דער נײַער נומער פֿון דעם 78־יאָריקן זשורנאַל איז רײַך מיטן אינהאַלט און זעט אויס שיין גראַפֿיש. אינעם אינהאַלט פֿון דעם נומער וועט דער לייענער געפֿינען באַלערנדיקע אַרטיקלען, דערציילונגען, קורצע אָפּרופֿן אויף ערשט־דערשינענע ביכער און ניצלעכע אינפֿאָרמאַציע.