יעווגעני קיסין
המשך, אָנהייב אין די נומערן פֿאַר אָקטאָבער, נאָוועמבער און דעצעמבער
7
ווי יעדער מענטש אין לאַנד, פֿלעגט סטאַסיק אויף שריט און טריט זיך אָנטרעפֿן אויף דעם נאָמען פֿון קאַרל מאַרקס, וואָס איז דערמאָנט געוואָרן אין אַלע לערנביכער, אין הקדמות צו ביכער אויף יעדער טעמע, אין אַלע צײַטונגען און זשורנאַלן. ס׳האָט זיך געדוכט, אַז קאַרל מאַרקס האָט זיך ממש געטראָגן אין לופֿטן, ווי עפּעס אַ חלאַת, וואָס יעדער ווערט מיט דעם אָנגעשטעקט. פֿונדעסטוועגן, האָט סטאַסיק במשך פֿון אַ סך יאָר געהאַט ביז גאָר אַ קנאַפּע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם, ווער ער איז, אָט דער קאַרל מאַרקס. פֿון די לערנביכער און פּלאַקאַטן האָט אונדזער העלד פֿאַרשטאַנען, אַז מאַרקס איז געווען דער גרונטלייגער פֿון מאַרקסיזם; וואָס שייך פּרטים, האָט סטאַסיק איין מאָל געהערט, ווי די מאַמע האָט אויסגעזונגען: „און דער פֿאָטער פֿון מײַנע אידעען קאַרל מאַרקס איז אויך געווען אַ ייִד…‟.
— ביסט אַ מאָלאָדיעץ! — האָט אַרויסגעפֿאָנפֿעט די שול-ביבליאָטעקאַרין — אַ ייִדענע, קרום אויף אַ זײַט, מיט ניט-צוגעקעמטע האָר, געפֿאַרבט מיט כנאַ, — ווען סטאַסיק האָט בײַ איר געבעטן עפּעס אַ בוך פֿונעם גרויסן גרונטלייגער. ער, סטאַסיק, האָט דעמאָלט דערגרייכט דעם בר-מיצווה־עלטער, אָבער וואָס מיינט עס, בר־מיצווה, האָט ער, אַוודאי, אין יענע יאָרן ניט געוווּסט.

באַקומען דעם ערשטן באַנד פֿון אַ זאַמלונג מאַרקס׳ און ענגעלסעס געזאַמלטע ווערק, האָט סטאַסיק אינעם זעלבן אָוונט זיך געזעצט צום טיש און געעפֿנט דאָס דיקע בוך אין אַ ברוינעם אײַנבונד.
דער ערשטער אַרטיקל איז פֿאַר סטאַסיקן געווען צו קאָמפּליצירט, האָט ער אַ קוק געטאָן אינעם אינהאַלט פֿונעם בוך צו זען, צי ס׳איז דאָ עפּעס פּשוטערס. אין די אויגן האָבן זיך געוואָרפֿן די ווערטער: „צו דער ייִדישער פֿראַגע‟. אָ, דאָס מוז זײַן זייער אינטערעסאַנט! סטאַסיק האָט גענומען איבערבלעטערן די זײַטן, כּדי צו געפֿינען דעם אָנהייב פֿונעם עסיי, און פּלוצעם איבערגעלייענט:
„וואָס איז אין תּוך דער וועלטלעכער יסוד פֿונעם ייִדנטום? דאָס פּראַקטישע באַדערפֿעניש, דער אייגננוץ. וואָס איז דעם ייִדנס וועלטלעכער קולט? מיסחר. וואָס איז זײַן וועלטלעכער גאָט? געלט.‟
וואָ–אָ–אָס?! עפּעס אַזוינס האָט ער שוין געהאַט פֿריִער געלייענט אין גאָגאָלס בוך „טאַראַס בולבאַ‟: „דער אייביקער געדאַנק וועגן גאָלד, וואָס ווי אַ וואָרעם כאַפּט אַרום דעם זשידס נשמה…‟ — און בכלל זײַנען די ייִדן געווען געשילדערט אינעם בוך ביז גאָר מיאוס. סטאַסיק האָט זיך דעמאָלט זייער געחידושט און געפֿרעגט די עלטערן, וואָס דאָס מיינט. יענע האָּּבן פֿילבאַדײַטנדיק אַ קוק געטאָן איינער אויפֿן אַנדערן און דערקלערט זייער זון, אַז אין גאָגאָלס צײַט זײַנען פֿאָראורטיילן קעגן ייִדן געווען זייער שטאַרק, אַפֿילו בײַ אייניקע גרויסע שרײַבערס. סטאַסיק האָט דאַן אַ טראַכט געטאָן: ווען איך וואָלט געלעבט אין יענע צײַטן, וואָלט איך דעם גאָגאָל דערלאַנגט אין די בצים ארײַן, געמאַכט פֿון זיי אַ גאָגל–מאָגל, אַז דער גזלן גאָגאָל וואָלט בײַ מיר תּיכּף פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי צו שרײַבן וועגן ייִדן! נאָר מאַרקס איז דאָך אַליין געווען אַ ייִד?
סטאַסיק האָט געלייענט ווײַטער: „עמאַנציפּאַציע פֿון האַנדלערײַ און געלט מיינט אַן עמאַנציפּאַציע פֿון אַ פּראַקטישן, רעאַל ייִדדנטום…‟. ער האָט ניט געוווּסט, וואָס מיינט עס אַזוינס, „עמאַנציפּאַציע‟, נאָר פֿאַרשטאַנען, אַז לויט מאַרקסן באַקומט זיך, אַז דאָס פּראַקטישע, רעאַלע ייִדנטום איז נאָר מיסחר און געלט.
„אַזאַ אופֿן פֿון אַ געזעלשאַפֿט, וואָס וואָלט געקאָנט מאַכן צו נישט אַלע פֿאָרבאַדינגען פֿון האַנדלערײַ, און ווי אַ פּועל-יוצה אויך די מעגלעכקייט צו האַנדלען, — אַזאַ געזעלשאַפֿט וואָלט געמאַכט די ייִדישע עקזיסטענץ אוממעגלעך‟ — און ווײַטער: „אַזוי אַרום, אַנטפּלעקן מיר אינעם ייִדנטום די דערשײַנונג פֿון אַ הײַנטצײַטיקן אַנטי־סאָציאַלן עלעמענט‟… „די ייִדן–עמאַנציפּאַציע אין איר לעצטן באַטײַט איז דער מענטשהייטס עמאַנציפּאַציע פֿונעם ייִדנטום‟…
דאָ האָט סטאַסיק דערזען אַ פֿוסנאָטע: „מאַרקס מיינט דער מענטשהייטס עמאַנציפּאַציע פֿון האַנדלערײַ, פֿון דער געלט–מאַכט. דאָס באַניצן דאָס וואָרט „ייִדנטום‟ (“Judentum”) אין זינען פֿון האַנדלערײַ נעמט זיך דאָ בײַ מאַרקסן דערפֿאַר, ווײַל אין דײַטש פֿלעגט דאָס וואָרט ,“Jude”, חוץ זײַן הויפּט–באַטײַט, „ייִד‟, געניצט ווערן אויך אינעם זינען פֿון „וואָכערניק‟, „הענדלער‟.
איז אָט פֿון וואַנען ס׳איז אַרויסגעקומען פֿאַשיזם! — האָט סטאַסיק תּיכּף אַ טראַכט געטאָן. נאָר וואָס שייך „דעם פֿאָטער פֿון מײַנע אידעען‟, איז ער דאָך פֿאָרט אַליין געווען אַ ייִד… אָדער, אפֿשר, ניט געווען?
סטאַסיק האָט זיך עקשנותדיק דורכגעריסן צום סוף פֿונעם אַרטיקל. ניט אַלע ווערטער זײַנען אים געווען באַקאַנט, אייניקע פֿראַזעס — צו קאָמפּליצירט פֿאַר אים, נאָר ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל האָט ער געלייענט: „דאָס געלט איז דער אייפֿערזיכטיקער גאָט פֿון ישׂראל‟, „דער וועקסל איז דעם ייִדנס ווירקלעכער גאָט‟, „דעם ייִדנטומס כימערישע נאַציאָנאַליטעט איז די נאַציאָנאַליטעט פֿון דעם סוחר, דעם געלטמענטשן בכלל‟…
„אַן אמת דרעק!‟ — האָט סטאַסיק אַ זאָג געטאָן אויף אַ קול און פּלוצעם באַמערקט, אַז דעם בוכס טאָוול האָט טאַקע דעם קאָליר פֿון טינוף.
די גאַנצע משפּחה האָט זיך פֿאַרזאַמלט אין קיך. די מאַמע האָט געפּרעגלט שטאָקפֿיש, וואָס צו זייער ריח איז סטאַסיק געווען צוגעוווינט פֿון קליינערהייט אָן. איצט האָט דער ריח בײַ אים צום ערשטן מאָל אַרויסגערופֿן אַן איבל. אויף דעם ראַדיאָ האָט אַ באַסאָווע מאַנצבילשע שטים געמאָלדן הויך און דײַטלעך: „ווי עס האָט געזאָגט דער גרויסער לענין: מאַרקס׳ לערע איז אַלמעכטיק, ווײַל זי איז ריכטיק!‟.
— מאַמע, איז מאַרקס אויף אַן אמתן געווען אַ ייִד? — האָט סטאַסיק אַ פֿרעג געטאָן.
— יאָ… — האָט די מאַמע געענטפֿערט. ס׳האָט אָבער אויסגעזען, אַז זי איז ניט אין גאַנצן אין דעם זיכער.
— צי ווייסטו, וואָס ער האָט געשריבן וועגן ייִדן? — און סטאַסיק האָט אָנגעהויבן אויסדריקלעך דעקלאַמירן.
די אויגן און מײַלער האָבן זיך בײַ אַלע אין קיך ברייט צעעפֿנט.
— שטילער, סטאַסיק! — האָט די מאַמע געזאָגט מיט שרעק, און זיך נערוועז אָנגערופֿן צום טאַטן, — שליס אויס דעם ראַדיאָ!
פֿאַרבײַגייענדיק, האָט דער טאַטע אַ קוק געטאָן אויפֿן בוך אין סטאַסיקס הענט און געפֿרעגט:
— וווּ האָסטו עס גענומען?
— אין אונדזער שול־ביבליאָטעק, — האָט דער זון געענטפֿערט און געוויזן דאָס בוך אַלעמען, — מאַרקס׳ און ענגעלסעס ווערק, ערשטער באַנד. דער אַרטיקל הייסט, „צו דער ייִדישער פֿראַגע‟.
דער טאַטע האָט אויסגעשלאָסן דעם ראַדיאָ, און סטאַסיק האָט דערווײַל דעקלאַמירט ווײַטער, שוין שטילער, נאָר זייער אויסדריקלעך. פֿאַרענדיקט, האָט ער מיט די ווערטער: „אָט, גיט א קוק!‟ — און דערלאַנגט דאָס בוך דעם טאַטן, ווײַל די מאַמע איז געווען פֿאַרנומען מיטן פּרעגלען די פֿיש. דער טאַטע און די באָבע–זיידע האָבן גענומען לייענען צוזאַמען. אַלעמענס פּנימער זײַנען געוואָרן גרוי.
— סטאַסיק, דערצייל קיינעם ניט… — האָט אַרויסגעשעפּטשעט די באָבע מיט אַן אמתן פּחד אין די אויגן.
— אַוודאי, וועל איך קיינעם ניט דערציילן, — האָט סטאַסיק באַשטעטיקט, — נאָר יעדערער קאָן עס דאָך לייענען.
— נו, איך מיין, אַז קיינער לייענט עס נישט, — האָט דער טאַטע געזאָגט, — סײַדן אין דער פּאַרטיי–שול…
— יאָ, אין דער פּאַרטיי–שול, וווּהין מ׳האָט דיך ניט אויפֿגענומען, — האָט די מאַמע אַ זיפֿץ געטאָן.
— פֿאַר וואָס ניט אויפֿגענומען? — האָט סטאַסיק געפֿרעגט, און איידער מ׳האָט איגנאָרירט זײַן פֿראַגע, האָט ער פּלוצעם מיט עפּעס אַ זעקסטן חוש אַליין געטראָפֿן, פֿאַר וואָס. אָבער ער האָט דערפֿילט, אַז בעסער ניט צו ריידן וועגן זײַן השערה און בכלל גאָרנישט מער ניט זאָגן…
אויף דעם האָט זיך סטאַסיקס אינטערעס צו מאַרקסיזם פֿאַרענדיקט. נאָך מער: דווקא אין יענער צײַט האָט אים אַלץ מער און מער פֿאַראינטערעסירט גאָר עפּעס אַנדערשס…
8
במשך פֿון די אַלע יאָרן האָט סטאַסיק תּמיד געבעטן אי די באָבע–זיידע, אי די אַנדערע קרובֿים פֿונעם עלטערן דור, זיי זאָלן אים איבערזעצן אויף רוסיש דאָס, וואָס ער האָט פֿון זיי געהאַט געהערט רעדן אויף ייִדיש. ער פֿלעגט זיי אויך פֿרעגן, ווי אַזוי מע זאָגט דאָס און דאָס אויף מאַמע-לשון. נאָך מער: ער האָט דורכשטודירט די זעקס בענד פֿון שלום–עליכמס ווערק אויף רוסיש, וואָס זײַנען געווען אין שטוב, און אויסגעלערנט אלע ייִדישע ווערטער אין די הערות — די נעמען פֿון פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס און אַזוי ווײַטער.
דאָס וואָרט, וואָס סטאַסיק האָט געהאַט געגעבן די באָבע–זיידע מיט אַ סך יאָר צוריק, האָט ער אַוודאי ניט געהאַלטן און געלערנט ייִדיש כּמעט מיט זײַן גאַנצן קלאַס אין שול. ווען איינער אַ שול–חבֿר האָט געפֿרעגט בײַ סטאַסיקן, ווי מ׳זאָגט אויף ייִדיש „פּידאָר‟, האָט סטאַסיק זיך דערמאָנט, ווי דער באָבעס שוואָגער, פֿעטער מישע, פֿלעגט שפּאַסן: „ריידן ייִדיש איז זייער פּשוט: מע נעמט אַ רוסיש וואָרט און מע שטעלט צו אים צו דעם אות „אַ‟, למשל, ׳אַ סטאָל׳, ׳אַ סטול׳…‟. סטאַסיק האָט באַלד געענטפֿערט דעם חבֿר: „אַ פּידאָר‟. אַלעמען איז עס זייער געפֿעלן געוואָרן. פֿון דעמאָלט אָן האָבן די גוייִשע ייִנגעלעך אַפֿילו צווישן זיך אָנגעהויבן זאָגן: „נו, איז וווּ איז דער אַפּידאָר אַהינגעקומען?‟, אָדער: „ס׳וועט דער אַפּידאָר בײַ מיר נאָך אַרײַנכאַפּן!‟.

איין טאָג האָט סטאַסיקן זיך אויך פֿאַרוואָלט זיך אויסלערנען לייענען אויף ייִדיש, נאָר דאָ האָט ער שוין בײַ קיינעם גאָרנישט ניט געקאָנט פּועלן: די באָבע האָט געטהנעט, אַז זי אַליין קען ניט לייענען, און דער זיידע — אַז ער האָט יאָ געקענט, נאָר פֿאַרגעסן. פֿונדעסטוועגן, ווייסן מיר שוין, אַז ווען אונדזער העלד פֿלעגט זיך עפּעס אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ, האָט ער זיך תּמיד דערשלאָגן זײַנס. היות סטאַסיק האָט געלייענט כּמעט אַלץ, וואָס ס׳פֿלעגט אים אַרײַנפֿאַלן אין די הענט, האָט אים אַ פּאָר מאָל אַ שווינדל געטאָן פֿאַר די אויגן דער נאָמען פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. איז אים באַלד אײַנגעפֿאַלן: אָט אַהין דאַרף ער זיך ווענדן! זיך דערוויסן דעם אַדרעס פֿון דער רעדאַקציע איז אים ניט אָנגעקומען שווער — ער איז געווען אָנגעוויזן אויף רוסיש אינעם זשורנאַל גופֿא. אין איינעם אַ שיינעם מײַ–טאָג, אָנשטאָט צו גיין אין שול אַרײַן, האָט סטאַסיק זיך געלאָזט אין צענטער פֿון דער שטאָט, אויף קיראָווע–גאַס 17.
צוגעקומען צום בנין, איז סטאַסיק געבליבן שטיין בײַ דער אַרײַנגאַנגטיר. פֿון דער רעכטער זײַט איז אויף דער וואַנט געהאָנגען אַ שילדל, אויף וועלכן ס׳איז אויף צוויי שפּראַכן, ייִדיש און רוסיש, געווען אָנגעוויזן, אַז דאָ געפֿינט זיך די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אַ שטופּ געטאָן די טיר, איז סטאַסיק דורך אַ קליינעם האַלבפֿינצטערן קאָרידאָר צוגעקומען צו אַ צווייטער טיר.
אינעם געראַמען צימער מיט אַ הויכער סטעליע איז גלײַך אַנטקעגן אים געזעסן בײַ אַ שרײַבטיש אַ מיטל־יאָריקע פֿרוי. דערזען דאָס וווּקסיקע קורנאָסע בחורל מיט העלע האָר, אָנגעטאָן אין אַ שול-פֿאָרמע מיט אַ פּיאָנערישן האַלדזטוך, איז די פֿרוי בפֿירוש צעמישט געוואָרן. נאָך איידער זי האָט באַוויזן צו עפֿענען דאָס מויל, האָט דער יונגער פּיאָנער, צוגייענדיק צום טיש, הילכיק באַגריסט זיך מיט איר אויף ייִדיש: „שלום-עליכם!‟. — „עליכם–שלום…‟ — האָט זי אויטאָמאַטיש געענטפֿערט. איבערגייענדיק אויף רוסיש, האָט סטאַסיק תּיכּף אויסגעלייגט פֿאַר איר, צוליב וואָס ער איז אַהער געקומען:
— איך וואָלט געוואָלט זיך אויסלערנען לייענען אויף ייִדיש. אפֿשר האָט איר וועלכע–ניט–איז לערנביכער? ריידן ייִדיש קען איך שוין אַ ביסל, נאָר לייענען — ניט.
— טאַקע? — האָט די פֿרוי אַ פֿרעג געטאָן, — וואָס זשע קענט איר זאָגן אויף ייִדיש, יונגער-מאַן?
— נו, אַ סך וואָס! — און סטאַסיק האָט גענומען אויסשיטן זײַן זאַפּאַס, איבערמישנדיק דעם היימישן לעקסיקאָן מיט די ווערטער און נעמען פֿון אַלטע אויסגאַבעס, וואָס ער האָט זיך געהאַט דערוווּסט פֿון די הערות צו שלום-עליכמס ווערק: „אַ נײַע מײַסע, די קאַץ איז געקימען, באַדעקנס, עמידעם קריכט ער, צעזייט און צעשפּרייט, בעקיצער, דער ווילנער באַלעבעסל, פּוסטע כאַליימעס, דאָס פּוילישע ייִנגל, גאַרמידער, ייִדישע פֿאָלקס-ביבליאָטעק, וויי ז׳מיר, כאָבאָט גאַלעבאָבאָט, פּידרעך, קאָל מעוואַסער, עמידעם צורעס…‟
— גענוג, גענוג! — האָט די פֿרוי געוויזן מיט די הענט, שמייכלענדיק.
— איך קען אויך ייִדישע לידער: „אוי, לאָמיר זיך צעקישן, די מאָמע מעג שוין וויסן, אַז איציק האָט שוין כאַסענע געאַ-אַ-אַט!‟…
— יאָ, קיין צווייטער מיכאיִל עפּעלבאַום וועט איר ניט ווערן, — האָט די פֿרוי ניט דערשאַצט סטאַסיקס טאַלאַנט.
אַ זיפֿץ געטאָן, האָט זי אַרײַנגעקוקט סטאַסיקן אין די אויגן און געפֿרעגט:
— הייסט עס, דו ווילסט זיך אויסלערנען לייענען אויף ייִדיש?
— יאָ! — האָט ער באַשטעטיקט.
— נו, וואַרט אַ מינוטקעלע.
זי האָט זיך אַרויסגערוקט פֿון איר טיש און איז אַרײַנגעגאַנגען אין אַן אַנדער צימער.
סטאַסיק האָט זיך אַרומגעקוקט. אַ חוץ דעם מגושמדיקן שרײַבטיש און דעם בענקל, זײַנען אינעם אייבערשטן צימער געשטאַנען אַ פּאָר שאַפֿעס און אַ סקולפּטור — אַ ביוסט פֿון אַ מאַנצביל מיט געקרײַזלטע האָר אויפֿן קאָפּ, און אויף דער נאָז אַ פּאָר ברילן. אויף דער לאַנגער פֿענצטערברעט זײַנען געשטאַנען עטלעכע טעפּ מיט בלומען…
— אָט, גיב אַ קוק, — חאָט ער דערהערט דער פֿרויס קול. זי האָט געהאַלטן אין די הענט אַ צעעפֿנטן זשורנאַל־נומער:
— אָט דאָ, אויף אָט דער זײַט ווערן געדרוקט לימודים פֿון ייִדיש. נעם!
זי האָט דערלאַנגט סטאַסיקן דעם זשורנאַל און, ווי אַ צוגאָב, נאָך עטלעכע נומערן.
— די לימודים דרוקט מען מיט המשכים און כּמעט אויף די זעלבע זײַטן.
נאָך אַ קורצער פּויזע האָט די פֿרוי, סוף–כּל–סוף, געפֿרעגט ווי סטאַסיק הייסט:
— גוט, סטאַסיק! ווי מ׳זאָגט אויף ייִדיש: אין אַ גוטער שעה! ווען דו וועסט אַלץ אויסלערנען, קום ווידער, וועסטו באַקומען אַ נײַע פּאָרציע זשורנאַלן.
נאָך דעם באַזוך איז סטאַסיקן געווען ניט צו דערקענען: אין משך פֿונעם גאַנצן זומער איז ער יעדן טאָג שעהענווײַז געזעסן און געלערנט ייִדיש. „היי, ייִד ייִדאָוויטש!‟ — פֿלעגט די מאַמע אים רופֿן, — „גענוג לייענען, גיי העלף דעם טאַטן אינעם גאָרטן!‟ סטאַסיק איז אַרויסגעלאָפֿן פֿונעם דאַטשע־שטיבל און, בשעתן העלפֿן דעם טאַטן, האָט ער הויך אויף אַ קול דעקלאַמירט דאָס ליד, אָקאָרשט אויסגעלערנטע: „פֿון איין זײַט, אַ האַמער, פֿון צווייטער — אַ זעג, און קלאָר איז מײַן אויסוועג, און קלאָר איז מײַן וועג…‟
אַלע האָבן זיך געחידושט, יעדער אויף זײַן אופֿן, נאָר אין תּוך, זײַנען אַלע געווען צופֿרידן און שטאָלץ. פֿון דעסטוועגן, פֿלעגט די מאַמע פֿרעגן אים פֿון מאָל צו מאָל: „צו וואָס דאַרפֿסטו דאָס? מיט וועמען וועסטו ריידן ייִדיש?‟
סטאַסיק האָט זיך מיטן ענטפֿער ניט פֿאַרהאַלטן:
— ווען כ׳וועל אויסוואַקסן, וועל איך פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן און דאָרטן ריידן מיט אַלעמען ייִדיש! — זיך אַ רגע פֿאַרטראַכט, האָט ער צוגעגעבן מיט אַ כיטרע פּינטעלע אין די אויגן: — כ׳וועל ווערן אין ביראָבידזשאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿונעם געגנטלעכן קאָמיטעט! דער הויפּט–ייִד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועל איך זײַן!
— נו–נו, — האָט די מאַמע צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.
אומגעקערט זיך צוריק קיין מאָסקווע סוף–זומער, איז סטאַסיק ווידער געקומען אין רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ צו באַקומען די המשכים פֿון ייִדיש־לימודים, און אַזוי עטלעכע מאָל… יעדעס מאָל האָט ער געבעטן די באָבע־זיידע, זיי זאָלן אים מאַכן אַן עקזאַמען, און יענע האָבן ניט געקאָנט זיך אָנפֿרייען אויף זייער אייניקל.
אין רעדאַקציע האָט סטאַסיק זיך באַקענט מיט איינעם אַ גריגאָרי יאַקאָוולעוויטש, אַ באַיאָרטן מענטשן, וואָס האָט דאָרט געאַרבעט. אין אַ טאָג, בערך אַ יאָר נאָך זײַן ערשטן וויזיט, ווען סטאַסיק האָט שוין גאָר ניט שלעכט געקענט ייִדיש, נאָר געוואָלט עס פֿאַרבעסערן, איז ער ווידער אַ מאָל געקומען אויף דער קיראָוו–גאַס 17. דערזען דאָרט זײַן באַקאַנטן, האָט ער אים געבעטן אָפּגיין אין אַ זײַט, דערקלערנדיק, אַז ער, סטאַסיק, האָט צו אים אַ מאַנצבילש געשפּרעך. גריגאָרי יאַקאָוולעוויטש האָט זיך גוטמוטיק צעשמייכלט.
— איר פֿאַרשטייט, גריגאָרי יאַקאָוולעוויטש, — האָט סטאַסיק אָנגעהויבן מיט אַן ערנסט פּנים, — אייניקע ווערטער זײַנען ניטאָ אין די זשורנאַל־לימודים, און צו פֿרעגן בײַם זיידן פּאַסט מיר ניט. כ׳וואָלט געוואָלט וויסן, ווי מ׳זאָגט אויף ייִדיש… נו, איר פֿאַרשטיט… — און דער יונגער פּיאָנער האָט אים אָנגערופֿן אויף רוסיש עטלעכע מיאוסע, נאָר זייער פֿאַרשפּרייטע ווערטער, וואָס מ’האָט געקאָנט אָפֿט זען אָנגעשריבן אויף די פּלויטן און ווענט, אַרײַנגערעכנט בײַ סטאַסיקן אין הויף.
גריגאָרי יאַקאָוולעויטשס פּנים האָט זיך אויסגעקרימט.
— אַזעלכע ווערטער, יונגער–מאַן, זײַנען אין דער ייִדישער שפּראַך ניטאָ! — האָט ער דערקלערט מיט אַ קוויטשיק קול, און אַוועקגעשפּאַנט דעם קאָפּ פֿאַרריסן.
המשך קומט