במשך פֿון עטלעכע חדשים האָט מען געקאָנט לייענען אין „ייִדיש בראַנזשע‟ די פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע „אָפּגעשטויסענע‟ פֿונעם שרײַבער בערל קאָטלערמאַן. ווי אַזוי זשע האָבן זיך פֿאַרענדיקט די גורלדיקע פּאַסירונגען, פֿאַרלאָפֿן מיט 100 יאָר צוריק מיטן ייִדישן סוחר רבינאָוויטש, וואָס איז נעלם געוואָרן אין דער מאָנגאָלישער סטעפּ?
אַן ענטפֿער אויף דעם וועט מען קאָנען אין גיכן געפֿינען אינעם בוך מיטן זעלבן נאָמען, וואָס ווערט איצט צוגעגרייט אינעם פֿאַרלאַג „ייִדיש בראַנזשע‟.
מיר וועלן וועגן דעם מעלדן מיט אַ ספּעציעלן אַנאָנס.