ד״ר חני ברקת־גלנצר, די מחברין פֿון דעם בוך אין עבֿרית „די ייִדישע טאָג־צײַטונג ׳דער מאָמענט׳‟ איז גוט באַקאַנט אין דער אוניווערסיטעט־סבֿיבֿה, ווי אַ מומחה אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער קולטור, ליטעראַטור און טעאַטער. איר פֿאָרש־אַרבעט, געווידמעט דער צײַטונג „דער מאָמענט‟, איז אַ פֿונדאַמענטאַלע אַרבעט אויפֿן סמך פֿון די מאַטעריאַלן, געדרוקט אין דער דאָזיקער פּובליקאַציע — דער הויפּט־מקור פֿון ייִדישער עקזיסטענץ אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין אַלע אינפֿאָרמאַציע־געביטן.