יעווגעני קיסין
(המשך, אָנהייב אין די נומערן פֿאַר אָקטאָבער און נאָוועמבער)
5
זײַנע באָבע-זיידע פֿונעם טאַטנס צד האָט סטאַסיק געזען זעלטן, ווײַל די באַציִונגען צווישן די באָבע–זיידעס פֿון ביידע צדדים זײַנען געווען ניט קיין גוטע. איין מאָל זײַנען די עלטערן מיט סטאַסיקן געגאַנגען צו זיי צו גאַסט. געווען איז דאָס אויף פּורים, און די באָבע מירע האָט אָנגעבאַקט המן-טאַשן, וואָס זײַנען סטאַסיקן זייער געפֿעלן געוואָרן. געפֿעלן געוואָרן זײַנען אים אויך די בעכערלעך, ענלעכע צו דעלפֿינען (דער קאָפּ אונטן, דער עק אויבן), פֿון וועלכע מ׳האָט געטרונקען לימאָנאַד. אַזעלכע חפֿצים האָט סטאַסיק פֿריִער ניט געזען, מחמת אין זײַן הויז איז דאָס געפֿעס, ווי אויך די גאַנצע מעבלירונג, געווען גאָר באַשיידן און פּשוט.
איבער דער זעלבער סיבה האָט אים פֿאַראינטערעסירט און אַ ביסל פֿאַרוווּנדערט דאָס בילד, אויף וועלכן ס׳איז געווען אָנגעמאָלט אַ כּלה אויף אַ געלעגער און מלאכים, וואָס פֿליִען צו איר אַראָפּ מיט מתּנות. דער זיידע בערל האָט דערקלערט, אַז דאָס איז אַ טראָפֿיי, וואָס ער האָט געהאַט געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. במשך פֿונעם גאַנצן אָוונט האָט אים סטאַסיק אויסגעפֿרעגט וועגן דער מלחמה. דער זיידע, נאָך אַ פּאָר קעלישקעס משקה, האָט געהאַט הנאה פֿון דערציילן דעם אייניקל וועגן זײַנע פֿראָנט-יאָרן. דער באָבען אָבער זײַנען זײַנע מעּשׂיות גיך נימאס געוואָרן; ס׳האָט זי באַהערשט אַן אייפֿערזוכט, אַלמאַי דאָס ייִנגעלע פּלאַפּלט די גאַנצע צײַט מיטן שיכּורלעכן זיידן און קיין אַכט לייגט עס ניט אויף איר, הגם דווקא זי האָט געהאַט צוגעגרייט די וועטשערע און אָנגעבאַקט די המן-טאַשן.
דער קלוגער סטאַסיק האָט עס תּיכּף דערפֿילט, נאָר קיין חשק צו פֿאַרריכטן די סיטואַציע האָט ער לחלוטין ניט געפּרוּווט: ער איז געווען בנימוסדיק מיט דער באָבען און האָט זי אָפּגעדאַנקט פֿאַרן כּיבוד; פֿאַר וואָס זשע עפּעס זאָל ער ניט געווען טאָן, וואָס אים געפֿעלט? און אַזוי איז שוין בײַ סטאַסיקן אײַנגעפֿירט געוואָרן: ער וועט קיינעם, חלילה, ניט באַעוולען בכּיוון, נאָר קיינער וועט אים ניט צווינגען צו טאָן עפּעס קעגן זײַן רצון, און אָפּזאָגן זיך פֿון דעם, וואָס עס פֿאַרשאַפֿט אים פֿאַרגעניגן.
סטאַסיק איז גיך געוואַקסן, זײַנע בלויע אויגן זײַנען בהדרגה געוואָרן גראָער, און די האָר זײַנע, פֿריִער בלאָנדע, האָבן באַקומען אַ קאָליר פֿון אויסגערײַפֿטן ווייץ. בלויז זײַן נאָז איז געבליבן אַ ביסל קורנאָסע, די אויערן — שטאַרצנדיקע, און דאָס כיטרע פּינטעלע אין זײַנע אויגן איז געוואָרן נאָך בולטער. אין דרויסן איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט אַ נײַער שפּיל: קריכן אויף די ביימער. אַ פּאָר הדשים פֿאַר דעם, ווען ער איז געוואָרן זעקס יאָר אַלט, האָט סטאַסיק מיט זײַנע חבֿרים אָנגעהויבן אַראָפּשפּרינגען פֿון ביימער אין שניי-הורבעס.
ווען די באָבע רעוועקע האָט עס דערזען צום ערשטן מאָל, האָט זי שיִער ניט געחלשט און איז צוגעלאָפֿן צו סטאַסיקן. יענער האָט רויִק געזאָגט: „באָבעניו, איך בין לעבעדיק! זעסט? לע-בע-דיק!‟. ער האָט ממזריש אַ וווּנק געטאָן און אָנגעוויזן אויף די אַנדערע ייִנגעלעך: „און זיי זײַנען אויך לעבעדיק. אַ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַקט: פֿון אַראָפּשפּרינגען אין שניי שטאַרבט מען ניט!‟. „אָך, אַ שייגעץ…‟ — האָט די באָבע שטיל געזיפֿצט און אָנגעשריִען אויף סטאַסיקן, וואָס איז שוין ווידער אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן בוים: „סטאַסיק, זײַ פֿאָרזיכטיק!‟. הגם מיטן שׂכל האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז קיין סכּנה איז דאָ ניטאָ, האָט איר האַרץ פֿון אַ ייִדישער באָבען ניט געקאָנט זיך באַרויִקן.
דער פֿרילינג האָט געבראַכט מיט זיך אַ סורפּריז פֿון גאָר אַ נײַעם מין. אין איינעם אַ שיינעם טאָג, אומגעקערט זיך אַהיים פֿונעם הויף, האָט סטאַסיק הויך אויף אַ קול און מיט התלהבֿות דערציילט די בני–בית אַזאַ אַנעקדאָט:
— ס׳פֿליט די באָבע-יאַכנע אין איר מערזשער און שרײַט: „נידער מיט קאפּיטאַליסטן! נידער מיט דזשאָנסאָנען!‟. ס׳גייט דער וואַלד-שד איר אַנטקעגן און פֿרעגט: „באָבעניו, דו האָסט שוין ווידער זיך אָנגעפֿרעסט מיט קאָמוניסטן?‟.
דערהערט עס, האָבן אַלע זיך ביז גאָר איבערגעשראָקן און אָנגעהויבן דערקלערן סטאַסיקן, אַז אַזעלכע אַנעקדאָטן טאָר מען בשום אופֿן ניט דערציילן, אַניט וועט מען האָבן צרות. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט סטאַסיק צופֿעליק דערהערט, ווי דער טאַטע דערציילט דער מאַמען, וואָס ס‘איז געשען אויפֿן וועג פֿון דער אַרבעט אַהיים אין מעטראָ:
— איך זיץ, הייב אָן דרימלען, און פּלוצעם הער, ווי אַ קינד לייענען אויף אַ קול:
אַוועק איז דער זומער, דער ווינטער ז‘שוין דאָ,
די זון אָבער שײַנט, ווי געוויינטלעך.
מיר דאַנקען דערפֿאַר אונדזער פּאָליטביוראָ
און דעם חבֿר ברעזשניעוו פּערזענלעך.
די מאַמע האָט אין יענעם מאָמענט געפּרעגלט שטאָקפֿיש. זי האָט זיך אויסגעקערעוועט צום טאַטן מיט אַ האַלב-אָפֿענעם מויל, דערזען סטאַסיקן און פֿון פּחד שיִער ניט אַראָּפּגעוואָרפֿן די סקאָוורעדע אויפֿן דיל. מ׳האָט געזאָגט דעם קינד, אַז דאָס, וואָס ער האָט נאָר וואָס געהאַט געהערט, טאָר מען אויך קיינעם ניט דערציילן. נאָך דעם האָט ברעזשנעיווס נאָמען בײַ סטאַסיקן זיך תּמיד אַסאָציִיִרט מיטן גערוך פֿון געפּרעגלטן שטאָקפֿיש.
אַן ערך אין יענער צײַט האָט מען אָנגעהויבן שיקן סטאַסיקן אין קראָם אַרײַן נאָך ברויט. איין מאָל, אומגעקערט זיך פֿון דאָרטן, האָט ער געמאָלדן: „עפּעס געפֿעלט מיר ניט אָט די ברויט-קראָם! מ׳זאָגט: ניטאָ קיין באַטאָנעס פֿאַר דרײַצן קאָפּיקעס. פֿרעג איך: און ווען וועט איר זיי האָבן? זאָגט מען: מיר ווייסן ניט, קום מאָרגן, ייִנגעלע. פֿרעג איך: אפֿשר, וועט איר אַ זוך טאָן? די מאַמע דאַרף זיי זייער האָבן… ענטפֿערט מען: ייִנגעלע, גיי אַוועק, שטער אונדז ניט אַרבעטן. האָב איך געמאַכט אַ בייזע צורה און געזאָגט: זעט זשע, מײַן טאַטע איז אַ גרויסער נאַטשאַלניק, איר׳ט שוין אַרײַנכאַפּן פֿון אים צו פֿאַרגעדענקען! — און די חוצפּהניקעס שמייכלען און קוקן אַפֿילו ניט אויף מיר! אפֿשר, זאָל דער טאַטע זיי אָנקלינגען און זאָגן מיט אַ בייז קול: „איך בין פֿונעם פּאָליטביוראָ. פֿאַר וואָס זײַנען בײַ אײַך ניטאָ קיין באַטאָנעס פֿאַר דרײַצן קאָפּיקעס? האָט איר אַלץ אַליין אויפֿגעפֿרעסן און דעם פֿאָלק גאָרנישט ניט געלאָזט, ביוראָקראַטן?‟. מער האָט מען סטאַסיקן ניט געשיקט אין יענער ברויט-קראָם, און נאָך במשך פֿון אַ סך יאָרן זיך אָפֿט דערמאָנט אין דער מעשׂה.
אָנהייב זומער, פֿאַרן אָפּפֿאָרן אויף דער דאַטשע האָט די מאַמע אַרויסגעלאָזט סטאַסיקן זיך שפּילן אינעם שכנישן הויף, וווּהין ס׳זײַנען אַרויסגעגאַנגען די פֿענצטער פֿון זייער דירה, זי זאָל קאָנען אַכטונג געבן אויף איר זון, בעת ער איז אין דרויסן.
סטאַסיק האָט זיך גיך פֿאַרחבֿרט מיט די דאָרטיקע קינדער. זייערע באָבעס האָבן אים אויסגעפֿרעגט, ווי ער הייסט און ווי הייסן זײַנע עלטערן, און זיך דערבײַ עפּעס מאָדנע איבערגעשעפּטשעט. באַלד נאָך דעם האָבן זײַנע נײַע חבֿרים גענומען זיך באַציִען צו אים אַנדערש; זיי האָבן מער ניט געוואָלט זיך שפּילן מיט אים, און פּלוצעם האָט איינער פֿון זיי בייז געזאָגט: „גיי אַוועק פֿון אונדזער הויף, ייִד!‟ די אַנדערע ייִנגלעך האָבן אים אונטערגעהאַלטן.

קיינער האָט פֿריִער ניט געלערנט סטאַסיקן, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן אין אַזאַ מין סיטואַציע, נאָר ער האָט עפּעס דערפֿילט, און גענומען שלאָגן די באַעוולערס איינעם נאָכן אנדערן מיט אַלע כּוחות, זינגענדיק זיך אונטער: „אײַ, האָט ניט קיין פֿאַראיבל, האָט ניט קיין פֿאַראיבל, טשירי-בירי-טשירי-בירי-באַם-באַם-באַם!‟ . הגם זיי זײַנען געווען פֿינף קעגן אים, זײַנען די קליינע אַנטיסעמיטן, געפּלעפֿט געוואָרן פֿון אַזאַ אָנדראַנג, ניט מסוגל געווען אַרויסווײַזן קיין אמתן ווידערשטאַנד (צוויי פֿון זיי האָבן זיך כּמעט לחלוטין ניט געשלאָגן).
נאָקאַוּטירט זיי אַלע, האָט סטאַסיק זיך געלאָזט גיין אַהיים, ס’האָט אים אָבער אָנגעיאָגט די מאַמע פֿון איינעם צווישן די ייִנגעלעך און גענומען שרײַען מיט כּעס: „וואָן פֿון דאַנען, כוליגאַן!.. דײַן פֿוס זאָל דאָ מער ניט זײַן!‟. — „איך וועל אַליין מער ניט קומען אין אײַער הויף, אַפֿילו אויב איר׳ט מיך בעטן!‟ — האָט סטאַסיק הויך אויף אַ קול געענטפֿערט און אַוועקגעשפּאַנט מיט אַ פֿאַרריסענעם קאָפּ. די צעווילדעוועטע פֿרוי, ביז גאָר שאָקירט פֿון אַזאַ חוצפּה מצד דעם „כוליגאַן‟, האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום באַלקאָן פֿון סטאַסיקס דירה און זיך צעשריגן: „זאָל זײַן פֿוס מער דאָ ניט זײַן!‟ — די מאַמע האָט עס שוין ניט געהערט: דערזען סטאַסיקן שלאָגן פֿינף ייִנגעלעך און די פֿרוי שרײַען אויף אים, איז זי תּיכּף-ומיד אַרויסגעלאָפֿן אין דרויסן.
סטאַסיק האָט זי באַגעגנט און דערציילט די גאַנצע מעשׂה. די מאַמע האָט אים צוגעדריקט צו זיך, געשוויגן עטלעכע רגעס און געזאָגט: „נו, גוט, סטאַסיק, גיי ניט אַהין מער, בלײַב אין אונדזער הויף, נאָר זאָג מיר צו, אַז דו וועסט אין ערגעץ ניט אַוועקגיין‟. סטאַסיק האָט עס צוגעזאָגט, און די מאַמע האָט זיך אומגעקערט אַהיים, האָבנדיק אין זינען אַרויסצוגיין פֿון מאָל צו מאָל אין הויף, כּדי צו זען, צי אַלץ איז אין אָרדענונג.
אין דער היים איז דער זיידע צוגעפֿאַלן צום ראַדיאָ־קעסטעלע מיט איין אויער און זיך צוגעהערט צום „קול ישׂראל‟, וואָס האָט איבערגעגעבן, אַז די סיריער האַלטן אין איין באַשיסן די ישׂראלדיקע ייִשובֿים פֿון רמתּ־הגולן, נאָר די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט נאָר וואָס פֿאַרכאַפּט די טיראַן־דורכגוסן אויפֿן סיניער האַלבאינדזל און די אַלטשטאָט אין ירושלים…
6
אינעם ראַיאָן, וווּ סטאַסיקס עלטערן האָבן געוווינט, זײַנען געווען דרײַ שולן: צוויי געוויינטלעכע און איין שול — אַן „עליטאַרע‟, „מיט אַ פֿאַרטיפֿטער שטודירונג פֿון ענגלישער שפּראַך״ — אַזוי האָט עס אָפֿיציעל געהייסן. פֿאַרשטייט זיך, אַז סטאַסיקן האָט מען אָפּגעגעבן אין דער „ענגלישער‟ שול.

נאָך צוויי וואָכן זיך לערנען אין דער שול איז סטאַסיק געקומען אַהיים מיט אַזאַ נאָטיץ אין זײַן שילער-טאָגבוך: „אומברחמנותדיק אָנבאַגראָבן זײַן חבֿר‟.
— פֿאַר וואָס האָסטו אים אָנבאַגראָבן? — האָט די מאַמע געפֿרעגט פֿאַרחידושט.
— ער האָט מיך גערייצט, אַז כ׳בין אַ ייִד.
אויף אַן אמתן האָט סטאַסיק זײַן „חבֿר‟ ניט „אָנבאַגראָבן אומברחמנותדיק‟, פּשוט אַרײַנגעפֿאָרן אים אין פּיסק אַרײַן.
— האָסטו דערציילט דער לערערקע וועגן דעם?
— יאָ.
— און וואָס?
— זי האָט אים געזאָגט, ער זאָל זיך מער ניט רייצן.
די מאַמע האָט ממש ניט געוווּסט וואָס צו טאָן. אין תּוך גערעדט האָט זי אַפֿילו שטאָלצירט מיט איר זון; זי אַליין וואָלט ניט געקאָנט פֿאַרטיידיקן איר נאַציאָנאַלע ערע אויף אַזאַ אופֿן. זי האָט עס פֿאַרענטווערט מיט איר שוואַכקייט, און איז שטילערהייט געווען צופֿרידן, וואָס סטאַסיק איז ניט אַזאַ, ווי זי. נאָר אויב ס׳וועט אַזוי אָנגיין ווײַטער… זי האָט באַשלאָסן זיך דורכשמועסן מיטן דירעקטאָר פֿון דער שול יעפֿים סעמיאָנאָוויטש סעגאַלאָווסקי.
אינעם צימערל פֿאַרן דירעקטאָרס קאַבינעט איז געזעסן בײַם טיש אַ פֿרוי פֿון מיטעלע יאָרן מיט אַ קײַלעכדיק פּנים און טונקל-בלאָנדע האָר, צונויפֿגענומענע אין א קובליק אויפֿן נאַקן. ניט בלויז די ליפּן, נאָר אויך די אויגן אירע האָבן געשמייכלט, ווען זי האָט געענטפֿערט אויף דער באַגריסונג פֿון סטאַסיקס מאַמע, און געפֿרעגט זייער העפֿלעך, צוליב וואָס איז זי געקומען.
— איך בין סטאַסיק עטלערס מאַמע, ער לערנט זיך דאָ אינעם ערשטן קלאַס.
— גוט, כ׳וועל אַ קוק טאָן, צי יעפֿים סעמיאָנאָוויטש איז פֿרײַ. אַנטשולדיקט, ווי הייסט איר?
— עלע אַבראַמאָוונאַ.
— גוט, עלע אַבראַמאָוונאַ, וואַרט אַ מינוטקעלע, — די פֿרוי האָט זיך אויפֿגעהויבן און איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן הינטער דער טיר פֿונעם דירעקטאָרס קאַבינעט.
„אַזאַ וווילע!‟ — האָט די מאַמע געטראַכט, — „אַ שאָד, וואָס זי איז ניט סטאַסיקס לערערקע…‟.
— קומט אַרײַן, עלע אַבראַמאָוונאַ, — האָט די מאַמע דערהערט דער פֿרויס וואַרעמע שטים.
יעפֿים סעמיאָנאָוויטש איז געווען אַ מענטש פֿון אַ יאָר זעכציק, מיט אַ גרויסן פּליך און דיקע ברילן, הינטער וועלכע, ס׳האָבן זיך קוים אָנגעזען זײַנע אויגן. באַגריסט האָט ער די מאַמע מיט גדלות, נאָר זי האָט עס פֿאַרענטפֿערט מיט דעם, וואָס ער איז „אַ דירעקטאָר‟, און אָנגעהויבן אויסלייגן די סיבה פֿון איר וויזיט מיט האָפֿענונג: „ער איז דאָך אַ ייִד…‟
— קיין געשלעגן… — האָט יעפֿים סעמיאָנאָוויטש זי איבערגעשלאָגן מיט אַ האַרב קול, — וועלן מיר אין דער שול ניט דערלאָזן! אויב ער וועט זיך שלאָגן, וועלן מיר אים אויסשליסן אָן שום רייד! זײַט געזונט, עלע אַלעקסאַנדראָוונאַ.
ניט גלייבנדיק אירע אייגענע אויערן, האָט די מאַמע געקוקט גלײַך אין די ברילן, וואָס האָבן פֿאַרשטעלט דעם דירעקטאָרס אויגן, און געזאָגט מיט אַ פֿעסט קול, כאָטש אַלץ האָט אין איר געציטערט:
— מײַן פֿאָטערנאָמען איז אַבראַמאָוונאַ, און מײַן פֿאָטער איז זייער אַ גוטער מענטש. זײַט געזונט, יעפֿים סעמיאָנאָוויטש.
אין מיטן איר וועג אַהיים האָט די מאַמע זיך דערמאָנט, אַז זי האָט אַפֿילו קיין „זײַט-געזונט‟ ניט געהאַט געזאָגט יענער וווילער פֿרוי. זי איז געווען דערשיטערט. אויך פֿריִער פֿלעגט זי אָנטרעפֿן אויף כּלערליי מנוּוולים — סײַ ייִדן, סײַ אַנטיסעמיטן, נאָר אַ ייִד אַן אַנטיסעמיט, להבדיל, — אַזוינס וואָלט זיך איר באמת ניט געקאָנט חלומען אין אַ סאַמע בייזן חלום. וואָס זשע טוט מען איצט? אויב מ׳וועט, חס-וחלילה, אין דער אמתן אויסשליסן סטאַסיקן, וועט אין אַן אַנדערער שול זײַן נאָך ערגער…
— אויב ער איז איין מאָל ארײַנגעפֿאָרן אין פּיסק, — האָט דער טאַטע באַרויִקט עלען, — וועט מען צו אים מער ניט קריכן.
און אַזוי איז טאַקע געווען: מער האָט סטאַסיקן קיינער ניט גערייצט און ניט באַליידיקט. אַדרבא: זײַנע קלאַס-חבֿרים האָבן גענומען זיך באַציִען צו אים מיט דרך-ארץ, הלוואַי אויף אַנדערע ייִדישע קינדער געזאָגט געוואָרן. און וואָס שייך דער לערערקע… אין תּוך איז זי געווען ניט קיין בייזע, פּשוט אַ נאַרישע. אויף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון די עלטערן, למשל, פֿלעגט זי זיך תּמיד קלאָגן, אַז די קינדער זײַנען „אַלע פֿאַרשיידענע‟.
געלערנט האָט סטאַסיק זיך גוט, הגם אין זײַן שילער-טאָגבוך, אויפֿן זײַטל, וווּ מ׳ווײַזט אָן, ווי דער שילער פֿירט זיך אויף, איז תּמיד געשטאַנען — „ניט־באַפֿרידנדיק‟ — אי אויף די לימודים פֿלעגט ער קונדסעווען אָן אַ שיעור, אי בעת די הפֿסקות זיך יאָגן, ווי אַ פֿאַרסמטער, און זיך אַראָפּגליטשן אויף די פּאָרענטשן. פֿון די לעצטע לימודים פֿלעגט ער אָפֿט אַוועקגיין און דערצו נאָך אַוועקפֿירן מיט זיך זײַנע חבֿרים זיך שפּילן אין פֿוטבאָל אָדער אַרויפֿקריכן אויף די דעכער פֿון די שכנישע הײַזער…

מ׳האָט אַ סך מאָל אַרויסגערופֿן די מאַמע צום דירעקטאָר, נאָר פֿאַר יענע קונצן האָט מען ניט געסטראַשעט אַרויסטרײַבן סטאַסיקן פֿון דער שול (כאָטש נאָכן ערשטן אינצידענט האָט יעפֿים סעמיאָנאָוויטש געוואָרפֿן אויף סטאַסיקן אַן אומחן און שטענדיק אַרויסגעוויזן זײַן באַזונדערס האַרבע באַציִונג צו אים).
איין מאָל האָט די קלאַס-אָנפֿירערין אַרויסגערופֿן אין שול סטאַסיקס מאַמע: אין זײַן אויפֿזאַץ אויף דער טעמע „מײַן באַליבטער העלד‟, האָט סטאַסיק פּרטימדיק דערקלערט, אַז זײַן באַליבטער העלד איז טאָם סויער, מחמת ער איז געווען אַ גרויסער מזיק און האָט געקענט זיך שלאָגן; דווקא אַזעלכע ייִנגעלעך ווערן גרויסע מענטשן, העלדן און רעוואָלוציאָנערן, און פֿון אַזעלכע געהאָרכזאַמע פּחדנים און מסורניקעס, ווי סיד, וואַקסן אויף געמיינע באַלעבעסלעך און קאַפּיטאַליסטן.
דורכגעלייענט דעם אויפֿזאַץ, אונטער וועלכן ס’איז געשטאַנען אַ רויטע „צוויי‟, האָבן די טאַטע-מאַמע אָנגעהויבן דערקלערן סטאַסיקן, אַז אויף אַן אמתן האָבן אַלע גרויסע מענטשן זיך גוט געלערנט און תּמיד געפֿאָלגן די דערוואַקסענע. קיין שום דערציִערישע נוץ האָט עס ניט געבראַכט, מחמת קיין אַמביציעס צו ווערן גרויס האָט סטאַסיק לחלוטין ניט געהאַט, ער האָט פּשוט געוואָלט האָבן הנאה פֿונעם לעבן. די מאַמע האָט פֿאַרזיכערט די קלאַס-אָנפֿירערין, אַז מ׳האָט סטאַסיקן שוין אַלץ דערקלערט, און דאָס איז געווען דער סוף פֿון דער מעשׂה.
המשך קומט