דער נעכטן איז נאָך ניט אויסגעגאַנגען

 

אַרקאַדי סאַנדלער

IMG-20171203-WA0000
דער שער־בלאַט פֿונעם בוך “דאָס שפּיגלבילד דורכן קאַליידאָסקאָפּ”

* * *
ווי אַ זאַמדעלע וויל איך ליגן דאָרט
וווּ דאָס וואַסער גיסט זיך צונויף
מיט דער פּלאַזשע
אין הימל דורך פֿויסט
די וואָלקנס איז אין אָפּשפּיגלונג פֿון אויג
נישט איבערציילן
שוין בעסער פֿאַרגעסן אין זיי
אָדער אָפּשנײַדן מיט דער שאַרף
פֿון מעסער צי ווי אַ זאַניטעצע
מיט אַ בריטווע ווי פּוטער
ווי אַ שלאַנג פֿון הויט
פֿון די טעג אַרויסקריכן
לאַנגזאַם ניט־אײַליק
ווײַל דײַן צורה געפֿעלט ניט
דער וועלט…

נאַר איינער
אין קאָסמאָס פֿליִען האָסו געטרוימט
אָבער זינקסט אין ים ווי אַ מעדוזע

* * *
דער נעכטן איז נאָך ניט אויסגעגאַנגען,
און דער מאָרגן דערמאָנט שוין דעם הײַנט,
לויט זײַן פֿאַרב. זעט אויס, דער קינסטלער
האָט שלעכט אויסגעשווענקט די פּענדזלעך.

די זון אין קאַלוזשעס וועפּט זיך גיך אויס.
בפֿרט אונטער די רעדער פֿון אויטאָס —
זיי אײַלן זיך שטענדיק. די פֿיס —
ווער רעדט וועגן ראָווער. פֿאַרגעס!

די הענט — ניט פֿליגלען זיי זײַנען.
עס האַלט זיי ניט די לופֿט,
אַפֿילו, אויב פֿאָכען מיט זיי,
די פֿינגער צערוקט אויף די דלאָניעס.

עס טויג ניט דאָס פֿאָכן —
ניט אַרויפֿפֿליִען העכער דעם פּופּיק,
סײַדן — פֿאַלן פֿון דאַך אין אַ קאַלוזשע
אָן זונשטראַלן, נאָר די פֿאַרב פֿון גרויען שטויב.

* * *
כ’האָב איר געגעבן קלאָר צו פֿאַרשטיין,
אַז דאָס ווײַן וואָס זי האָט געטרונקען,
איז ניט מער ווי אַ פּשוט ווײַן,
און ניט נייטיק איז זיך אָנצוטרינקען
און אָפּנאַרן זיך אַליין.

כ’האָב געוווּסט, אַז ס’איז עכטע ליבע,
ווײַל דער שׂכל האָט פֿאַרלוירן דעם זין,
און דאָס האַרץ האָט געבענקט נאָך מוזיק
און נאָך נאַרישע פֿאַרביקע סטענגעס.

און געשען איז אַ ליבע. ביז…
אין טערמינאַל איז אַ פֿרוי צו איר
צוגעקומען און פֿאַרקויפֿט עטלעכע
רעליגיעזע ביכער מיט אַ צווייפֿלענדיקן אינהאַלט —
„פֿינף אויפֿן פּרײַז פֿון איין בוך…‟

פֿון ענגליש — בערל קאָטיק

אַבֿרהם (אַב.) סאַנדלער איז געבוירן געבוירן געוואָרן אין בעלץ, מאָלדאָווע אין 1976. געוואַקסן און דערצויגן אין אַ שטוב פֿון אַ ייִדישן שרײַבער. אין 1992, צוזאַמען מיט די עלטערן, האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל. געוווינט אין ירושלים. געדינט אין צה״ל. חתונה געהאַט. אַ טאַטע פֿון פֿינף קינדער. זינט 2004 וווינט ער אין סטייטען אײַלענד, ניו־יאָרק, און שרײַבט לידער אויף ענגליש און רוסיש. בלאָגער פֿאַר עטלעכע עלעקטראָנישע צײַטונגען זײַן ערשטע פּאָעטישע לידער־זאַמלונג איז דערשינען אין יאָר 2016.

בילדער פֿון אַרקאַדי סאַנדלער צום ציקל: "דער נעכטן איז נאָך ניט אויסגעגאַנגען"

This slideshow requires JavaScript.

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s