ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין בוקאַרעשט — 2017
קודם־כּל, וויל איך באַדאַנקען די לייענער, וועלכע האָבן צוגעשיקט זייערע האַרציקע ווינטשעוואַניעס פֿאַר די מחברים און פֿרײַנד פֿון „ייִדיש־בראַנזשע‟. צו זײַן אַ פֿאַרגינער און שטיצער, איז נישט פֿון די קליינע טאַלאַנטן.
* * *
אין דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַ וויכטיקע ייִדישע אונטערנעמונג, וואָס איך האָב געהאַט דעם זכות אין דעם זיך צו באַטייליקן. איך מיין, דעם צווייטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע טעאַטערס אין בוקאַרעשט, רומעניע. אמת, איך בין בײַגעווען נאָר אין דער צווייטער העלפֿט פֿון דער וואָכיקער אונטערנעמונג, ווי אַן אָנטיילנעמער אין דער דיסקוסיע אַרום ייִדיש און ייִדישן טעאַטער; און אויך ווי אַ מחבר פֿון דער פּיעסע „אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט‟, אויפֿגעפֿירט אין די פֿעסטיוואַל־ראַמען פֿונעם פּאַריזער „טרוים־טעאַטער‟.
יעדער פֿעסטיוואַל איז אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט אַלטע פֿרײַנד, זיך פֿאַרחבֿרן מיט נײַע און אַוודאי, זיך אָנשטעקן מיט דעם שאַפֿערישן גײַסט, וואָס הערשט בשעת אַזאַ שׂימחה, און אַוועקפֿירן מיט זיך אַהיים אין דײַן טאָג־טעגלעכקייט דאָס ביסעלע באַגײַסטערונג.

פֿאַרשטייט זיך, אַז באַלד קומט אויפֿן זינען די פֿראַגע: פֿאַר וואָס דווקא בוקאַרעשט, אַ שטאָט און לאַנד, וווּ ס‘איז פֿאַרבליבן אַ הייפֿל ייִדן, וואָס ייִדיש און ייִדישער טעאַטער גייט זיי גאָר ווייניק אָן אין זייער לעבן? איך קאָן נישט אויף דעם געפֿינען אַן ענטפֿער; פּונקט ווי כ‘האָב אים נישט, ווען עס גייט די רייד וועגן די ייִדישע מאַסן־אונטערנעמונגען אין פּוילן און דײַטשלאַנד.
איז לאָמיר עס אויפֿנעמען ווי אַ פֿאַקט, אַז דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער אין בוקאַרעשט, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם קאָמוניסטישן רעזשים פֿון טשאַושעסקו, איז פֿאַרבליבן אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע ווי אַ סימן פֿון טאָלעראַנץ צו דער קולטור פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן; ווי אַן אָנדענק פֿון אַ פֿאָלק, וואָס זײַן בײַטראָג אין דעם אַלגעמיינעם אינטעלעקטועלן לעבן פֿון רומעניע איז נישט איבערצושאַצן. אַגבֿ, די שיינע שיל, נישט ווײַט פֿונעם ייִדישן טעאַטער עקזיסטירט שוין לאַנגע יאָרן ווי אַ ייִדישער מוזיי.

אויפֿן פֿעסטיוואַל זײַנען פֿאַרבעטן געוואָרן סײַ גרעסערע טעאַטער־טרופּעס, ווי למשל, דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אָדער דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער „שלום‟; די ניו־יאָרקער „פֿאָלקסבינע‟ און דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער אין וואַרשע; ווי אויך קלענערע אַנסאַמבלען און אַקטיאָרן־יחידים מיט זייערע פֿאָרשטעלונגען. איך וועל זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אין אָפּשאַצונגען און אײַנדרוקן, בפֿרט, אַז כ‘האָב נישט אַלץ געזען און געהערט. פֿון דעסטוועגן, אַפֿילו דאָס ביסל, וואָס איז מיר יאָ אויסגעקומען צו זען אין די דרײַ לעצטע טעג פֿונעם פֿעסטיוואַל, האָט מיך געבראַכט צו דער מיינונג, אַז דער אָפּקלײַב פֿון דער פֿעסטיוואַל־„סחורה‟ וואָלט געדאַרפֿט זײַן אַ מער קוואַליפֿיצירטער און ערנסטער.
וואָס שייך די צוויי פּאַנעלן, וואָלטן די טעמעס געקאָנט זײַן מער דורכגעטראַכט. די פֿאַרבעטענע זיך צו באַטייליקן אין דעם שמועס — מענטשן מיט דערפֿאַרונג אין רעזשיסור, דראַמאַטורגיע, טעאַטער־מוזיק, — האָבן געהאַט וואָס צו זאָגן, מיט וואָס זיך צו טיילן און רעקאָמענדירן, אָבער צוליב דעם אימפּראָוויזאַטאָרישן און ספּאָנטאַן־צוגאַנג בײַם צוגרייטן און דורכפֿירן די פּאַנעלן, האָט זיך קיין תּכליתדיקע דיסקוסיע נישט באַקומען.

ווער זשע איז געווען דער עולם אין זאַל? מערסטנס, אָרטיקע אײַנוווינער, נישט ייִדן, און, צווישן זיי נישט ווייניק יונגע־לײַט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע פֿאָרשטעלונגען זײַנען סינכראָניש באַגלייט געוואָרן מיט איבערזעצונגען אויף רומעניש און ענגליש. די הײַנטיקע טעכנישע מיטלען שפּילן בפֿירוש צו דעם ייִדישן טעאַטער. די שפּראַך איז הײַנט נישט קיין מניה. און דאָך, מיינט עס, חלילה, נישט, אַז אויב דער צושויער פֿאַרשטייט שלעכט אָדער פֿאַרשטיי אין גאַנצן נישט ייִדיש, פֿאַרנעמט די שפּראַך נישט דעם אויבן־אָן אין דער פֿאָרשטעלונג.
יאָ — די רעזשי, די סצענאָגראַפֿיע, די אַקטיאָרן, די מוזיק וכּדומה, — אַלץ איז וויכטיק, אָבער קודם־כּל, די הויפּט־ראָלע שפּילט די שפּראַך, די וואָרט־מײַסטערשאַפֿט. ס‘איז דאָך נישט קיין נאָווינע, אַז גראָד דער טעאַטער האָט געטראָגן דאָס לעבעדיקע וואָרט צום עולם. בפֿרט הײַנט, ווען דאָס וואָרט, אַרויסגערעדט אויף אַ קול, הערט זיך אַלץ זעלטענער און זעלטענער. די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן לערנען זיך צו לייענען און פֿאַרשטייען ייִדישע טעקסטן; די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן וועגן ייִדיש קומען פֿאָר אויף אַלע שפּראַכן, אַ חוץ ייִדיש (סײַדן — אויפֿן שפּיץ מעסער). וווּ זשע נאָך, אויב נישט אין ייִדישן טעאַטער קאָן מען הערן אַ קלאָרע, לעבעדיקע ריכטיק־אַרויסגערעדט און אויסגעשפּילט ייִדיש וואָרט?!

מעגלעך, אַז ס‘איז כּדאַי אַפֿילו אין די ראַמען פֿון אַן איין־וואָכיקן פֿעסטיוואַל, דורכפֿירן דיקציע־קלאַסן פֿון ייִדיש, אָדער קאָנסולטאַציעס. מיר דוכט, אַז דער בעסטער חומר פֿאַר אַזעלכע קלאַסן וואָלטן געווען מוסטערן פֿון ייִדישער פּאָעזיע.
ווי עס זאָל נישט זײַן, טוט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין בוקאַרעשט, מיט דער פֿינאַציעלער הילף פֿונעם מוניציפּאַליטעט, אַ גוואַלדיקע אַרבעט לטובֿת דעם ייִדישן טעאַטער בכלל און דעם בוקאַרעשטער טעאַטער בפֿרט. וואָס זייער מאָטיוואַציע זאָל נישט זײַן, דאַרפֿן מיר געדענקען, אַז דאָס וויגעלע פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז געשטאַנען אויף דער רומענישער ערד. פֿון דאָרט זײַנען אַרויס די בעסטע ייִדישע אַקטיאָרן, וואָס האָבן צעטראָגן איבער דער וועלט דעם גײַסט פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס טעאַטער.
זאָל זשע איצט אויפֿן בעסטן אופֿן, כאָטש אַ וואָך צײַט, קלינגען דאָס ייִדישע טעאַטער־וואָרט דאָרט, פֿון וואַנען עס איז מיט איבער 150 יאָר צוריק אַרויסגעפֿלויגן און צעטראָגן געוואָרן איבער דער גרויסער ייִדישער וועלט. קיין מער חשובֿע בינע, ווי דער אַלט־נײַער בוקאַרעשטער ייִדישער טעאַטער איז הײַנט שווער צו געפֿינען.
לאָמיר אַרויסקוקן אויפֿן נײַעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל — 2018!
אָקטאָבער, 2017
* * *
מיר פֿאַרבעטן יעדן לייענער צו ווערן אַ מיטגליד פֿון אונזער ייִדיש־בראַנזשע און זיך אַקטיוו אין דעם באַטייליקן — סײַ ווי אַ חבֿר און סײַ ווי אַ מחבר. שרײַבט אויפֿן אַדרעס:
borissandler50@gmail.com
באָריס סאַנדלער