דעם פּאָעטס צד

בערל קאָטלערמאַן

יעדן טאָג טוט אָרלאַנדאָ אָן אַ שמאָלן העל-בלויען מונדיר מיט ברוינע אַקסל-גאַרטלען, לאַקירטע שוואַרצע שיך, אַ ברוינעם, אין אוניסאָן מיט די גאַרטלען, לעדערנעם מוסקעטערן-הוט און גייט צו זײַן פּאָסטן אויפֿן ראָג פֿון די גאַסן גענעראַל לונאַ און רעאַל, אַנטקעגן דעם באַרימטן סאַן-אויגוסטין-קלויסטער.

אַמאָל, מיט יאָרהונדערטער צוריק, האָבן די ווידערשפּעניקע אַַבאָריגענען געכאַפּט אַן אויגוסטינער גלח און אָפּגעהאַקט אים דעם קאָפּ. דעמאָלט האָט זיך באַוויזן אויף דעם מאַסיוון קלויסטער-פֿאַסאַד אַ ברייטער שפּאַלט. הגם די אַפּיקורסים טענהן, אַז דער שפּאַלט איז דווקא אַ רעזולטאַט פֿון אַן ערד-ציטערניש, קומען הײַנט צו באַערן דעם שפּאַלט, באַוואַקסן מיט קריכנדיקע געוויקסן, פֿילצאָליקע קאַטויליקער פֿון איבער דער גאַנצער וועלט. זיי זעען לעבן דעם שפּאַלט אונדזער אָרלאַנדאָ, וואָס זײַן אָנוועזנהייט מאַכט דעם שפּאַלט נאָך מער וויכטיק. אָדער פֿאַרקערט, דווקא דער שפּאַלט, גיט צו מער וויכטיקייט אונדזער אָרלאַנדאָ.

אָרלאַנדאָ איז אַ געשיכטע-היטער. אייגנטלעך, איז זײַן אויפֿגאַבע מיטשאַפֿן אַ לעבעדיקע געשיכטע. דאָ, אין דער אַלטער שטאָט פֿון מאַנילע, לעבט די געשיכטע אומעטום — אין די קויטיקע שמאָלע הינטער־געסלעך און אויף די ברוקירטע צענטראַלע מאַגיסטראַלן, אין דעם שטאָלצן קאַטעדראַל און אין דעם פּראַכטפֿולן אינטענדאַנט-פּאַלאַץ, אין די שטילע ווינקלעך פֿונעם קאָלאָניאַלן פּאַרק און אין די שפּאַנישע האַרמאַטן אויפֿן אַלטן סאַנטיאַגאָ-פֿאָרט, וואָס צילן אין די פֿוילע פֿאַרזשאַווערטע באַרזשעס אויפֿן טײַך, פֿון איין זײַט, און אין די ליידיקע גרינע גאָלף-לאָנקעס, פֿון אַן אַנדער זײַט. דאָ, צווישן די ווענט פֿונעם היסטאָרישן שפּאַנישן קוואַרטאַל — אינטראַמוראָס — באַהאַלט זיך די נשמה פֿונעם גוואַלדיק גרויסן מעטראָפּאָליס.

מיט טעאַטראַלע באַוועגונגען רעגולירט אָרלאַנדאָ דעם פֿאַרקער צווישן די לוקסוס־אויטאָס מיט פֿאַרטונקלטע שויבן, גראַציעזע פֿערדלעך, אײַנגעשפּאַנט אין די בריטשקעס-„קאַלעסאַס‟, רעשנדיקע מאָטאָציקלען מיט זײַט-וועגעלעך און יום־טובֿדיק קאָלירטע טעקסיס. די דאָזיקע רעגוליר-אַרבעט זעט אפֿשר אויס אין די פֿרעמדע אויגן גאָר אומנייטיק, נאָר אָרלאַנדאָ האַלט דעם פֿאַסאָן, ווי מע האָט אים און אַנדערע היטערס געלערנט אויף ספּעציעלע קורסן אינעם סאַנטאָ-טאָמאַס-אוניווערסיטעט.

צוועלף אַ זייגער בײַ טאָג קענען זיי פֿאַרלאָזן דאָס אָרט אויף אַ האַלבע שעה און אויסטרינקען עפּעס דערפֿרישנדיקס אינעם האָטעל „דער ווײַסער ריטער‟. זיי קענען אויך זיצן אַ ווײַליטשקע אין שאָטן אויף די שטיינערנע טרעפּ פֿון „קאַסאַ בעלאַ‟, וווּ עס האָט אַמאָל געוווינט אַ גרויסע טומלדיקע שפּאַנישע משפּחה. הײַנט בלאָנדזשען דאָ נײַגעריקע טוריסטן: זיי פֿאַרקריכן אין אַלע פֿאַרבאָרגענע ווינקלעך פֿון דעם גרויסן קאָלאָניאַלן הויז. אָט דאָ איז געווען אַ צימער פֿון דער פֿאַרזעסענער מומע, און דאָ — פֿונעם בעל-הביתס עלנטן ברודער; דאָ איז אַ שלאָפֿצימער, און דאָרט — אַ קינדערצימער, און אין דער מיט האָט זיך צעשפּרייט אַ רחבֿותדיקער סאַלאָן אינעם געמישטן איבעראָ-אַזיאַטישן סטיל, פֿול מיט טשיקאַווע געשניצטע מעבל־ראַריטעטן.

אָרלאַנדאָ זיצט אָפֿט אויף די שטיינערנע טרעפּ: אינעם האָטעל איז אומהיימיש און טומלדיק, ווען דאָ איז קיל און רויִק. מע קען זיך אָנשפּאַרן אָן דעם אַלטן מויער און חלומען אַ ביסל. וועגן וואָס חלומט ער, דער פּראָסטאַק אָרלאַנדאָ? מסתּמא וועגן יענע זיסע צײַטן, ווען ער וועט צונויפֿשלאָגן גענוג געלט און קויפֿן אַ הויז אין דאָרף, ערגעץ אין זײַן היימקאַנט, חתונה האָבן מיט אַ באַשיידן מיידל, ברענגען קינדער אויף דער וועלט און, אפֿשר, אַפֿילו דערלויבן זיך אַן אייגענעם מאָטאָציקל. זאָל גאָט בענטשן די נאַרישע טוריסטן, פֿון וועלכע עס קומט זײַן פּרנסה!

Guards-of-Rizal-Monument
דער מאָנומענט לכּבֿוד דעם נאַציאָנאַלן העלד, פּאָעט און מאַרטירער כאָסע ריזאַל

אויף די קורסן האָט זיך אָרלאַנדאָ דערוווּסט אי וועגן דעם הייליקן שפּאַלט, אי וועגן דעם אויגוסטינער גלח, אי — וואָס ס’איז באַזונדערס וויכטיק — וועגן דעם נאַציאָנאַלן העלד, פּאָעט און מאַרטירער כאָסע ריזאַל, וועלכן מע האָט צעשאָסן אָט דאָ ניט ווײַט מיט אַ הונדערט-און-צוואַנציק יאָר צוריק. ריזאַלס עקזעקוציע חזרט זיך איבער יעדן אָוונט, מיט אַלע היסטאָרישע דעטאַלן, אַנטקעגן דעם אומאָפּהענגיקייט-פֿאָנטאַן.

פֿאַר דער עקזעקוציע לייענט דער פּאָעט פֿאָר זײַן קלאַסישן „אולטימאָ-אַדיאָס‟, אָנגעשריבן אויף דער שפּראַך פֿון זײַנע מערדערס. ער דעקלאַמירט מיט אַ סך פּאַטאָס, און דער גיגאַנטישער לאַפּו-לאַפּו, וואָס האָט בשעתו מיט אייגענע הענט געשאָכטן מאַגעלאַנען און אַזוי אַרום אָפּגעלייגט די שפּאַנישע אינוואַזיע אין דעם אַרכיפּעלאַג אויף אַ האַלב-יאָרהונדערט, באַקוקט שטרענג זײַן אומגליקלעכן יורש פֿונעם מאַרמאָרנעם פּיעדעסטאַל. דערנאָך שיסט מען אין דעם פּאָעט און ער פֿאַלט, ווי אַ שטיין. אָרלאַנדאָ האָט ליב די-אָ דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג, גאָר אַ רעאַליסטישע, וואָס איז פֿול מיט גדולה און פֿאַרבאָרגענעם זינען. ווי מע האָט אים געלערנט אויף די קורסן, נייטיקט זיך יעדע מדינה אין הייליקע קרבנות…

אין אַ הייסן טאָג האָט די באַרוישנדיקע מיטאָג-היץ פֿאַרטריבן מיך אינעם הויף, וווּ אויף די שטיינערנע טרעפּ פֿון „קאַסאַ בעלאַ‟ איז געזעסן אָרלאַנדאָ, און מיר האָבן פֿאַרפֿירט אַ דרך-אַגבֿדיקן שמועס. אָרלאַנדאָ האָט מיר פּרטימדיק דערציילט וועגן זײַן קינדהייט אין דער עקזאָטישער לאַגונע-פּראָווינץ, וועגן דעם קלויסטער-כאָר, וווּ ער האָט געזונגען, וועגן זײַנע ברידער-שוועסטער און דער אַלטיטשקער מאַמע, וועגן זײַן אָרעמקייט אד”ג. כּדי צו ווערן זײַן פֿרײַנד, האָב איך זיך אויך אַ ביסל באַקלאָגט אויף מײַן גאָר געוויינטלעך לעבן, וואָס איז ווי געבליבן שטעקן צווישן די רוטינע-ווענט. „יאָ‟, האָט ווי אַ ווידערקול צוגעבאָמקעט אָרלאַנדאָ, „צווישן די ווענט פֿון אינטראַמוראָס…‟

אָרלאַנדאָ הערט זיך צו צו מיר זייער אויפֿמערקזאַם. ער וויל מיך שוין טרייסטן. ער גייט אַרײַן אין דעם האָטעל און ברענגט פֿון דאָרט אַרויס צוויי בעכערס מיט עפּעס אַ בלויען געטראַנק. „דאָס איז קוראַסאַאָ, איך באַקום עס בײַ זיי יעדן טאָג אומזיסט‟, — דערקלערט ער מיט אַ קבצנישער שטאָלץ. גיך טרינקט ער אויס זײַן גלאָז און גאָר אומדערוואַרט ענדערט ער דעם טאָן פֿון זײַנע רייד. דעם אמת געזאָגט, האַלט ער ניט פֿון דעם פֿרוכטלאָזן טרוימער כאָסע ריזאַל, אים געפֿעלט בעסער דער אַנטשלאָסענער קעמפֿער אַנדרעס באָניפֿאַסיאָ, וואָס האָט געגרינדעט אַ געהיימען פּאַטריאָטישן קרײַז. עס געפֿעלט אים אויך דער גענעראַל מאַק-אַרטור, וואָס האָט צוגעזאָגט זיך אומקערן און געהאַלטן זײַן וואָרט. איך בין אָבער ניט מסכּים מיט אָרלאַנדאָ, איך נעם אָן דעם פּאָעטס צד. מיט אַ ראָמאַנטישן אימפּעט טענה איך, אַז אַ סך מענטשן, און איך בתוכם, וואָלטן אים מקנה געווען צו האָבן אַזאַ דראמאטיש, אמתדיק לעבן…

… די זאַכן אָבער, ענטפֿערט מיר אָרלאַנדאָ, זעען בכלל ניט אויס אַזוי ווי עס דאַכט זיך אויפֿן ערשטן בליק. לאָמיר נעמען דעם-אָ שפּאַלט אינעם פֿאַסאַד פֿון סאַן-אַויגוסטין-קלויסטער. ער איז דאָך וויכטיקער פֿונעם קלויסטער אַליין; קוקט זיך צו צו דעם שפּאַלט, און איר וועט אין אים אַרײַנפֿאַלן, צוזאַמען מיט דעם קלויסטער, ווי אין אַ תּהום.

מאַשינעל, זיפּנדיק מײַן קוראַסאַאָ מיט קליינע שלונגען, גיב איך אַ קוק אין דער ריכטונג פֿונעם שפּאַלט. אָרלאַנדאָ האַלט זײַן רעדע. ער שפּרינגט אונטער פֿונעם אָרט, שטרעקט אויס די הענט צום הימל, שטאַמלט עפּעס וועגן דער פֿאַרבונדנקייט פֿון זאַכן און מהותן, וואָס גיסן זיך איבער איינער אין דעם צווייטן. ער גייט ניט ווײַט נאָך בײַשפּילן; ער ניצט פֿאַר זײַנע אומדערוואַרט־אַנטוויקלטע טעאָריעס די אַרומיקע מאַטעריאַלן: ווענט, שטיינער, ברונעמס, גאַס-ברוקן, באַמבוק-ביסיקלעטן, קלינגענדיקע גלעקער, שפּאַנישע קאָנקיסטאַדאָרן, אַמעריקאַנער, יאַפּאַנער, כינעזיש-טאַגאַלישע מעטיסן, מאַסאָנען און אַפֿילו דאָס לעגענדאַרע נעלם-געוואָרענע גאָלד פֿון יאַמאַשיטאַ.

דערווײַל נעם איך אַרויס פֿון דער הינטערשטער קעשענע דאָס ווײַסע מעשענע פּושקעלע מיט קליינע ברוינע „סיגאַרילאָס‟, צינד אָן אַ שוועבעלע, מעשׂה פֿײַנשמעקער, און פֿאַרצי זיך ניט טיף. דער ציגאַרן-רויך מישט זיך צונויף מיט דעם בלויען קוראַסאַאָ און ס‘פֿאַרדרייט זיך מיר אַ ביסל דער קאָפּ. עס ווערט מיר ממש הייס, און איך צעשפּיליע אַ פּאָר קנעפּלעך בײַם גאָרגל פֿון מײַן לײַנענעם העמד.

דער טעם פֿונעם קוראַסאַאָ איז גאָר אַ מאָדנער, שאַרף און ווייך אין איין צײַט. ער דרינגט מיך אַדורך, ווערנדיק נאָך שאַרפֿער צוליב דעם רויך. איך פּאָסמאַקעווע זיך מיטן געטראַנק, טאַפּ אים אָן מיט דער צונג און פֿיל, ווי ער פֿרישט אָפּ מײַן גומען. אָרלאַנדאָ רעדט שוין וועגן אימאַנענטקייט און טראַנסצענדענטקייט, און איך פּרוּוו דערגיין די קאָמפּליצירטע טעאָרעמע פֿונעם בלויען קוראַסאַאָ. איך שטעק אַרויס די צונג און זע, אַז דער שפּיץ איז געוואָרן בלוי.

אָרלאַנדאָ הערט אויף צו ריידן, נאָכקוקנדיק פֿאַרכּישופֿט נאָך מײַנע העוויות. ער שטעקט אויך אַרויס זײַן צונג. איך דריי אין דער האַנט דאָס ציגאַרעטל, וואָס ווערט בלוי ממש אויף די אויגן. דאָס איז דאָך דער קוראַסאַאָ, וואָס האָט באַפֿאַַרבט אַלץ אין בלוי. די זון איז דערווײַל אַוועק הינטער די ווענט און די וועלט אַרום איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ בלוילעכן נעפּל. איך נעם אַראָפּ די ברילן, וויש זיי אויס און טו זיי אָן צוריק אויף דער נאָז, נאָר די בלויקייט גייט ניט אַוועק.

אָרלאַנדאָ שטייט שוין לאַנג אויף זײַן פּאָסטן, און איך זיץ נאָך אַלץ אויף די שטיינערנע טרעפּ. איך בין עפּעס אינגאַַנצן ניט זיכער, צי כ‘קען זיך שטעלן אויף די פֿיס. דאָס איז צוליב דעם קוראַסאַאָ, טראַכט איך ווידער. אין דעם זעלבן מאָמענט דערזע איך אָרלאַנדאָ, וואָס גייט אַרויס פֿון אונטער דעם געוועלבטן טויער פֿון „קאַסאַ בעלאַ‟. ער וואַרפֿט אויף מיר אַ פֿרעמדן קוק און דערווײַטערט זיך מיט אײַלנדיקע טריט. איך באַמערק אין זײַן האַנט אַ ווײַס מעשענע „סיגאַרילאָס‟־פּושקעלע, וואָס כ’האָב מסתּמא פֿאַרגעסן. איך בלײַב זיצן פֿאַרצווייפֿלט.

אַ קליין פֿערדל, באַפּוצט מיט באַגילדטע טראָלדן, האָט צוגעשלעפּט אַ פּוסטע קאַלעסאַ און זיך אָפּגעשטעלט פּונקט אַנטקעגן מיר. אין דער זײַט-שויב פֿון דער קאַלעסאַ שפּיגלט זיך אָפּ דער העל-בלויער מונדיר פֿון אַ געשיכטע-היטער. דער מונדיר דערנענטערט זיך גיך, ווי אין אַ שטומען פֿילם, צו אַ מאָגערן בחור אינעם צעשפּיליעטן ווײַסן העמד, וואָס זיצט אויף אַ טרעפּל, און שטעלט אים אויף די פֿיס. דער בחור דרייט אין די הענט אַ צעקנייטשט צעטעלע, צעוויקלט עס און מיט אַ שטאָלץ פֿאַרריסענעם קאָפּ הייבט ער פּאַטעטיש אָן דעקלאַמירן אַ ליד אויף שפּאַניש. יעדעס וואָרט זײַנס שרעקט מיך מיט זײַן דורכזיכטיקער קלאָרקייט:

Adiós, Patria adorada, región del sol querida,
Perla del mar de oriente, nuestro perdido Edén!
אַדיאָ, מײַן ליבע היימלאַנד, אַ טײַערער זוניקער קאַנט
די פּערל פֿון אָריענטאַלע ימען, גן-עדן, וואָס מיר’ן געלאָזט!

אַ ריי שפּאַנישע זעלנערס אין די זעלבע העל-בלויע מונדירן הייבן אויף זייערע מושקעטן. מע פֿאַרבינדט דעם בחור די אויגן און ווײַטער זע איך גאָרניט…

אַ קורצער בילנדיקער באַַפֿעל, און די זעלנערס הייבן אָן שיסן. זיי שיסן און שיסן אָן אַ שיעור און ערגעץ פֿון הינטער די ווענט, וווּ עס שטייט דער שטיינערנער גיבור לאַפּו-לאַפּו, אָנגעשפּאַרט גאווהדיק אויף זײַן גרויסער מערדערישער שווערד, דערטראָגט זיך אַ לאַכנדיקער ווידערקול.

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s