עמיל קאַלין געהערט צום דור ייִדישע שרײַבערס, וואָס איז געבוירן געוואָרן נאָכן חורבן אין רומעניע אין יאָר 1980; אָבער אויסגעכאָוועט און אויסגעשולט געוואָרן אין ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, איז זײַן ייִדיש נאַטירלעך און אייגנאַרטיק, זײַנע געשטאַלטן זײַנען לעבעדיקע ייִדישע טיפּן, געשילדערט אָפֿט אויף אַ גראָטעסקישן אופֿן. קאַלין איז פּרטימדיק אין זײַן מאָלן, אָבער ער ווייסט די מאָס; און אויב ער טרײַבט צו מאָל יאָ איבער, איז עס באַרעכטיקט, ווײַל עס מאַכט זײַנע טיפּן נאָך בולטער. וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ.
אַרויסגעלאָזט אַ בוך פּראָזע „שאָטנס אויפֿן טראָטואַר‟, 2017, „ייִדיש בראַנזשע‟, ניו־יאָרק