ייִדישע טעג אין מיאַמי
די צווייטע וואָך פֿון נאָוועמבער האָט מען אין ניו־יאָרק דערפֿילט, אַז דער ווינטער איז שוין אויף דער שוועל. אַמעריקע איז דאָך אַ לאַנד פֿון נסים, האָט געדאַרפֿט נעמען דרײַ שעה פֿליִען, אַז מײַן ווײַב און איך זאָלן געווען לאַנדן אין מיאַמי. אין פֿלאָרידע, ווי ס‘איז באַקאַנט, איז אָדער הייס, אָדער מסוכּן הייס. אמת, דאָ און דאָרט, האָבן זיך נאָך אָנגעזען שפּורן פֿון דעם לעצטן הוראַגאַן, נאָר שוין בלויז ווי אַ וואָרענונג, אַז אויך אין אַ גן־עדן־ווינקל דאַרף מען שטענדיק זײַן אויף דער וואַך.

אָבער נישט דעם נס בין איך אויסן; קיין מיאַמי האָבן מיך געבראַכט צוויי אונטערנעמונגען, אין וועלכע כ׳האָב זיך געדאַרפֿט באַטייליקן. דהײַנו: דער דיסקוסיע־פּאַנעל, אָרגאַניזירט דורך דעם דעפּאַרטאַמענט פֿון ענגליש, דעם קאָלעדזש פֿאַר קונסט, וויסנשאַפֿט און בילדונג בײַם פֿלאָרידער אינטערנאַציאָנאַלן אוניוועריטעט, בשותּפֿות מיטן בעטסי דרום־ברעג־האָטעל. די אַנדערע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אינעם בעטסי־האָטעל גופֿא. אַזאַ גאַנץ־טאָגיקער צוזאַמענטרעף, געווידמעט ייִדיש, ווערט דאָ דורכגעפֿירט שוין דאָס צווייטע יאָר.
ווי זשע קומט די קאַץ איבערן וואַסער? ריכטיקער געזאָגט, דער קאָטער: ווי אַזוי קום איך — נישט קיין אוטשאָני יעוורעי, נאָר אַ פּשוטער שרײַבער — צו צוויי אַזעלכע ערנסטע אַסיפֿות? שולדיק אין דעם איז ד״ר אָשר מילבאַוער, אַן אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער ליטעראַטור און דער דירעקטאָר פֿון דער יערלעכער פּראָגראַם: „ווידעראויפֿשטעלונג פֿון ייִדיש־וועלט: צו פֿאַרהיטן די ירושה אין די תּפֿוצות‟; ער האָט טאַקע צוגעלייגט זײַן וואַרעמע האַנט צו דעם נס, כ‘זאָל געראַטעוועט ווערן פֿון דער פֿײַכטער ניו־יאָרקער קעלט.
די דיסקוסיע אינעם אוניווערסיטעט איז געווידמעט געווען דער אימיגראַנטישער פּרעסע און פֿאַרלעגערײַ אין אַמעריקע. אָנגעפֿירט האָט מיטן פּאַנעל ד״ר העזער ראַסעל, שעף פֿונעם ענגליש־דעפּאַרטאַמענט בײַם פֿלאָרידער אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט. נאָך אַ קורצן אַרײַנפֿיר האָט זי פֿאָרגעשטעלט די אָנטיילנעמער אין דער דיסקוסיע: די שרײַבערין אויף שפּאַניש און פֿאָרשערין פֿון דער קובאַנער ליטעראַטור און קולטור, ד״ר אוּוואַ דע אַראַגאָן; ד״ר מײַקל פּאַטריק גילעספּי, אַ מומחה אין דער אירלענדישער ליטעראַטור, וואָס האָט דערציילט וועגן דעם אימיגראַנטישן לעבן פֿונעם גרויסן אירלענדישן שרײַבער דזשיימס דזשויס. וועגן דער חודש־אויסגאַבע “קאַריביען טודעי”, וועלכע דערשײַנט אויף ענגליש אין מיאַמי, און וועגן די פֿאַרבינדונגען פֿון די געוועזענע אײַנוווינער פֿון די קאַריביע־אינדזלען מיט אַמעריקע האָט דערציילט דער פֿאַרלעגער און שעף־רעדאַקטאָר פּיטער וועבלי. אַזוי אַז מיר איז געבליבן צו באַקענען דעם עולם נאָר מיט דער ייִדישער פּרעסע און איר השפּעה אויפֿן ייִדישן אימיגראַנטישן לעבן אין אַמעריקע.

איך, ווי מײַן שטייגער איז, האָב גערעד אויף ייִדיש, און פּראָפֿ׳ מילבאַוער האָט עס איבערגעזעצט אויף ענגליש. כ‘טו עס בדרך־כּלל נישט נאָר, ווײַל מײַן ענגליש איז נישט גענוג גוט צו פֿירן קלוגע דיסקוסיעס, נאָר טאַקע צוליב דעם, אַז די מענטשן אין זאַל זאָלן הערן ווי עס קלינגט אַ ייִדיש וואָרט. און שוין נישט איין מאָל איז מיר אויסגעקומען נאָך מײַנע אויפֿטריטן זיך טרעפֿן מיט מענטשן, וואָס האָבן מיך באַדאַנקט דווקא פֿאַר דער געלעגנהייט צו הערן מאַמע־לשון. כ‘בין כּמעט זיכער, אַז ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן, וועלכע זײַנען בײַגעווען בײַ דער דיסקוסיע, האָבן געהערט ייִדיש צום ערשטן מאָל אין לעבן.

גאָר אַן אַנדער עולם איז געווען אינעם בעטסי־האָטעל. מענטשן, וואָס דאָס ייִדישע וואָרט קלינגט אין זיי ווי אַן עכאָ, געבראַט פֿון די קינדער־יאָרן. יעדער פֿון זיי געפֿינט אין דער וועלט פֿון ייִדיש זײַן אייגן ווינקעלע. געפֿירט האָט דעם סדר־היום ד״ר מילבאַוער, וואָס האָט קודם־כּל, באַקאַנט געמאַכט דעם עולם מיט דער קורצער געשיכטע, ווי אַזוי די דאָזיקע ייִדישע אונטערנעמונג איז אויפֿגעקומען. ווי כ׳האָב זיך אַליין דערוווּסט, זײַנען די באַלעבאַטים פֿונעם בעטסי־האָטעל, דזשאָנאַטאַן פּלאַצעק און דעבאָראַ פּלאַצעק־בריגס, קינדער פֿונעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער דיכטער חיים פּלאַצעק. אַ געבוירענער אין ברוקלין, האָט דער קינפֿטיקער פּאָעט ביז זיבן יאָר גערעדט נאָר ייִדיש. דעבאָראַ, די טאָכטער פֿונעם פּאָעט, האָט מיר דערציילט, אַז סײַ דער טאַטע און סײַ די מאַמע האָבן ליב געהאַט ייִדיש און געלייענט דעם „פֿאָרווערטס‟.
איך האָב געהאַט דעם זכות צו עפֿענען די סעסיעס פֿונעם טאָג מיט מײַן רעפֿעראַט, וווּ כ׳האָב שוין גענוי און פּרטימדיק דערציילט וועגן דער וויכטיקער ראָלע פֿון דער ייִדישער אימיגראַנטישער פּרעסע אינעם פֿאַרהיטן די נאַציאָנאַלע ירושה און פֿאָרמירן די נאַציאָנאַלע אידענטיטעט.
צווישן די רעדנערס איז געווען דער זון פֿונעם לעגענדאַרן אַמעריקאַנער חזן לייבל גלאַנץ, ד״ר דזשערי גלאַנץ. כ׳מיין, ס׳איז נישט לײַכט אָנגעקומען דעם זון צו דערציילן אין די אַקאַדעמישע דלתּ אַמות וועגן זײַן טאַטן; נאָר די הויכע קונסט פֿונעם גרויסן חזן, די ייִדישע און חזנישע שטיקלעך, האָבן פֿאַרכּישופֿט און באַרײַכערט דעם אויפֿטריט.
מע קאָן זאָגן, אַז דער משפּחה־מאָטיוו האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן במשך פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג. די שרײַבערין מרים האָפֿמאַן, וואָס האָט פּרעזענטירט איר בוך זכרונות, ערשט דערשינען אויף ענגליש, איז געקומען צוזאַמען מיט איר זון, דעם באַקאַנטן ייִדישן אַקטיאָר אַבֿרעמל האָפֿמאַן. ער האָט זיך שפּעטער באַטייליקט אין דעם שמועס אַרום ייִדיש און ייִדישקייט, געפֿירט פֿון דעבאָראַ פּלאַצעק־בריגס.
די קולטור־פּראָגראַם האָט פֿאָרגעשטעלט מיט פּאָפּולערע ייִדישע לידער די זינגערין אַלעכאַנדראַ טשאַרני, אַ דערצויגענע אין אַרגענטינע. בכלל זײַנען צווישן דעם עולם געווען נישט ווייניק אָפּשטאַמיקע פֿון דעם אַמאָל ייִדיש־רײַכן לאַנד.
דער ייִדיש־טאָג האָט זיך פֿאַרענדיקט מיטן ווײַזן דעם פֿילם „מנשה‟; אַ פֿילם פֿונעם ניו־יאָרקער חסידישן לעבן — אַ שטיק ייִדיש וועלט פֿאַר זיך, וואָס רופֿט לעצטנס אַרויס אַ סך אינטערעס, פּאָלענמיק און פֿאָדערט אַ סך באַזונדערע דיסקוסיע־פּאַנעלן.
נאָוועמבער, 2017
טײַערע לייענער און מחברים פֿון “ייִדיש־בראַנזשע”, איך און מײַן משפּחה ווינטשן אײַך אַ געזונטן און פֿריילעכן חנוכּה־יום־טובֿ
באָריס סאַנדלער
טייערע , א דאנק פאר אלע אייערע נאטיצן און ארטיקלען .אויך פאר אייך א גליקלעך חנוכה
צבי זיידנברג – תל אביב
LikeLike