גענאַדי עסטרײַך „פֿון מײַן און ניט נאָר פֿון מײַן לעבן‟
אין דער ביכער־סעריע „ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור‟, וואָס גייט אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, איז דערשינען דאָס פּראָזע־בוך פֿון גענאַדי עסטרײַך, פּראָפֿעסאָר פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. זײַן וועג ווי אַ ייִדישער פּראָזאַיִקער האָט עסטרײַך אָנגעהויבן אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אין דער זאַמלונג זײַנען אַרײַן זײַנע דערציילונגען, אָנגעשריבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן. די הקדמה „מעשׂים שהיו‟ האָט אָנגעשריבן וועלוול טשערנין.