מיר הייבן אָן אַ נײַע ווידעאָ־פּראָגראַם „אויטאָגראַף‟, וווּ אונדזערע מיטצײַטלער — ייִדישע פּאָעטן, פּראָזאַיִקער, אַקטיאָרן, ליטעראַטור־פֿאָרשער, ייִדיש־פּערזענלעכקייטן וועלן איבערלאָזן פֿאַר אונדזערע לייענער זייער ווידעאָ־באַגריסונג — מיט לידער, אַ דערציילונג, אַ געזאַנג, אַ וויץ און אַ חכמה…
די דיכטערין גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט לייענט אירע לידער בשעת דעם אָוונט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע אינעם בערלינער „פּאָעזיע־הויז‟. יאַנואַר 23, 2019.