לאַפּסוס־קאַקטוס — 3

הײַנט גייען מיר ווײַטער אָן מיט דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלען פֿון פּרעפּאָזיציעס און פּרעפֿיקסן. דאָסמאָל האָט דער דאָרן פֿון אונדזער שטעכיקן קאַקטוס זיך אײַנגעשטאָכן אין די צוויי פּרעפּאָזיציעס:

אונטער און הינטער

דאָס פּלאָנטערניש, ווען צו שרײַבן „אונטער‟ און ווען — „הינטער‟, קומט פֿאָר אויף שריט און טריט. עס איז מיר אויסגעקומען זיך אָנצוטרעפֿן אויף דעם אַפֿילו בײַם לייענען די טעקסטן, אַרײַנגעשיקט אין „פֿאָרווערטס‟, פֿון געניטע שרײַבערס.

אין די שריפֿטלעכע טעקסטן האָט דער לאַפּסוס אַרײַנגעשמוגלט פֿון די מינדלעכע רייד, קודם־כּל, צוליב דער דיאַלעקטישער סיבה. בײַ אונדז אין דער היים, למשל, האָט מען בײַם רעדן נישט געמאַכט קיין אונטערשייד צווישן „אונטער‟ און „הינטער‟, ווײַל אין מײַן היימישן בעסאַראַבער ייִדיש, האָט מען דעם קלאַנג „ה‟ בכלל נישט אַרויסגערעדט, האָבן ביידע ווערטער געקלונגען ווי „אינטער‟:

אינטער דער בעט, אינטער דער טיר, אינטער דער שטאָט, אינטער פֿיר אויגן
אָבער געמיינט האָט עס, אַז
אונטער דער בעט ליגט דער טשעמאָדאַן און הינטער דער טיר טרײַבט מען רחילות; אָבער באַהאַנדלען עפּעס, אַז קיינער זאָל נישט וויסן, איז בעסער אונטער פֿיר אויגן.

אָפֿטער קומט דער פּלאָנטער פֿאָר מיט דער פּרעפּאָזיציע „הינטן‟. בפֿרט, ווען עס טראָגט אַ געאָגדראַפֿישע אָנווײַזונג, למשל:
פֿאַרברענגען די צײַט בײַם טײַך, הינטער דער שטאָט.
הינטער קיִעוו געפֿינט זיך אַנאַטעווקע, וווּ ס‘האָט געוווינט שלום־עליכמס טבֿיה דער מילכיקער.

אַן עצה: אויב מ׳איז נישט זיכער, ווי אַזוי ריכטיק צו שרײַבן הינטער דער שטאָט אָדער אונטער דער שטאָט, איז שוין בעסער שרײַבן: לעבן דער שטאָט אָדער נישט ווײַט פֿון קיִעוו…

לעצטנס, האָב איך איבערגעלייענט אַזאַ זאַץ:
„די געשיכטע פֿון ׳פֿאָרווערטס׳ טראָגט אונטער זיך…‟
די געשיכטע, אַז זי „טראָגט שוין‟, טראָגט זי הינטער זיך, מחמת עס גייט דאָ די רייד וועגן די פֿאַרגאַנגענע געשעענישן, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט בכלל.

חס־וחלילה, גיין און טראָגן אונטער זיך!

ביידע פּרעפּאָזיציעס — „אונטער‟ און „הינטער‟ פֿאַרוואַנדלען זיך גיך אין פּרעפֿיקסן.
איז ווידער, קומט דער פּלאָנטער אָפֿטער פֿאָר מיטן פּרעפֿיקס „הינטער‟:
ס‘איז גאָר נישט שלעכט צו האָבן אַ הינטערשטאָטישע דאָטשע.
אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז ברייט פֿאַרשפּרייט געווען צו אַרבעטן און זיך לערנען הינטעראויגיק.
אין די אַלטע שטעט קאָן מען זיך גיך פֿאַרבלאָנדזשען אין די שמאָלע הינטערגעלסלעך.
די ראָמאַנטישע געשיכטע האָט זיך אַנטוויקלט אויפֿן הינטערגרונט (אויפֿן פֿאָן) פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
טיף הינטערלאַנד האָבן זיך געפֿונעם געהיימע מיליטערישע אָביעקטן.
די עכטע דראַמע האָט זיך ערשט צעשפּילט הינטערקוליסן.
די עקזאַמענס האָט דער סטודענט נישט אָפּגעגעבן, פֿאַרבליבן הינטערשטעליק פֿון די אַנדערע סטודענטן.

* * *

און צום סוף, וויל איך ברענגען עטלעכע „פֿריילעכע‟ בײַשפּילן, ווען די מחברים זעצן זיך אַראָפּ מיטן הינטערטייל אויף אַ קאַקטוס און פֿילן עס אַפֿילו נישט:

צענדליקער יאָרן לאַנג איז גראָסבאַרד אויפֿגעטראָטן אין אַ צאָל שטעט איבער דער וועלט, רעציטירנדיק ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר אַ פֿאַרכּישופֿטן עולם.

זעט אויס, אַז איידער גראָסבאַרדן האָט באַזוכט די „צאָל שטעט‟ האָט אַ כּישוף־מאַכער פֿאַרכּישופֿט דאָרט אַלע ייִדישע אײַנוווינער.

דער מחבר האָט, אַפּנים, געוואָלט זאָגן, אַז
צענדליקער יאָרן לאַנג איז גראָסבאַרד אויפֿגעטראָטן אין אַ צאָל שטעט איבער דער וועלט, רעציטירנדיק ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר אַן עולם, וואָס איז דערפֿון פֿאַרכּישפֿט געוואָרן.

* * *

אַ צאָל שטודיעס האָבן אָנגעוויזן, אַז דאָס אָנוואַרעמען עסן אין פּלאַסטישע כּלים, לאָזט אַרויס כעמישע שטאָפֿן.

אין דען זאַץ איז נישט קלאָר, וואָס זשע לאָזט אַרויס געפֿערלעכע „כעמישע שטאָפֿן‟ — דאָס אָנוואַרעמען, די פֿלאַסטישע כּלים אָדער דאָס עסן?

פּינקטלעכער און קלאָרער וואָלט געווען אַזוי:

אַ צאָל שטודיעס האָבן אָנגעוויזן, אַז די פּלאַסטישע כּלים, בשעת מע דערוואַרעמט אין זיי דאָס עסן, לאָזן אַרויס כעמישע שטאָפֿן.

* * *

אהוד ברק, וועלכער האָט געדינט ווי דער פּרעמיער פֿון 1999 ביז 2001, האָט זיך זינט דעמאָלט פּענסיאָנירט פֿון דער פּאָליטישער ספֿערע.

זעט אויס, אַז די “פּאָליטישע ספֿערע” צאָלט ברקן אויס אַ גוטע פּענסיע. כּדי אַרויסצושלעפּן דעם „דאָרן‟ פֿון דעם זאַץ, איז גענוג צו פֿאַרבײַטן דאָס וואָרט „פּענסיאָנירן‟ אויפֿן וואָרט „פֿאַרלאָזן‟:

אהוד ברק, וועלכער האָט געדינט ווי דער פּרעמיער פֿון 1999 ביז 2001, האָט זינט דעמאָלט פֿאַרלאָזט די פּאָליטישע ספֿערע.

אַ פֿריילעכע חנוכּה,
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s