טרעפֿן.

— וואָס זשע וויל ער?
— ער זאָגט, ס‘איז אַ פּריוואַטער ענין.
— ווי זעט ער אויס?
— אַ געלער קליינשטעטלדיקער יאַט…
— נו גוט, זאָל ער אַרײַנקומען.
דער בחור איז אַרײַנגעגאַנגען אין צימער. זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרלוירן.
— וואָס האָט אײַך צו מיר געבראַכט? — האָט געפֿרעגט מיכאָעלס.
די אויגן בײַם גאַסט האָבן זיך אָנגעצונדן:
— כ‘וויל ווערן אַן אַרטיסט. — האָט ער דערקלערט און זיך לײַכט פֿאַרהיקעט.

גאָר אין גיכן האָט מיכאָעלס אויסגעקלאָרט, אַז קיין איין פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער האָט דער בחור נישט געזען, קיין ביכער נישט געלייענט און בכלל, האָט ער קיין גרויסן אינטערעס צו קונס נישט אַרויסגעוויזן.

— פֿאַר וואָס זשע ווילט איר ווערן אַן אַקטיאָר? — האָט זיך מיכאָעלס געחידושט.
— דער פֿאַך איז ווי צוגעמאָסטן צו מיר, — האָט מיט חשק דערקלערט דער יונגער־מאַן, — ווײַל כ‘האָב זייער ליב צו שלאָפֿן שפּעט.

בראָש מיט מיכאָעלסן האָט די ייִדישע בינע זיך אַרויסגעריסן פֿון די ענגע קליינשטעטלדיקע דלתּ אמות. מיכאָעלס אַליין איז געווען איינער פֿון די גרעסטע שעקספּיר־אַקטיאָרן! זײַן געשליפֿענע מײַסטערשאַפֿט פֿלעגט דערגרייכן צו אַזאַ טיפֿקייט, אַז דער עולם האָט געזען אין אים אַן עכטן קיניג און חכם.

ווען מיכאָעלס איז אומגעקומען, האָט מאַרק שאַגאַל אין זײַן טעלעגראַמע צום ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט געשריבם, אַז מיכאָעלס איז געווען די גלענצנדיקסטע פֿיגור אין אונדזער ייִדישער קונסט.

sidi tal
סידי טאַלס פּלאַטע “פֿון קאָנצערט־פּראָגראַמען”

אין יאָר 1979 איז די לעגענדאַרע ייִדישע אַקטריסע סידי טאַל אויפֿגעטראָטן אין קעשענעוו. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָט זי מיר געשענקט איר פּלאַטע, וואָס האָט געהייסן „פֿון קאָנצערט־פּראָגראַמען‟, מיט זייער וואַרעמע ווינטשן. אין יענער צײַט איז אַ ייִדישע פּלאַטע, פּראָדוצירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געווען אַ גרויסע זעלטנקייט. די דאָזיקע פּלאַטע, ווי אַ רעליקוויע, האָב איך געבראַכט מיט זיך קיין אַמעריקע. אויפֿן קאָנווערט, אין וועלכן די פּלאַטע געפֿינט זיך, איז אָפּגעדרוקט אַן אָפּרוף פֿון מיכאָעלסן וועגן סידי טאַלס אַקטיאָרישן טאַלאַנט: „איר שפּראַך!.. אַך, איר גאַליציאַנער ייִדיש! איר שפּראַך באַשטייט דאָך נישט בלויז פֿון ווערטער, נאָר פֿון זיפֿצן; פֿון אַ באַזונדערער מוזיקאַלישקייט, וואָס איז נישטאָ אין קיין שום אַנדערן ייִדישן דיאַלעקט…‟. מיכאָעלס האָט געהאַלטן, אַז די שטימע פֿון סידי טאַל מוז מען פֿאַרקריצן אויף פּלאַטעס און אָפּהיטן פֿאַר די קומענדיקע דורות.

3037
ראָזע זאַרובינסקי, איינע פֿון די פֿירנדיקע אַקטריסעס אינעם אַמאָליקן ריגער ייִדישן טעאַטער, האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אין באָסטאָן, אינעם „יולין האַוּז‟. אין אירע יונגע יאָרן האָט זי זיך געלערנט אין דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער־סטודיע.
דאָס איז געשען אינעם יאָר 1931. קיין מאָסקווע איז זי געקומען צו פֿאָרן פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל טשערקאַס, ווען זי איז קוים געוואָרן 17. דער שם אַרום דעם ייִדישן טעאַטער האָט זיך שוין צעטראָגן איבערן גאַנצן לאַנד, און ראָזע האָט ממש געחלומט צו שפּילן אויף דער בינע.

אין דער פֿרי איז זי געקומען אָפּגעבן דעם אַרײַנטרעט־עקזאַמען. דער עקזאַמען האָט זיך פֿאַרהאַלטן, ווײַל מיכאָעלס האָט פֿאַרשפּעטיקט. סוף־כּל־סוף, איז ער געקומען. ראָזע האָט דעקלאַמירט עטלעכע לידער, דערנאָך זיך צוגעזעצט צו דער פּיאַנע און געזונגען אַ פּאָר ייִדישע לידער. מיכאָעלסן איז דאָס מיידל געפֿעלן געוואָרן.

— ווי הייסט איר? — האָט ער זי געפֿרעגט.
— ראָזאַליאַ איסאַקאָוונאַ! — האָט אויסגעשאָסן דאָס מיידל.
זינט דעמאָלט אָן, וווּ מיכאָעלס זאָל זײַן תּלמידה נישט געווען טרעפֿן, האָט ער זי שטענדיק גערופֿן „ראָזאַליאַ איסאַקאָוונאַ‟.

איין מאָל האָט מען די סטודענטן פֿון דער ייִדישער סטודיע פֿאַרבעטן אויף אַ קאָנצערט־טרעפֿונג מיטן ציגײַנערישן מלוכישן טעאַטער. פֿון דער בינע האָבן זיך געטראָגן אַ סך וויצן, אימפּראָוויזאַציעס, הומאָריסטישע סצענקעס. אין זײַן קורצער רעפּריזע האָט מיכאָעלס אויסגעשפּילט אַ בעטלער, און בנימין זוסקין — אַ גבֿיר. עס האָט אויסגעזען אַזוי רעאַליסטיש, אַז ווען מיכאָעלס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין זאַל און זיך דורכגעגאַנגען צווישן די שורות בענקלעך מיט דער אויסגעשטרעקטער האַנט, האָט דער עולם אים אָנגעהויבן דערלאַנגען נדבֿות.

* * *

אין באָסטאָן געדענקט מען דעם פֿראָנטאָוויק און געזעלשאַפֿטלעכן אַקטיוויסט דוד ראָזין, דאָקטאָר פֿון מעדיצינישע וויסנשאַפֿטן און אַ מאָל אַ באַקאַנטער אָנקאָלאָג.

— אין יאָר 1947, — דערמאָנט זיך דוד, — האָב איך אין דער שטאָט באַקו זיך באַטייליקט אין אַ וויסנשאַפֿטלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דאָקטוירים, ביאָלאָגן און גענעטיקער. ס׳האָט זיך אַזוי צופֿעליק באָקומען, אַז כ׳בין געזעסן לעבן אַן אומבאַקאַנטער פֿרוי פֿון מאָסקווע. אין אַ מאָמענט האָב איך באַמערקט, אַז די פֿרוי טראָגט אויף אַ פֿינגער אַן אומגעוויינטלעכן זילבערנעם רינג מיט אַ שטיין, וואָס האַט אויסגעזען ווי אַ מגן־דוד. און נאָך: אויפֿן רינג האָט מען געקאָנט פֿונאַנדערקוקן אַן אויפֿשריפֿט מיט העברעיִשע אותיות.

потоцкая
שלמה מיכאָעלס און זײַן צווייטע פֿרוי אַנאַסטאַסיאַ פּאָטאָצקאַיאַ

כ׳האָב זיך נישט אײַנגעהאַלטן און געפֿרעגט זי וועגן דעם רינג.
— ס׳איז נישט מײַן רינג, — האָט זיך אָנגערפֿן די פֿרוי, — ס׳איז מײַן מאַנס רינג… פֿאַרן פֿאָרן אַהער האָט ער אים מיר געגעבן כ׳זאָל אים אָנטאָן. דער רינג איז פֿאַר אים ווי אַ קמיע, וואָס היט אָפּ פֿון אַן אומגליק. הײַיאָר האָב איך שוין איבערגעלעבט צוויי אויטאָ־אינצידענטן.

ווי ס׳האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, האָט די שיינע פֿרוי געהייסן אַנאַסטאַסיאַ פּאַוולאָוונאַ פּאָטאָצקאַיאַ און איז געווען די פֿרוי פֿון שלמה מיכאָעלסן. ווען מיכאָעלס מיט איציק פֿעפֿערן זײַנען אין יאָר 1943 געשיקט געוואָרן קיין אַמעריקע צו זאַמלען געלט פֿאַר דער רויטער אַרמיי, פֿלעגן די אַמעריקאַנער, בשעת די טרעפֿונגען און מאַסן־מיטינגען אין ניו־יאָרק און שיקאַגע, אויסשרײַבן טשעקן, אַראָפּנעמען פֿון זיך גאָלדענע צירונגען — פֿינגערלעך, קייטעלעך, בראָשן און זיי איבערגעבן צו די זאַמלער.

אין אייניקע ערטער האָט מען אויפֿגעשטעלט צײַטווײַליקע הויכע קאָנסטרוקציעס פֿאַר די רעדנער. איין מאָל נאָך אַזאַ מיטינג האָט צו מיכאָעלסן זיך אַ לאָז געטאָן אַ שטראָם מענטשן, אַז די קאָנסטרוקציע האָט נישט אויסגעהאַלטן און אײַנגעפֿאַלן. מיכאָעלס האָט דעמאָלט זיך צעבראָכן אַ פֿוס און אָפּגעלעגן אין שפּיטאָל אַ גאַנצע וואָך.

אין ניו־יאָרק איז צו מיכאָעלסן צוגעקומען אַ באַיאָרטע פֿרוי און געשענקט אים אַ רינג מיטן מגן־דוד און אויפֿשריפֿט. זי האָט דערציילט, אַז ס׳איז אַ משפּחה־רעליקוויע, וואָס טראָגט אין זיך אַ כּישוף־כּוח. „כּל־זמן מע טראָגט דעם רינג, וועט מיטן מענטשן קיין שלעכטס נישט געשען‟ — האָט די פֿרוי געזאָגט און צוגעגעבן, אַז ס‘איז נישט קיין בײַטראָג אינעם אַלגעמיינעם פֿאָנד, נאָר אַ פּערזענלעכע מתּנה פֿאַר מיכאָעלסן.

צום באַדויערן, האָט דער רינג־קמיע נישט געראַטעוועט מיכאָעלסן פֿון די מערדער. מעגלעך, אַז מיכאָעלס האָט דעם רינג נישט אָנגעטאָן פֿאַרן קומען קיין מינסק. געלאָזט אים אין דער היים. און אפֿשר אים יאָ אָנגעטאָן, נאָר דער כּישוף־כּוח איז געווען שוואַכער פֿון דעם טיראַנס עכזריות?

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז צווישן די פּערזענלעכע זאַכן פֿון מיכאָעלסן, אומגעקערט דער משפּחה נאָכן טויט — דאָס האַנט־זייגערל אָנעם גלעזל, זײַן פּעלץ און שאַרף — דער זילבערנער רינג מיטן העברעיִשן אויפֿשריפֿט נישט געווען.

און דאָך, וואָלט זיך געוואָלט גלייבן, אַז אפֿשר האָט עמעצער פֿון דעם אַמעריקאַנער צד עפּעס געהערט וועגן דעם רינג? ס׳קאָן זײַן, אַז בײַ עמעצן אין דער משפּחה האָט מען אַמאָל דערמאָנט דעם רינג? צי אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע פֿון יענע יאָרן האָט מען עפּעס געשריבן וועגן דער קמיע?

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s