דאָס בוך „ייִדישער שייגעץ‟ („ייִדיש־בראַנזשע‟, ניו־יאָרק, 2019) — איז די ערשטע זאַמלונג פֿונעם וועלט־באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין. עס שליסט אין זיך אײַן זײַנע ייִדישע לידער, דערציילונגען און פּאָעטישע איבערזעצונגען, געשאַפֿן אין די לעצטע עטלעכע יאָר. אין זײַנע ווערק הערט זיך דער ריטעם פֿון אונדזער צײַט. מיט אַ קלאָרן אויפֿריכטיקן געדאַנק באַטראָכט דער מחבר דעם נעכטן. ער זוכט אין ייִדיש, אין זײַן „באָבע־לשון‟, די ציכטיקע קוואַלן פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס גיבן אים אַן אָנשפּאַר אין לעבן און מאָראַלישע כּוחות אָנצוגיין ווײַטער מיט זײַן שאַפֿערישקייט.
באַשטעלן:
https://www.amazon.com/Yiddisher-Sheygets-Yiddish-Yevgeny-Kissin